א מבין אויף א רשע


א מבין אויף א רשע



לכבוד די שרייבער פון דעם בלעטל, וואס ערשיינט וועכענטלעך און שיכון סקווירא

איר ווילט לכאורה העלפען, אין געבען חיזוק פאר א טאטע וואס מאכט נעבעך מיט צער גידול בנים, איז מיין קשיא צו אייך, איז דאס, די בעסטע וואס איר קענט זאגען פאר דעם טאטען, אז ער האט "א רשע ביים סדר", א קעפל וואס טוט אויף היפך כונה,  זאג נאר, איר זענט א מבין אויף א רשע

טאטע טייערע, זעצט אייך נאך נישט שבעה, פארן פארלוירענע זון ,ווייל צי דעם חילוק פון א שאינו יודע לשאול, צו א רשע איז די שרייבער א קנאפע מבין, איך גלייב שווער אז ער רעדט פון דער רשע, א שלעגער, וואס די תורה זאגט אויף אזא איינעם רשע למה תכה רעיך, וואס דער שלעגער'ס טאטע איז גאר געזעצען ביים סדר אין געשפט נחת פון זיין גרויסער חכם, און אז אייער קינד וואס קוקט אויס שוואך, צו ער איז יא געזעצען ביים סדר צו נישט איז ביי מיר קיין ספק נישט, אז ער איז נאך זייער ווייט פון א רשע

איר ווינדער'ט זיך אוודאי, מה ענין שמיטה אצל הר סיני, ווי קומט דאס דא אריין

אוי ווי עס קומט אריין, איך האב נישט סתם אזוי גענומען דא דעם פלאץ צו קריטעקירן א מענטש פריוואט, נאר דאס איז די מהלך המחשבה אין דעם שטעטעל סקווער, טאקע דאס וואס איך אדרעסיר

 פאר אפאר יאר צוריק איז די רבי געווען אויף א באזוך אין ארץ ישראל,  אין איז געגאנגען באזוכען  דער בעלזער רבי, האט בעלזער רבי געפרעגט, שוואגער לעבען וואס טוט איר מיט די פראבלעם פון די נושרים, די ארויסגעפאלענע, איז די רבי'ס תשובה געווען, אינז האבן נישט דעם פראבלעם ב"ה

אפאר יאר שפעטער ווען עס איז שוין נישט מער שייך געווען צי לייקענען און באהאלטען דעם סוד פון גאנץ בראד, איז מען געפאלען אויף תירוצים אדער אז דער טאטע פון אזא קינד איז א קאלטע חסיד, אין עס האט א שלעכטע השפעה אויפן חינוך, לסוף אז דאס האט זיך ארויסגעוויזען פאלטש, ווייל עס איז געווארען מער פעלער ביי די גרויסע חסידים, האט מען געזינגען, אן אנדערע תירוץ אז דער בחור האט נישט געלערנט ביי אינז אין ישיבה, ממילא איז ער נישט קיין תלמיד, און אחרון חביב די לעצטע תירץ, איז אלעמאל, אז ערגעץ אנדערש איז נישט בעסער, הצד השוה שבהן פון די אלע תירוצים, איז אייביג ווי אזוי  זיך אפצישאקלען אין נישט נעמען פאראנוועטליכקייט

ווען א טאטע האט געדארפט הילף אריין צי שטעלען אין ישיבה, אדער צוריק שטעלען אין ישיבה, האט זיך די רבי אייביג אפגעשאקעלט אז ער האט נישט קיין שליטה אויף די הנהלה,די טאטע הייבט אן וויינען מיט ביטערע טרערען, די רבי גיט א ברכה מיט א בלעכענע שמייכעל, קעיס קלאסד

ווען א טאטע איז אריין צים רבי'ן מיט א פערטיגע פלאן, וואס מחנכים האבען מיט שוועריקייטן ערלעדיגט,  האט ער א דריי געגעבן מיטן נאז, אין די גאנצע ארבעט איז ציפאלען ווי א זייפען בלאז, דאס מיינט ווען א טאטע האט יא געוואלט שיקען קיין ארץ ישראל ווייל ער האט געהאט א פלאן וואס וועט ארבעטן פאר זיין קינד, האט מען אים געזאגט ניין ער זאל נישט גיין, ווייל עס צו א לכתחילה'דיגע ישיבה אויף אוועק צוגיין פון דא, אין פארקערט ווען ס'האט זיך געמאכט פעלער, אז א טאטע האט געארבעט פאר א ישיבה דא, אין אמעריקע, האט די רבי געזאגט מען זאל אים שיקען קיין ארץ ישראל אן קיין פלאן, אין פארשטייט זיך אליינס, ער איז אהיים געקומען א האלבע יאר שפעטער אינגאנצען חרוב, עס האט זיך ביי אים בלויז געוואנדען צו עס וועט לוינען פאר זיין כבוד, אויב די בחור וועט גיין אין די פרעמד אין וועט אויסוואקסען צי שיין ער וועט זיין צי א גרויסע מתמיד, וועט אים נישט טויגען, עס וועט נישט אויסזען גוט פאר סקווירא

יעצט ווילט איר מיר פראבירען איינרעדן אז די מהלך המחשבה זאל זיין, אז עס איז נישט אין אונזער הענט אין מען זאל עס אנעמען באהבה, אנדעם וואס מזאל גיין צום שורש פון דעם פראבלעם, נא וועי, אינז וועלן זיך נישט לאזען, די קינדער שרייען אין וויינען פאר הילף און זיי ווארטען טעקע אויפן הייליגער סדר נאכט  וואס דעמאלטס זאגט מען אין די הגדה, ושאינו יודע לשאול את פתח לו, טאקע די עפען  איהם, געב איהם ווי צי לערנען, געב איהם ווי צי דאווענען

ווען די שוואכע קינדער האבען פארלאנגט א ד' אמות ווי צו פארברענגען מיט אויפזיכט, זיי ווילן מאכען א אייגענע מנין נישט זיך דארפן שעמען פון אפאהר טויזענט מתפללים, האט מען זיי פארטריבען פון שטאט, אין הכל יבא בשלום, אינז האבען מער נישט קיין נושרים אין שטאט

 איי וועט איר זאגען, אז ח"ו, נישט דאס האב איך געמיינט, איך האב נאר געוואלט טרייסטען דעם טאטען, אויף דעם פרעג איך ווי איז דיין קעפל? "א רשע ביים סדר"?ט

די אייבישטער זאל העלפען עס זאל זיין אנחנו וצאצאינו וצאצאי כל עמך בית ישראל, כלנו יודעי שמך ולומדי תורתך לשמה

13 comments:

  1. אהרן מנחם מענדל שונא של יצחק5/07/2013 10:45 AM

    הרעבישע החתונה הגדול בקונעטיקוט יוכיח
    נידון דידן התחיל לפני הביקור אצל הגיס או אחר?
    בשיכון סקווירא בספרינגוואלי למרות גודל קדושתם נמצאת בשיכון הזה המספר הגדול של 'משכבי זכר', אני חושב שמשהו לא בסדר, והם טומנים הכל מתחת

    ReplyDelete
  2. הערליך זיי ממשיך און פאוסא מער אפט

    ReplyDelete
  3. אמת מארץ תצמח5/07/2013 1:07 PM

    א אלטע מציאות אין סקווער, 2 קבוצות גייען יעדע שבת ארויס פון שטעטעל, איין גייט צו פרידוואלד די אנדערע גייען צו די פרקינג לאט פון טשארנא און נעמען ליידער זייערע מאשינען רח'ל, איבער די ערשטע האט מען זיך גענומען בחרב ובחנית און די צווייטע {וועלכע זענען נאר קעגען די תורה אין נישט קעגען די חסידות} לאזט מען אהן גיין

    ReplyDelete
  4. חכמה זאגען5/08/2013 11:05 AM

    אזא חכם דער רבי האט אויף אלעם א קליגע עצה! ממש א ראגאטשעווער קאף, וויאזוי האט נאר יענער געזאגט א גרויסער פיקח אבער א קליינער בר דעת ודפח"ח

    ReplyDelete
  5. זושא בן הרה"צ5/08/2013 12:32 PM

    מע זאגט אז דער סקווירא רבי איז א קלוגע איד, ער פארשטייט וכו' וכו'
    ווער איז דער מע? וואס ווייסען זיי?
    דער רבי הייבט נישט אן צו וויסען בחייכם וביומיכם, אויסער וואס מע ברענגט אריין צו איהם אין שטוב, דאס וואס זיינע מקורבים ברענגן איהם אריין, אדער וואס פרעמדע רעדן, זיי רעדן בלויז פון די זאכן וואס דער רבי וויל הערן,
    ער זאגט אז ער וויסט נישט אין ער האט קיינמאהל נישט געזעהן א קאמפיוטער, אדער איז ער א שקרן וכזבן שאין כדוגמתו אדער האט איהם בלויז געזאגט אז א קאמפיוטער איז פאר צוויי זאכן צו וואטשען אין זיך פארבינדן מיט נקיבות אין אויך פאר ביזנעס.

    דער מכון משכנות יעקב דער סקווירא מכון אזוי אזא מין וויכטיגע לעבנס מיטל אז זיי דארפן א קאמפיוטער?

    ReplyDelete
  6. בעלזאר חסיד5/08/2013 4:24 PM

    לאמיר נאר אביסעל צונעמען די אויבענדערמאנטע שמועס פון דער בעלזא רב שליט"א מיט זיין שוואגער דער סקווערא רבי שליט"א ביידע זענען באוויסטע גרויסע מנהיגים פון טויזענטער מענטשען וואס דארפן טראכטען עצות לטובת הדור דער בעלזא רב שליט"א ברויך נישט ב"ה צוקומען צו די עצות פון זיין שוואגער זייענדיג ב"ה אליין קלוג און בעל אחריות אבער אז ס'האנדעלט זיך א כלל ישראל פראבלעם אדרבה פארוואס נישט לאמיר הערען נאך איינעמ'ס מיינוג ס'זיכער אז ס'באדערט אים ער האט אויך מסתם א אחריות אז נישט פאר זיינע מענטשען אז סזיי האפענטלוך נישט נוגע אבער עס איז דא פאר די טויזענטע פאפנע צאנזע קוויטלעך יעדע נאכט וועט ער מ'נסיון וויסען צו ענפרין מיט חכמה א עצה נפלאה לאמיר הערין א שטאץ צו זיין א חכם להשיב כענין גארנישט ער רעד פון זיך ביי מיר איז נישטא אבער א עצה פאר א צאנזר א סלונימער האסטו אויך נישט? ניין איך מיך זיך. ווען די סקווערע רבי גייט ארויס פארשטייען תיכף אלע חסידים אזא טשעפניאק דער בעלזאר פונקט פון נושרים רעד ער, ער קען נישט פרעגן ווי אזוי געט מען זיך א עצה אין סקווירא שמחת תורה מיט אלע טויזעטנער געסט, ניין ווייל ער פארגינט אונז נישט ער וויל נאר וויסען פון סקווערא נושרים יא א שלעכטע מענטש, אויב אזוי אז בעלזא רב האט דאס געטון צו טשעפנען סקווער איז די רבי טאקע קלוג פיין געזאגט ס'זיכער דער בעלזא רב טראכט יעצט א שטעטל פון מלאכים סקווירא נישטא קיין יצר הרע מיט יעדע בהאי תכא אדער בהאי שעתא ווערט געשחטן דער בעל דבר, וועל איך אייך גראדע פארציילען ווען ער איז ארויס האט זיך בעלזא רב אנגערופען בזה הלשון א פלא א איד פון זעכטציג יאר וואקסט נישט אויף! ער איז נאך אלץ 25 יאר וואס קען מען נעבאך טוען

    ReplyDelete
  7. עס איז טאקע זייער א פארווייטאגטע נושא. אבער איר מוזט פארשטיין.
    דער רבי האט ב"ה א ווייטע בליק, מען קען נישט לאזן אוועקפארן בחורים לענען אונדערפרעמד, קודם כל קוק וואס איז געווארן ביי אנדערע חסידות'ן ווי באבוב או וויזשניץ מאנסי, די גוטע בחורים פארן קיין ארץ ישראל , וואס בלייבט ביי די חסידשע ישיבה א שוואכע ישיבה, פרעג איך אייך איז דאס כבוד סקווירא?

    אבער דער אמת איז אז עס איז אסאך טיפער, איך וועל איך ברענגן א משל, קוק וואס איז געשען א יונגער מאן איז געגאנגען לערנן און א מאנסיער כולל און איז פארכאפט געווארן. אויב עפענען מיר די טיר, ווער ווייסט וויפיל קרבנות דאס וועט קאסטן.

    איר מוזט פארשטיין דער רבי שליט"א האט געזאגט קלארע ווערטער ביי די י"א חשוון דרשה, אונז זענען דא פאר "אור קדושת אבותיו", דאס קען מען אוועקשטעל נאר ביי אונז און ישיבה.

    איר שרייבט אז מען זעט נישט אויף די רבי שליט"א אז עס באדערט אים די מצב פון די בחורים. איך האב דיר שוין געזאגט אז ביים רבי'ן שליט"א איז אלס בהסתר, עס איז באוויסט אז די עבודת הקודש פון רבותינו לבית טשערנאביל איז געווען בהצנע לכת. די רבי בליטיג און הארץ, נאר מיט זיין געוואלדיגע כוח המעצר זעט מען עס נישט ארויס.

    החונה פעיה"ק
    א. ב. ג.

    ReplyDelete
    Replies
    1. לכבוד אב"ג , חכמינו ז"ל זאגען תען כסיל כאולתו עס קומט אייך א מאדאל פאר אייער חכמה און קענטעניס קודם מאכט איר יסודות געבויעט אויף בפירושע חצר הקודש נייעס, און בויעט אויף דעראויף א עמפייער סטעיט בילדיג עס דערקענט זיך אייער יארגאנג דזשאסט גרוי אפ

      Delete
    2. א שיינע הסתר , איינגעשפאנט אלע צייטונג שרייבער רירט נישט קיין הענט אדער פוס נאר פאר כבוד סקווירא אויכעט הסתר הא הא הא, די רבינ'ס כל חמירא ממש א הסתר יא שוין איימאל וויל אפיל קול התורה האט ליין שעמט זיך שוין דערמוט און די רבי גייט ווייטער אן ווייל הסתר בלייבט הסתר

      Delete
    3. אז די רעדסט פון די רבינ'ס הצנע לכת וועל איך שוין מוזען אביסעל מגלה טפח זיין! גראדע ווייס איך יא וואס טוט זיך בהסתר ביים רבין אין נייעק, הערט און שטוינט, נומער איינס, די רבי טוט דארט אויס די שטיוועל, ער גייט פשוט מיט פאפוטשען, נומער צוויי, די רבי זיצט דארט אפען גאנצצצצצען שטיל נישט אויף די שפיץ בענקעל, אויך איז דא א רעקליינער ווי די רבי לייגט זיך אראף, דריי, די רבי גייט ארום מיט זיין טלית קטון, פיער, די רבי ליינט דארט טייל מאל דער בלאט מיט דער איד, ווען עס איז אינטערסאנט פאר אים [מער דער בלאט] פינעף, ביי נאכטמאל לייגט די רבי בכלל נישששט אריין קיין זאלץ אין זיין הייליגען טעללער אפי' נישט די מעיק בעליף זאלץ שפיל אויך נישט אזא התגלות קומט פאר כמעט יום ביומו אז די וועלסט מער וועלען וועל איך מער מגלה זיין
      ד.ה.ו.חונה פה עיה"ק

      Delete
  8. anushim, nushim, vetaf, nu lehispallel velizuik el HASHEM YISBURACH.

    ReplyDelete
    Replies
    1. און וואס איז מיט שלאפען גיין פארן עלות אין נייעק ?

      Delete
  9. הוציאה ממסגר נפשי

    ReplyDelete