הגאון רבי חיים פסק'נט בזה הלשון....למה לא

בס"ד


  אויף די שאלה וואס מ'האט לעצטענס געפרעגט בכתב, פון דער פוסק הדור
הרה"ג רבי חיים קנייבסקי שליט"א

 ווי אזוי איז דער דין, ווען עס איז דא א שטעטעל וואס עס וואוינען אין איר, בלי עין הרע איבער דרייצען הינדערט משפחות כן ירבו, ווען יעדער איינער דארט, דאווענט שבת און יום טוב נאר אין איין שוהל, ווייל עס איז דא א תקנה, נישט צו מאכען נאך א מנין, אויסער די גרויסע שוהל ווי מ'דאווענט עלעף אזייגער צופרי יעדער איינציגער שבת, צי מ'מעג גיין דאווענען אינדרויסען פון שטעטל מיט א מנין, אין א פאל וואס דער אדמו"ר פונעם  שטעטעל לאזט נישט, און געט בשום פנים ואופן נישט קיין רשות, צי אהין גיין דאווענען דארט

האט דער גאון דעת תורה געפסק'נט הלכה למעשה
און געזאגט..... פארוואס נישט 



17 comments:

  1. ער האט געענטפערט אדער געפרעגט?
    מוואלט אים געקנט שיקן צו 'אין סקווער' צו פארשטיין פארוואס נישט

    ReplyDelete
  2. מענין לענין. ס'דערמאנט מיר אן אינטערסאנטע מעשה. געליינט אין א קובץ בחצר הקודש, ארויסגעגעבן לרגל א נסיעה פון ר' דוד טווערסקי קיין ישראל. בתוך הדברים פארציילט ער, ר' דוד הנ"ל, פאר זיין באזוכער א מעשה שהיה: א איד האט אמאל אנגעפרעגט ר' חיים קניבסקי איבער אן אויסלייג (ספעלינג) פון זיין נאמען לגבי א כתובה (אדער גט). דער שואל האט צוריקבאקומען זיין תשובה, ער מאכט אויף דעם מעטפה. ס'ליידיג! קיין ווארט נישט! והיה לפלא. עד שבא חכם אחד, וואס האט אים געוויזען אז ר' חיים האט פותר געווען די שאלה ביים ארויסשרייבן דעם שואל'ס נאמען אויף די מעטפה זעלבס, ביים send to:....

    ס'איז מיר געווען א חידוש אז סקווירא רבי זאל דערציילען א מעשה פון א איד וואס האט ליידער נישט זוכה געווען צו זיין צווישען די תלמידי בעל שם.

    ReplyDelete
  3. די סטייפלער איז כשר, ווייל זיין פאטער איז געבוירן פון א ברכה פון א רבי פוון די טשערנאבלער גזע, וונקרא שמו ע"ש הטשערקאסער

    ReplyDelete
  4. אויב דאוענט מען אין סקווירא נאכן זמן תפילה קען מען דאכט זיך זאגן צו ר׳ חיים שליט״א כבר קדמך הרב יוסף קארו ז״ל בספרו המקובל בכל תפוצות ישראל

    ReplyDelete
    Replies
    1. סטייפלער חסיד5/05/2013 5:08 PM

      איר פארגעסט ר' חיים איז נישט מחדש גארנישט טריקען שולחן ערוך וזה הוא

      Delete
  5. אוי, נעבעך! מ'איז דא דן וועגן הלכות
    און וואס איז מיט חמירא סכנתא מאיסורא
    אין סקווירא איז דאס דאך דער קעיס

    ReplyDelete
  6. א גרופע ליטווישע בני ברקער יונגעלייט זענען אריין צום סקווערער רבין ושאלתם בפיהם : דארף יעקב גוטרמאן זיין דער סגן ראש המועצה פון ביתר, אדער קען ישעי' וויין איבערנעמען די פאזיציע. דער רבי האט געענטפערט בנועם חן "אוודאי, אוודאי, זאל זיין מיט הצלחה, זכות אבותם מסיעתם, ביתר איז דאך הטוב והמטיב, מועצה איז דאך א עניין פון עצה, זאל זיין מיט הצלחה" וחזרו ושאלו, הרי ישעי' וויין הוא מן המחבלים, ענה רבינו בבת שחוק "יא, זאל ער טאקע קענען אסאך אויפטון, חבלים נפלו לו בנעימים".
    איז דאס א פירכא צו הרב קנייבסקי'ס מערכות?
    מה לך רבי חיים אצל נגעים, לאז די קרעץ צו סקווער, ומה לך סקווער אצל אהלות, אהלי תורה, כלך לך אל אגדה

    ReplyDelete
    Replies
    1. ר' חיים איז בארעכטיגט צו ענטפרין ד' חלקי שולחן ערוך לכל ישראל האיר בכל מקומות מושבתיהם און ער דארף נישט פרעגן רשות ביי קיינעם צו מעג איך זאגן וואס שטייט אין די תורה און די מעגסט האבן ביטול הדעת בבית ובחוץ כלשון התקנות פאר אזא סארט גאון וצדיק

      Delete
  7. איר מיינט אז אונזער רבי דארף זיך דערשרקען פון רבי חיים קאניעווסקי?
    אונזער רבי קען נאך אזוי סאך לענרנן ווי רח"ק, נאר ביי אונז איז די דרך געווען בהצנע לכת. פאר דעם געט דער רבי נישט ארויס זיינע ספרים.

    חוץ מזה וואס דער רבי איז א גאון באהאלטענע הייט, עטץ זענט דאך מודה אז די סקווירא מנהגים פירט זיך די רבי. איז פון די מנהגים אליין מוז מען ווערן א גאון, דער רבי זאגט יעדע וואך פרייטיג צונאכטס א ים מיט תורות, איינס איז אפי' א פלפל גדול. אסאך מאל אפי' די גרעסטע לומדים צווישן די חסידים קענען נישט משיג זיין די עמקות.
    דער מנהג איז צוענדיגן יעדן יאר גאנץ אור החיים הקודש, [אגב, איך גלייב נישט אז רח"ק קען אפי' האלב ארהחה"ק] די רבי קען דאך איבער אכציג חסידישע ספרים.
    דער רבי לענט יעדן טאג אכצן פרקים משניות! דאס איז חוץ חוק.
    דאס איז אלעס באוויסט שטעל דיר שוין פאר וואס עס איז נישט באווייסט.

    די גרעסטע ראשי ישיבות ווערן פארוואונדערט פון דער רביס עמקות אין הבנה בתורה, כמעט אידער וואך אין בחצר הקודש.
    און נאך און נאך.

    ReplyDelete
    Replies
    1. צוקער זיס יעדע ווארט ! נישט נאר די האלטסט אזוי אויך איך ווען איך בין געווען 15 יאר אלט! זאג נאר דיין יארגאנג ביטע? איך וויל וויסען אויב סשוין א לאז קעיס

      Delete
    2. חצר הקודש איז די מקור אויף אלעם, אז די רבי קען לערנין בפירוש אין חצר הקודש אז סקווירא איז די גרעסטע חסידות בכדור העולם בפירוש חצר הקודש, סקווירא פירט מען זיך איידל בפירוש אין חצר הקודש וואס מען וויל זיך איינרעדען איין אדרעס חצר הקודש די גרעסטע ראשי ישיבות ווערן פארווינדערט פון רבינ'ס גאונות איין מקור חצר הקודש, הא הא הא ! אפשר קען מען אנרופען די ראשי ישבות אין פרעגען ווער איז די גרעסטע ת"ח בזמנינו אין ברענגען א ציטאט פון למשל הגאון ר' מלכיאל קוטלער צו וועם רופט ער ווען ער האט א הארבער רמב"ם איך האב נישט קיין ספק ער רופט תיכף אויף צען דזעפערסאן און ווינדער ער באקומט תיכף א תשובה וואס ינוע אמת הסיפים ווייל דארט וואוינט די גרעסטע רבי די גרעסטע גאון די גרעסטע חכם נאכאמאל ווע ראיז מעיד חצר הקודש ענטשולדיגט אויך דער לימנאווער רב

      Delete
    3. ...דאס זעט מיר אויס האט געשריבן א מתנגד

      Delete
    4. פארגעסען ווען ר' חיים קניבסקי מוטשעט זיך און א משנה ברורה רופט ער הרב אהרן מענדי

      Delete
  8. א גרויסער ישר כח.

    א גרויסער ישר כח פאר דער שרייבער פון די בלאג, איך וועל דיר מסביר זיין.

    יעדער יאר בין איך זוכה צווישן די צענדליגער טויזענטער חסידים ואנשי מעשה זיך צו מסתופף זיין בצילא קדישא אויף שביעי של פסח. איינע פון די הויכפונקטן פונעם יו"ט די פייערדיגע דרשה פון הרה"ח ר' אהרן יענקל שליט"א בענין ויאמינו בה' ובמשה עבדו בדורינו זה.

    א שטארקע נקודה ברענגט ער ארויס יאר נאך יאר, אז די גרעסטע דרגה און אמונה איז ווען מען פארשטייט טאקע נישט. אויב פארשטייט מען איז דאס גארנישט קיין אמונה.

    איך קלער אלע מאל ביי מיר, קומט דאך אויס איז איך האב נישט די ריכטיגע אמונה אינעם רבין שליט"א ווייל איך פארשטיי דאך אלעס.

    יעצט א דאנק אייך בין איך ענדליך אנגעקומען צום גרעסטן דרגה און אמונה און צדיק. יעצט זעה איך שוין אז דער רבי'ס הוראות איך נישט אזוי אויסגעהאלטן ע"פ שלחן ערוך, ע"פ השקפת גדולי ישראל, יעצט ווען איך פאנג שוין אן נישט צו פארשטיין דער היילגע רביס דרכים, קען איך שוין אנקומען צו די אמת'ע מדרגה פון אמונת צדיקים.

    ישר כח נאך אמאל.

    ReplyDelete
    Replies
    1. א קנאפע חסיד5/08/2013 6:59 PM

      איר זענט ציווישן די ״צענדליגע טויזנטע חסידים ואנשי מעשה ״ ? איר רעט אפשר פון ליובאוויטש ? אדער סאטמער מיט גער צוזאמען ? ווייל אין סקווירא איז דא קע״ה ׳הונטערטע טויזנטע׳ חסידים יעדן שמחת תורה...

      Delete
  9. אזוי ווי איר גלייבט אין אהרן יענקל.ער זאל אייך מסביר זיין דעם טייטש פון ובמשה עבדו, אז איר זענט יעצט אנגעקימן צום העכסטן מדרגה גלייב מיר אז איר זענט יעצט אנגעקימען צום ערשטען מדרגה פון ויאמנו בה' זאל די אייבשטער העלפען ווייטער

    ReplyDelete
  10. געוואלדיג מען הייבט אהן ציא זעהן דעם אמת,סאיז פתו מצוי-ה לעוברי דרכים ןד"ל

    ReplyDelete