מענער זייט/פרויען זייט


  
טייערע פריינט, איינוואוינער פון סקווירא, איר מיינט זיכער אז איך האב נישט געטראפען מער וואס צו שרייבען, האב איך מיר גענימען צו די מענער זייט/פרויען זייט, ניין, איך מיין נישט דא צו שרייבען וועלכע זייט גאס מען זאל גיין, איך האב מיט דעם קעפל אינזינען געהאט גאר אן אנדערן אפטייטש

די יעצטיגע ארטיקעל באנעמט זיך נישט, מיט די טעראר'יסטישע אטאקעס וואס פאסירט פון צייט צו צייט אין  סקווירא, עס רעדט בכלל נישט פון גוואלדטאטען, עס רעדט, פון דעם טאג טעגליכען לעבן


 חורבן סקווירא פון א מאן'ס שטאנדפונקט, און פון א פרוי'ס שטאנדפונקט, איז בכלל נישט גלייך, 
עס איז נישט די זעלבע שווער דאס וואוינען אין סקווירא פאר מענער, ווי פאר פרויען, עס איז מיין אבזערוואציא, אז בכלליות ליידען מענער אסאך מער


קודם וועל איך גיין אויף די פרויען זייט, און צונעמען אפאר פרטים, די סיבה פארוואס עס זאל א פרוי זיין אסאך גרינגער, איז ערשטנס, עס איז זיי באקוועם, יא אזוי ווי איר הערט, פאר א פרוי איז באקוועם פשוט דאס גשמיות אין סקווירא, עס איז בבחינת קאנטרי, די חדר, סקול, דאקטער, דענטיסט, גראסערי, איר מאן, די געשעפטען, איר מאמע, שוועסטער, באבע, וכו' וכו' , יעדע סערוויס, פון סעקשען 8, ביז אם בישראל, און אלע זאכען אינצווישען, איז ביי די האנט, זי קען ארויס שיקען, די 7 יעריג קינד, גיין ערלעדיגן אפאר זאכען אליינס, אן קיין דאגות, עס איז ממש א מחיה


 און עס איז נאך טיפער ווי דעם, א פרוי פון נאטור האט נישט ליב, צי דארפען אליינס מאכען דיסישענס, עס איז ביי זיי א גרויסע געווינס, אז זיי דארפען נישט דיסיידען וועלכע חדר, ישיבה, סקול, אריין צולייגן די קינדער, עס פארט א באן אין יעדער פארט מיט


און לאז מיר גיין א שטאפעל ווייטער, ווי שווער איז בכלל פאר א פרוי צי זיין א סקווירא חסידיסטע, וואס פארלאנגט זיך שוין פון איר, שיקען איר מאן צום טיש, זי דארף גלייבען (אין עס איז פאר א פרוי גרינג צו גלייבען) אז די רבי שלאפט נישט באנאכט, אין עסט כמעט גארנישט, פאסט יעדע מאנטיג אין דארנעשטיג, די רבי פליט אין הימעל, און זי האט יוצא געווען לכל הדיעות
 איך מיין נישט ח"ו גארנישט אקעגען די פרוי. פארקערט, הלוואי זאל עס זיין אזוי לייכט, פארן מאן, אין ווייטער איז דא זיכער פרויען וואס ליידן נאך אפשר מער ווי די מענער
יעצט וועל איך אריבער גיין צי די מענער זייט, בכלליות איז א מאן פונקט פארקערט, ער האט נישט ליב צו לעבען ווי אין א קאנטרי, ער גלייכט נישט ווען עס מישט זיך א קיגעל פון צופרי ביז שפעט אין די נאכט, די מעלה, איז גאר פארן מאן א חסרון, נו גוט, לאמיר שוין זאגען אז די, פרטות'דיגע אימבאקוועמליכקייט קען מען נאך אראפשלינגען, און עס איז נישט אזוי עק וועלט

אבער ווען עס קימט צי די ערנסטערע זאכען אין לעבן, ווי צו מאכען דיסישענס פאר זיך אין פאר די קינדער, דארט איז א אנדערע מעשה, א פרוי איז בטבע א מקבל אבער א מאן איז  א משפיע, די מאן איז די בעל, ער האט ליב בעלות, אין פארשטייט זיך כשם שאין פרצופיהן שווים כך אין דעתם שווה, קיין איין מענטש איז נישט גלייך יעדער האט אן אייגענארטיגע וועג ווי אזוי  צו טון א זאך, צו עס זאל זיין בגשמיות אדער ברוחניות


אבער אין סקווירא ווי דאס גאנצע לעבען איז געפראגרעמ'ט, יעדע מצוה, מנהג, אדער שמחה, ביז די קלענסטע דעטאל, איז קיינמאל נישט די שאלה, ווי אזוי זאל איך טון, נאר ווי אזוי טוט מען, עס איז נישט מעלה ומוריד דיין אייגענע דעת, ממילא ווערט דער מענטש א ראבאט, יא עס קוקט אויס ווי ער איז וואך, אבער ער שלאפט א טיפע שלאף, זיינע הרגישים זענען פארטריקענט, ער פארלירט דאס גאנצע געשמאק פון יעדע דבר שבקדושה, דער מענטש ווערט איינגעשטעלט ווי א מאשין, ער באקומט א עצלות א פוילקייט אין זאכען וואס וואלטען באמת געדארפט ברענגען שמחה און איקסייטמענט


א קליינע דוגמא, שטעלט אייך פאר אז איר מאכט א ברית בשטומ"צ אין עס איז נישט בידך ווי עס זאל זיין, ווען עס זאל זיין, ווער עס זאל באקומען סנדקאות, ועוד, גארנישט ליגט נישט אין אייער הענט, אין דאס איז נאר א קליינע דוגמא, עס שפילט זיך אזוי איבער פון די גרעסטע זאך ביז די קלענסטע שטות


די תוצאה פון דעם אלעם איז, אז אפילו דאס פשוטע, ווי דאווענען ווערט לעול ולמשא, יעדע יו"ט ווערט ענטפאנגען מיט א קרעכטץ, ער זעהט נישט ווי אזוי ער זאל זיך קענען אוועקשטעלען , אין ער ווערט מייאוש, אין דאס איז די מצב פון א גרויסע פראצענט פון די עולם


אין ווען עס קימט צו מעסטן צו דער מאן איז געניג חסיד, דאס איז א פרשה פאר זיך, מווערט געמאסטן אין געוואויגען, אויף דברים של מה בכך אויף נארשקייטען, מווערט באקוקט מיט א פארגרעסרונג גלאז, ער קען זיין א בן תורה די גרעסטע בעל מידות, עס העלפט נישט קיין כי הוא זה די אלע זאכען, אויב ער האט אביסעל זעלבשטענדקייט ער טיט עפעס, מיט אביסעל אן אנדערע קנייטש ווי יעדעם, איז ער פאררופען א אויבער חכם, ער גייט ארויף אויפן שווארצע ליסטע, מדארף אים שוין ענג מאכען...פ 


א זייטיגע געווינס וואס קומט ארויס דערפון, אז עס איז זייער גרינג אפצוטוהן סקווירא, אויב איינער וויל ווייזען אז ער איז אביסעל א מענטש פאר זיך, דארף ער זיך נאר זעצען לערנען שבת צופרי, אנשטאט זאגען תהילים, און איר האט זיי מיט דעם אפגעטון, איר דארפט נאר לערנען בשעתן טיש אין איר נעמט זיי ארויס פון די גלייזען   

דא איז דער פלאץ, צי ענטפערן אויף די באוויסטע סקווירא באמבע קשיא, אז ער איז נישט צופרידען זאל ער זיך אויפהייבען אין מאפען, אבער נאכדעם וואס אונז האבען דא געשריבען איז אלעס פארענטפערט, ערשטענס איז, אז א גרויסע חלק פון די מענטשען ווייסען ניטאמאל אין זייער צרה די חושים זייערע זענען פארשלאפען עיניהם להם ולא יראו, און אפילו ווען ער וועקט זיך אויף, און איז אין א מצב וואס ער וויל זיך יא ארויס ראטעווען,  איז די פרוי נישט אזוי שנעל מסכים עס איז איר צו באקוועם, זי איז צוגעוואוינט צו אלע באקוועמליכקייטן


אבער באמת איז די גאנצע טענה פון מאפן נישט קיין טענה, ווייל עס רעדט זיך נישט דא פון צוויי דריי מענטשען, וואס איר האלט אז זיי דארפען מאפען , עס רעדט זיך פון א גרויסע ציבור אידען, אפשר איז שוין צייט  צוריק צו שרייען, "דיקטעטארס" - זייט מוחל אין פאקט אייך אליינס פעק, מאפט ארויס פון דא, אין לאזט אינז אלע מנוחה

 דאס איז נאר די שפיץ פונם אייזבארג, איך האב נאר אנגערירט דעם ענין, אביסעל, פיהלט פריי צו קאמענטירן, ווי אזוי איר קוקט עס אן, אדרבה, וואס איז, אייער אייגענע געפיהלן, און וואס איז, אייער עצה





 

86 comments:

  1. איין קליינע הערה די דיקאטאטרס האבען יא ארויסגעמופט קיין נייעק אבער זייער השראה און טעראר גייט דא אן נישט אין נייעק סוי בעסער דין לשון די טעראר זאל ארויסמופען -א גיט יום טוב פאר כלל ישראל

    ReplyDelete
    Replies
    1. מיין מיינונג איז גראדע אז פאר די פרויען איז פיל פיל שווערער צו וואוינען אין שטעטל. אהרן יודל, דו האסט שוין טאקע נישט קיין פרוי פאר אריבער צוועלף יאר, דעריבער ווייסטו נישט פון די פראבלעמען וואס די פרויען מאכן מיט אין שטעטל, אבער גלייב מיר זיי לעקן אויך גארנישט קיין האניג. נישט מען קען גיין אויפגעדעקט, נישט מען קען גיין שפאצירן צוזאמען מאן און ווייב, נאר זיי דארפן גיין אויף א באזונדערע זייט אויפ'ן גאס, נישט מען קען האבן קיין קאמפיוטער אינדערהיים, יעצט האט מען זיך גענומען אז אפילו א כשר'ע סעלפאון דארפן זיי האבן. עס איז פאר די פרויען אויך גארנישט די גרויסע גליק
      הכלל, עס איז ביטער שווער סיי פאר די מענער און סיי פאר די פרויען, און עס איז דעריבער ראטזאם פאר יעדעם איינעם וואס איז אומבאקוועם, סיי ער און סיי זיין בני בית, זיך ארויסצוציען פון דארט ווי אנשנעלסטן
      גלייבטס אהרן יודל, ווילאנג מען מאפט נישט ארויס פון סקווירא ווייסט מען ניטאמאל ווי אומגליקליך מען איז

      Delete
    2. יא! יא! ווילאנג דו וועסט נעבעך פראבירען צו דרייען און ספינען אהרן יודל אהער אהרן יודל אהין, ווייסן אונז אז ענק שוויצען נעבעך פאר בושה, ווי די גאנצע וועלט איז אויף מיט ענקער אזויגערופענע מנהיג, און די אמת'ע קאלירן שטארצען ארויס מער און מער.

      KEEP IT UP
      שרייב מער וועגן דעם און וועגן יענעם אבער פון די אישו'ס און עוולה'ס קענען ענק נעבעך נישט אפענטפערן

      Delete
    3. דע בלאג איז אמת ויציב יעדעס ווארט, בגשמיות איז פיין, ברוחניות איז שרעקליך אפילו ווען זיי טרייען מאכען תקנות ווי כשרע סעלפאן, צניעות, וכדו, איז עס אויף א עקסטרעם וואס אין הציבור יכולים לעמוד בם אין יעדער לאכט זיך אויס, מפאפט זיך אויס איך האב ארויסגעפריט די ארטיקל געוויזען פאר מיין בני בית, אין זי האט יעצט אנגעהויבען זען וואס איז די פשט פון מיין נאכגעלאזענקייט, קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט וויאזוי צי רעדן, כה תאמר לבית יעקב, מיט ווייכע ווערטער, רעד שיין נאכאמאהל אין נאכאמאהל, א ישר כוח, פאר די בלאג מען זעט שוין א שינו לטובה ביי די בהמה'ס אין סקווירא, זיי זענען גיט באמאכט נאך אביסעל אין קיינער וועט נישט דארפען מאפען מוועט נישט אנטלויפען, זיי וועלען לויפען ווי די שווארצע פעפער וואקסט

      Delete
    4. here he goes again. די סקווירא חברה זענען אזוילכע טפשים, גייען מיט די קאפ אין וואנט אריין, אז עס איז א שרעק צו זעהן ווי מענטשען קענען זיך מאכען אזוי בלינד, נאר נישט איין צו זעהן די אמת, און קוקען די אמת אין די פנים, און טרייען עפעס צו טוהן, און מתקן זיין, וועלען זיי שרייען נאך אמאל און נאך אמאל, אהרן יודל, אהרן יודל, די שוטה און נער וואס מיינסטו, וועמען נער'סטו, וועמען טוסטו אפ, זיך אליין, עפען דיינע אויגען, און זעה, אז אזויפיעל מענטשען זענען אהן געגעסען, און זיי האבען געטרויפען א פלאץ ווי זיי קענען ארויס ברענגען זייער וויי געשריי, וואס עסט זיי שוין יארען, אבער האבען נישט געהאט קיין פלאץ, ווי זיך ארויס צו רעדען, אדער ארויס ברענגען זייער ווייטאג האבען ב"ה געטרויפען ווי זיך ארויס צו רעדען, אהן דעם וואס מען זאל זיי טערארעזירן דערפאר, און עט'ס שרייטס נאך אמאל אהרן יודל און נאך אמאל אהרן יודל, אנשטאט עט'ס זאלט'ס ענק חאפען ביים קאפ, און זעהן וואס מען קען מתקן זיין אז מענטשען זאלען נישט זיין אזוי אהן'געגעסען, עס איז אייביג גרינגער צו באשילדיגען א צווייטען ווי זיך אליין, אבער די תוצאת זענען זייער ביטער, ווייל ווען עט'ס וועטס חאפען, וועט שוין זיין זייער שפעט, נעם'ט אייך א משל די אראבישע לענדער, ווי זייער פירער'ס האבען געהאלטען און איין שרייען, אז די פראטעסטן זענען פון אפאר היץ קעפ, אבער עס מיינט גארנישט, און קוקט ווי זיי זענען אהן געקומען, מילא איהר זאלט נישט זאגען מען האט אייך נישט געווארענט, סא סטאפ שרייען ווי א קליינע וויינענדיגע בעבי, אהרן יודל אהרן יודל, און טוט'ס וואס עט'ס האטס צו טוהן, פון ענקער זייט, סטאפט'ס צו געבען אזויפיעל פאער פאר איין איינציגע מענטש, ווייל עט'ס קוק'טס אויס ווי טופשים שוטים, און נערנים, מיט די עף בי איי, מיט די די עאי און די דשאסטעס דיפארטמענט האט עט'ס ענק געשלויגען, אבער מיט איין אהרן יודל קענט עט'ס ענק נישט קיין עצה געבען? מיז זיין עס איז מער ווי איין אהרן יודל, עס איז ענקער אייגענע, איז צייט צו זעהן ווי עט'ס קענט'ס מתקן זיין.

      Delete
    5. פארען ערשטען קאמענטעטער, איך בין מודה צו דיר, אז עס איז אויך גאנץ שווער פאר די נשים, איך וועל אביסעל מוסיף זיין צו די פאר זאכען וואס די האסט געשריבען, וואס ווי עס קיקט אויס ווייסטו נישט פון זייער ליידען, קען זיין אז די סיבה איז טאקע נישט ווייל די האסט נישט קיין פרוי צוועלעף יאר, אבער די סיבה איז פשוט ווייל די האסט חתונה געהאט מיט די רבי, און מפקיר געווען דיין ווייב, און דיין גאנצע משפחה, לאמיר זעהן, די פרוי האט חתונה, איז נעבעך די גאנצע אפגעהארעוועטע געלט, וואס זי האט פארדינט אל'ס מיידעל, גייט גלייך פאר שקל הקודש, וואס און די וועלט נעבעך קען זי זאגען, וואס האט זי אריין צורעדען, מען האט דאך אינז אויס געלערענט, די מאן איז די בעל הבית, זי פארזיגעלט די לעפצען, און ער איז צופרידען, אז די הייליגע רבי האט געגיבען א סמייל אויף זיין זייט, און געזאגט "ונתנו" גייט אהין און צירויק, זי גייט נעבעך ארבעטען, ער זאל קענען זיצען און טרינקען קאפפי פינעף יאר, איין שיינעם טאג קומט ער אהיים פון כולל, און מאנט און פארלאנגט געב ארויס די גאנצע געלט, און מען דארף נאך צו בארגען אפאר דוילער, ווייל די הייליגע רבי גייט אפשטאטען א בליץ באזיך, ביי זיין גרויסע שווער אין ארץ ישראל, מילא ער מיז מיט פארען, וואס? אפשר רעדט ער זיך דוירעך מיט מיר, און פרעגט מיר? נע מאן דכר שמיה, דא גייט איהר שווער געהארעוועטע געלט, און זי דארף איהם צו שטעלען אלע צוגעהערען, פאר די נסיעה, ער זאל קענען פארען באקוועם, עס גייט דאך אריין און נסיעה לצדיק, עס איז אפי' ארויס געקומען א קונטרס בענין נסיעה לצדיק, שוין מען האט עס אריין געלייגט און קדושה, און חסידות, איז ווי זאל זי זיך וואגען דרייען מיט די נאז, איז יעצט איין מינוט, לאמיר מאכען א סך הכל וואס גייט דא פאר, ער נעמט איהר אפגעהארעווטע געלט, ער לויפט אוועק פון שטיב אהן זיך געהעריג אדוירעך שמיסען, און איהר געבען די געלעגענהייט ארויסצוברענגען איהר פילינג, ווייל זי האט מורה, און ועל הכל, זי דארף איהם נאך צו שטעלען אז ער זאל קענען פארען באקוועם, ער איז דאך מקיים א מצוה, נסיעה לצדיק. ש

      אפאר חדשים שפעטער, די מאן קומט יעצט פון א דרשה, אז מען טאר נישט האלטען קיין דולער אין די היים, ווי לאנג די צדיק האט נישט קיין הרחבת הדעת, מען האט איינגעשפאנט די גלענצענדע רעדנער'ס, אויף צוקלערען, ווי הייליג און חשוב די זאך איז, מען האט אפי' געהאנגען א גרויסע סיין אויף מערב זייט פון ביהמ"ד, אז יעדער מיז געבען געלט פארן צדיק, צו קויפען א בילדינג, געב ארויס דיין גאנצע אפגעהארעווטע געלט, איך טראג עס אריין צום רבין, איהם צו פארשאפען הרחבת הדעת, עס איז די עתיד פון די דורות, יא א שיינע נאמען, זי נעבעך בייסט זיך די ליפען, וואס קומט דא פאר, עס איז א לאנגע "ונתנו" אויף איין זייט, די צירוק קוקט נישט אויס איז אזוי שנעל דא. י

      המשך יבא

      Delete
    6. אהרו יודל, אהרן יודל, דו האסט פארגעסן איין זאך: עס איז דא אסאך אידן וואס האבן זיך געווייקט ביי דיר אין וויינגארטן יארן לאנג, ביז זיי האבן איינגעזען ווער דו ביזט באמת. עס איז נעריש און זייער נישט שכל'דיג איבערצונוצן אין דיין בלאג איינמאל און נאכאמאל די זעלבע אלטע "באמבע-קשיות" אויף סקווירא וואס דו האסט נעבעך מעלה גרה געווען אזויפיל יארן... נו, באמת קום שוין אויף מיט עפעס חידושים

      Delete
  2. אנטשולדיגטס ווער האט געבויט די שטעטל ? ווער האט פארדעים אוועקגעגעבן זיין בלוט און שווייס ? יא קומט זיך עם אז זיין זון, זיין איינציגסטע יורש על פי תורה זאל דארט זיין אויסשליסליכע בעלעבאס ! און וועם עס געפעלט נישט קען גיין קיין סטראפקוב ! די רבי ז״ל האט מייסד געווען דעם פלאץ און ער און נאכדעים זיין זון זענען אין טשארש. און זיי מעגן זיין דיקטעיטערס , יעדער איז בעלבאס ביי זיך אינדערהיים . הגם לכבוש את המלכה עמי בבית ??

    ReplyDelete
    Replies
    1. יא? זאג נאר שעפעלע דיין טאטע איז א דיקטעטער ביי אים אינדערהיים? איך טריי צו געסען ווער די ביסט

      Delete
    2. זאגט נאר קיד נעפט ברעין, מיט וועמענ'ס געלט איז געבויט די שטעטל, פון וועמען'ס געלט האט מען געקויפט, געוואלט, קויפען די סקול בילדינג, וכו', וכו', וכו', אויף וועמענס נאמען זענען די אלע בילדינג'ס? ווער איז געזעצען אין תפיסה, ווען זאכען האבען נישט געקלאפט? אויב איז ער בעל הבית, פארוואס איז קיין איין זאך נישט אויף זיין נאמען? און אויב איז ער בעל הבית, פארוואס נעמט ער נישט ריספאנסעבילעטי ווי א בעל הבית דארף צו טוהן, און דרך אגב די רבש"ע איז אויך בעל הבית אויף זיין וועלט, און דאך איז ער מקיים וואס ער שרייבט אין זיין הייליגע תורה, מילא אויב איז דא תקנות, פאר די איינואוינערס פון שטעטל, פארוואס זאל ער מיט קינדער און אייניקלאך נישט דארפען איין האלטען די תקנות, וואס פאר א פנים האט דאס? און לאמיר שוין זאגען ער דארף נישט, ער מעג נעמען שידוכים, פון ווי ער וויל, און זיינע קינדער און אייניקלאך מעגען פארען ווי זיי ווילען, אבער וואס איז וועגען איינהאלטען די תורה, וואס הייסט ער איז בעל הבית צו זיין א דיקטעיטער, צו האט ער נישט קיין בעל הבית, וואס דאס איז די תורה הקדושה? און יעצט וויל איך דיר סתם געבען א עצה טובה, פליז טריי נישט צו זיין א דיקטעטער ביי דיר אינדערהיים, אפילו די ביסט טאקע בעל הבית, עס וועט זיין זייער ביטער, און איך גלייב נישט אז דיינע קינדער, וועלען זיך אסאך שרעקען ווען די וועסט זיי שרייען הגם לכבוש את המלכה עמי בבית, די וועסט זיין ווי א מלך בלא עם.

      Delete
    3. a community is not a private entity no matter who build it
      and beside that he put a kehila system in place with a rav that they took over so not to have to abide by halochu

      Delete
  3. די ביסט אפשר. א בי טי? א נייע גווארענע סקווירא? ווייל אינזערע זיידעס האבען די זעלבע געשוויצט, גגעבען שווייס אין בלוט, מיט מסירות נפש, נו דרך ארץ אביסעל פאר די אלע אייניקליך

    ReplyDelete
  4. ווער נישט5/17/2013 2:19 AM

    צי דער מיט די מיינונג אז פאר פרויען איז פיל שווערער. איך וויל דיר נאר מאכען אויפמערקזאם אז די זאלסט ארינטראכטען פאר דיר אליין דארפסט אפי' גארנישט צוריק שרייבען, אז די האסט נאר געשריבען זאכען, וואס די, האלסט אז עס איז נארמאל צי פארלאנגען, אבער די אנדערע זאכען, האסטו מורה געהאט, זיי צי אויסרעכענען, פארוואס? ווייל די ווייסט אויך אז די אלע איבריגע זאכען זענען שוין נישט צי פארשטיין

    ReplyDelete
    Replies
    1. אדרבה, אדרבה, רעכן אויס נאך זאכן פארוואס עס איז שווער פאר די פרויען צו וואוינען דא אין שטעטל. דער סך הכל: וועם עס איז שווער, פאר וועלכע סיבה נאר עס זאל זיין, זאל טאקע צוהערן אהרן יודל, און ארויסמאפן פון דא

      Delete
    2. אדרבה, אדרבה, רעכן אויס נאך זאכן פארוואס עס איז שווער פאר די פרויען צו וואינען דארט. דער סך הכל: וועם עס איז נישט באקוועם, פאר וועלכע סיבה עס זאל נאר נישט זיין, זאל ווי אמשנעלסטן ארויסמאפן. גלייבטס מיר, אהרן יודל ווייסט וואס ער רעדט: אין דער פלאץ איז זייער שווער צו וואוינען

      Delete
  5. אז די רבי איז שווער צי וואוינען, אין א פלאץ ווי עס איז דא א מנין, א מעטער ארויף א מעטער אראפ, קען ער מאפען, און איי דאנט טינק אז אפי' די, וואס די ביסט אזוי העפי דא, וועט מיט מאפען מיט איהם

    ReplyDelete
  6. איין קליינע הערה
    דער שוועריקייט פון וואוינען אין סקווער האט קיין שייכות נישט מיט'ן פלאץ. עס ווענדט זיך אויסדריקליך מיט אייער 'פריסעפשען' אויפ'ן פלאץ. אויב איר וועט האבן די זעלבע אויסקוק אויף סיי וועלכע פלאץ (אין אידיש 'שווארץ קוקער') וועט איר זיין ברוגז אויף סיי ווי איר זאלט נאר זיין.
    יעדע זאך (יעדע!) קען מען זען פון א נעגאטיווע זיין און אויב איר ווילט א רוהיג לעבן קוקט פאזיטיוו
    ביי

    ReplyDelete
  7. פארוואס איז טאקע דא אפאר הינדערט שווארץ קיקערס אין סקווירא? דאס איז אויך ווייל די רבי איז אזוי מחנך, אז עני יונגערמאן, זאל עס אפילו נאר זיין די איידילסטע מיט אלע מעלות און ער האלט שטארק פון די רבי,אבער ער האלט אויך פון אנדערע ערליכע אידן איז שוין אויף די שווארטצע ליסט, און די זעלבע איז אויך, דער וואס קיקט אן שלעכט, דער ווא
    ס גייט דאווענען אין פרידוואלד, איז אויך א שוורץ קיקער, קיק פאזיטיוו און שלום על ישראל, נאר וואס דען, דא קענסטו זעהן ווער עס איז די שווארץ קיקער

    ReplyDelete
    Replies
    1. אפאר הונדערט? דער רבי איז מחנך? שווארצע ליסטע? איך ווייס נישט ווער ס'שטייט דיך אין וועג

      Delete
    2. צוויי קושיית וואס די פרעגסט פארשטיי איך, די דריטע פארשטיי איך נישט, וואס די פרעגסט, די רבי איז מחנך? פארשטיי איך, טאקע א גיטע קושיא, אפאר הונדערט? פארשטיי איך אויך, איז דען דא אפאר הונדערט וואס ער איז מחנך? אבער וואס איז די דריטע קושיא?

      Delete
    3. די דריטע קושיא ווי איך פארשטיי איז: ווי ליגט די שווארצע ליסטע? ווער האלט די ליסטע אפשר האפלא? אדער אפשר יענקי ד.? אויב רעדסטו פון דיע ליסטע ליידסטו אויף פארעניא (דמיונות אין אידיש) און ס'איז כדאי צו זוכן הילף

      Delete
    4. די האלסט אז מענטש וואס האלט מיט אלעס אין סקווירא אויף די אייגענע הויט, אין האט דורך געליינט די גאנצע ארטיקעל אין קימט נאכדעם אן צו דיין קאמענט ווערט בכלל אנציקט פון דיין חכמה??? ד

      Delete
    5. אנטשולדיגט
      איך האב געמיינט אז מענטשן קומען דא צו זוכן דער אמת

      Delete
  8. יא 20 יאר האב איך אנגעקיקט די פלאץ פאזיטיוו, ביסט 100 פארסענט גערעכט כהאב געהאט א ריאיג לעבען, כהאב געקענט טון וואס איך האב געוואלט, ווילאנג סנישט געווען קעגען סקווירא, כבין געקימען שבת אין שיל ווען כהאב געוואלט, כהאב באקימען יעדע וואך אין מקוה א אפדעיט. וועלכע מאווי איך דארף נאך וואטשען ווער סאיז די מעין עקטער , סאיז געווען א מחיה, כהאב באקימען א אפדעיט אויף טוויטער פון זישי, כהאב יעדעם געזאגט אז סקווירא איז דאס בעסטע פלאץ קענסט טון וואס די ווילסט, סהאט אבער מיין נשמה האט געטריקענט, כהאב מיר ב"ה אויף געוועקט, אין עס האט זיך איבערגדרייט איך מאך טאקע נישט קיין לעבען דאס פלאץ האב איך אנגהויבען אראפקיקען, אבער מיין נשמה הייבט אן אביסעל אויפלעבן

    ReplyDelete
    Replies
    1. דאס! איז אן עקזעמפל פון די בלאגגערס דא
      דיין נשמה טריקנט ליידער און די בלעימסט ווייטער סקווער

      Delete
    2. יא, און צוליב דעם האט בי"ד מתקן געווען אז דער מקווה זאל זיין פארשפארט שבת ביים דאוונען
      איז געקומען דער מהרס אהרן יודל און האט געשיקט זיין דעמאלטסדיגער שיק-אינגל ליפא שמעלצער און ער האט אויפגעבראכן די שלאס אין שבת
      ווייזט אויס אז טעראר, אלימות און חילול שבת במשנתו של אהרן יודל איז נאר מותר ווען מ'טוט עס קעגן סקווירא

      Delete
    3. הא הא!!! די דערמאנסט מיר אלטע צייטען ,די מישט צאם צייטען ווען ליפא האט געבראכען דעם שלאס איז נאך אהרן יודל געווען א גרויסע חסיד אין וועגען די מקוה, ווי ביסטו געווען דע וואך שבת צופריסאיז געווען אזא געשמאקע קרעמעל, אין ביי די וועי געדענקסט די תשובת המושקל פאר ליפא, הא הא! !$3000 פאר די דיין אין טאש, אה איים סאריי איך קען נישט סטאפען לאכען הא הא

      Delete
    4. מרדכי משה5/20/2013 11:41 AM

      Reply to Anonymous 6:35

      הרוצה לשקר ירחק עדותו!!! ליפא האט געוואלט גיין אין מקוה, איז פונקט געשטאנען דארטן הערשי האלצלער וואס האט אויך געוואלט גיין אין מקוה.... וד"ל, און ליפא האט נישט געבראכן די שלאס נאר הערשי, אבער היות מ'האט געהאט א געלעגנהייט זיך אפצורעכענען מיט ליפא, האט מען איהם געצימבלט דערפאר, ליפא איז אלע יארן געווען א שמעלצער וואס איז כמובן א מעקעלע און א ערשט קלאסיגע פחדן, ער האט געציטערט ווי א בעבי, דאס איז די סיבה פארוואס ער האט ווי א זיבעלע געציטערט און באצאלט די $3000

      אבער יעצט צום עיקר פאוינט!! אהרן יודל האט געכאפט א שטיין/ציגל אין זיין הויז "בעצם ליל שבת קודש"!!!! ווער האט דאס געטוהן? נישט די גרויסע חסידים? חילול שבת באדערט ענק?? פארדריי א קאפ א צווייטען

      אז מ'רעדט שוין, איינער פון די משפחת גרינוואלד מיטגלידער, האבן די וואך געזאגט, אז ס'איז נישטא קיין שום טעראר אקט וואס ווערט געטוהן, נאר וואס מ'פרעגט פאר דעם דעת תורה (??) פון דעם דיין שליט"א און ער גייט פרעגען ביים רבי'ן ובניו הקדושים והטהורים שליט"א

      Delete
    5. איינער פון משפחת 'גרינוואלד'... קודש קדשים ואין להרהר אחריו

      Delete
    6. יא, משפחת גרינוואלד... קודש קדשים ואין להרהר אחריו

      Delete
    7. דערמאן מיר נאר אהרן יודל, וואו דאווענט דער הערשי האלצלער היינט צוטאגס
      אה, שכח פאר'ן מיר דערמאנען, ער דאווענט דאך מיט דיר אינאיינעם אין פרידוואלד
      נו, אוודאי אזוי, ער האט דאך אלע דריי קוואליפיקאציעס וואס עס פארלאנגט זיך פון א פרידוואלד מתפלל
      מען דארף זיין א רווק, א מהרס און א משחית און מנוול

      Delete
    8. נעבאך נעבאך די סקווירא פערדן, אלס א בני יואל מיטגליד וואס איך פערזענליך האלט נישט פון קיין רבי'ס וכדומה, קוק מיך צו פון מיין ווינקל וויאזוי עטס פראבירט'ס אפצוענטפערן, ווי למשל דא, דו הייבסט אהן מיט א מעשה פון איינעם אהרן יודל (הגם כ'האב נישט קיין אהנונג ווער דאס איז, לכאורה ווי יוסל וואלדמאן ביי אונז) ענטפערט דיר א צווייטער אז ס'נישט געווען ער, נאר איינער האלצער, פארסטו אוועק פונעם נושא, און ענטפערסט מיט פרידוואלד וכו', אבער א רגע! וואס טוט זיך מיט די ליגענט וואס מ'האט דיך געכאפט אז ס'נישט געווען ליפא וכו' , אזוי איז די אלע קאמענטס פון ענק אדער כאפט מען ענק מיט ליגענט-סתירות-וכדומה

      איך קען איין זאך צוזאגן מיט א זיכערקייט, היסטאריע חזר'ט זיך איבער יעצט, דער זעלבער מעשה ווען אונז האבן פראבירט אקעגן די מאנרויער געטשקע, איך כלשעצמי אלס א בני יואל'ער האלט אונז זעמיר פיין אנגעקומען, און אפילו דער אנדערע וואס האלטן אז נישט, האט עס היבש אפגעשוואכט דעם אהרנ'ען, דער זעלבער וועט זיין דא אויך, דער סקווערער גייט זיכער ווערן אפגעשוואכט פון דעם מאוומענט אקעגן איהם, איך קלער אפשר וועט עס נאך זיין שטערקער, ווייל אין אונזערע צייטן, איז נאכנישט געווען די אינטערנעט, און ליידער האבן די אהרונים געטוהן מיט אונז אזעלכע מעשי אלימות וכל מיני טעראר, אבער מ'האט עס געקענט פארווישן, היינט נאך פאר וואס ווי ווען, איז שוין דא בילדער אין די אנדערע עק וועלט

      Delete
  9. געטס אכטונג! ענטפערטס נישט אפ, די סקווערע חסידים, ווייל זיי וועלן באלד נאכאמאל זאגען מישען עקאמפלישט, דאס איז זייער איינציגסטע תירוץ

    ReplyDelete
  10. זאגט נאר צדיק'ל אז די הייייליגע רבי'ס אייניקלאך קוקען און לאגען אין די אינטערנעט איז נישט קיין פראבלעם, אבער די טריקעניש איז ווייל מיר שרייבען וואס עס געפעלט אייך נישט הא? אייער שמיטץ וועש ווערט געהאנגען אין מיטן שטאט, דאס קענט איהר נישט פארנעמען? נישט די אינטערנעט ענגבערט ענק, עס איז פשוט, אז איהר קענט שוין נישט טוהן וואס אייער הארץ גליסט, ווייל אלעס קומט ארויס בגלוי, יא יא עס איז געקומען צייט איהר זאלט עסען אייערע פירות, און אויפלעקען אייער מיסט, וואס איהר לאזט פאלען, איך פיל אייער ווייטאג, איהר קענט שוין נישט טוהן וואס אייער הארץ באגערט, און אהן שטעלען, א תם מעוואטע פנים, נשתנה הזמנים, און א יעדער חסידות, און יעדער סעקטע, אפי' שטאטישע באמטע ווי די פאליציי דיפארטמענט, ווייסט אז זיי דארפען זיך וואטשען, ווייל היינטיגע צייטען אלעס איז אופען, און אלעס קומט ארויס, אבער עט'ס טרייט'ס נאך מיט'ן אסר'ן די אינטערנעט, אבער ווי עס קוקט אויס, ארבעט זיך עס נישט אויס פינקטלאך וויאזוי איר וואלט געוואלט.

    ReplyDelete
    Replies
    1. http://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=4183&sid=eb2eecb4d28eb159db087660b8d595d3

      http://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=4182&sid=eb2eecb4d28eb159db087660b8d595d3

      Delete
    2. calm down......

      Delete
    3. צו דעם "זאג נאר צדיק'ל" פון 2:01
      איי עם סארי באט דיינע שירות קלעבן עפעס נישט
      "יעדער ווייסט אלעס איז אפן, אבער עטס טרייט'ס נאך מיט'ן אסר'ן"
      איך כאפ נישט די המשך השורות
      כ'זעה אז עפעס באדערט דיר, איך וואלט דיר זייער געוואלט פארשטיין
      ביטע בראהיג דיר אביסל אין זיי דיר בעסער מסביר וועל איך זעהן צו איך האלט אזוי ווי די זאגסט

      Delete
  11. וואס ער מיינטצו זאגען, איז זיי האבען נישט קיין ריינע כוונת מיטן אסערן די אינטערנעט

    ReplyDelete
    Replies
    1. יא. די איינציגסטע זאך וואס ס'שטערט זיי איז אז עס ווערט מפורסם וואס עס גייט פאר אין סקווער, און זיי מיינען אז אזוי וועט זיך עס סטאפן

      Delete
  12. די האסט ארויסגעברנגט זייער שיין איין וועג פון קוקן, אבער איך וויל דא ארויסברענגן די אנדערע צד, וואס איך האב געהערט פון מיין פרוי. פון א געוויסע קוק ווינקל איז אסאך שווערער פאר פרויען ווי פאר מענער, קודם כל עס איז אמת אז פרויען זענען בטבע מער תמימות'דיג און נאיוו, און זיי חאפן נישט אזוי קלאר וואס דא גייט פאר, נאכדערצו וואס אונזער חינוך פאר די פרויען איז געווידמנט אוועקצושטלן בורות און עמי ארצות וואס ווייסען נישט בחייכן וביומייכן וואס גייט פאר אויף די וועלט, (נישט אידיש און נישט גויאיש גארנישט), אבער פאר דעם מיינט נישט אז זיי זענען צופרידן מיט דעם. קיין שום בריה און דער וועלט איז נישט צופרידן ווען מען רייסט איר אויס איר "אייגנשאפט", אזוי ווי מען טוט ביי אונז אין שטעטל.
    נאר וואס דען די פרויען פארשטייען ווייניגער וואס עס באדערט זיי, עס איז זיי זייער שווער אנציווייזן אויפן פראבלעם פאר וואס זיי זענען נישט צופרידן מיט זיך.
    פאר וואס מיינט איר אז אין סקווירא איז די פארצענט פון פרויען וואס דארפן מעדעצינן פאר די נערוון אזוי גרויס?
    איין סיבה, ווייל דא נעמט מען אוועק פון יעדן באשעפעניש די אידענטעטי!

    די זאך איז נאך מער, ביי די מענער, ווען דער יונגערמאן קומט אן צו מיטלעדש, זייער אסאך מאל חאפט ער זיך וואספארא מאכל בהמה מען האט אים געפירטערט אלע יארן, ביי אזא מצב איז ער נישט אזוי אויף צרות ווי ביי א פרוי וואס חאפט זיך.
    דער יונגערמאן האט מיט וועם צו רעדן א אידיש ווארט, סיי ביי אונז שטעטל, עס איז דא תלמידי חכמים מופלגים, חסידים ואנשי מעשה, סוחרים, בעלי בתים, וכו', וואס מען קען רעדן מיט זיי א ווארט צו דער זאך, אן כ"ק... כ"ק... כ"ק... עס ווערט אנגערופן "סופארט גראפ". אחים לצרה.
    אבער דער פרוי, טענה'נן זיי, אז עס איז נישט דא מיט וועם צו רעדן א נרמאל אידיש ווארט, אדער רעדט מען פון אלע נארישקייטן אויף דער וועלט, אדער פון דער רבי, עפעס אידישקייט איז נישט דא, פיסט און ליידיג.
    דער יונגער מאן חאפט א טעקסי פארט קיין מאנסי און זעט א גאנצע אידישע בלינדיגע וועלט, שיעורים, דרושת, ערליכע אידין, רבנים, ת"ח, סתם עמך בית ישראל. די פרויען פון אנדערע זייט זיצן פארקלאפט און פארזעצט בעמק הבכה פון רוחניות.
    גראדע לעצטענס איז דא א געווייסע ארגנזאציע און מאנסי וואס אסאך פרויען פון שטעטל שעפן דארט חיות. איך וויל נישט דערמאנען די נאמען ווייל די מלכות הרשעה וועט ארויסגעבן גזירות אקעגן דעם. אבער בכלל ביי די פרויען הערשט א געוואלדיגע רחניותדיגע פיסטעניש און ליידיגקייט, תוהו ובוהו.
    החותם בצער
    פה שיכון סקווירא
    ק. ר. ש.

    ReplyDelete
    Replies
    1. אהרן יודל אהרן יודל אהרן יודל, אוי א ברויך מען קען נישט קרייען נאך אמאל אהרן יודל, ווייל ער רעדט דאך פון זיין ווייב, מילא בלית ברירה וועט מען מיזען שרייען, עס איז איינער וואס איז א קרוב מיט איינער וואס האט אמאל זיך געחבר'ט מיט א חבר פון אהרן יודל, דאס איז די מיינד סעט פון די טיפשים וואס האבען א פנים ווי די בת היענה, שטעקען די קאפ אין זאמד אריין, און טרייען צו מאכען עס אויס קוקען ווי עס איז איין אהרן יודל, עס איז נישט דא נאר איין קליגע מענטש, אויפען וועלט, וואס קען טראכטען, פאר זיך, אהן דעם וואס א צווייטער זאל טראכטען פאר איהם, ווי נוסח סקווירא גייט: עס איז דא קליגערע מענטשען פון דיר, מילא ווער ביסטו, וואס איז דיין דעת ווערט, זייט ווען האסטו א עפיניאן אויף א יעדער זאך, יא די רבש"ע האט געגעבען דעת און שכל און כח הבחירה פאר א מענטש, אז ער זאל קענען בוחר זיין, און פארשטיין און טאמער ער וויל און איז מחליט זיך אדוירעך צו רעדען מיט א ערליכע תורה יוד, איז עס געווען ווייל ער האט אזוי בוחר געווען זיך אדורעך רעדען מיט א גוטע יוד, נישט ווייל מען מיז, און טאמער נישט, איז מען א אפיקורס, א אפגעפרעגטע ארויסגעפאלענע מענטש, עס איז א עוולה שאין כדוגמתו, צו צווינגען און פרעשערען מענטשען צו טראכטען און האלטען וואס ער האלט נישט, מילא שעפעלע עס איז דא מענטשען וואס טראכטען און חאפען וואס דא קומט פאר, עס איז נישט איין אהרן יודל, קיינער אויפען וועלט קויפט נישט די סטאפידעטי, אז דאס איז איין מענטש. אנטשילדיגט פארען שרייבען אפענע אפיקורסת, אבער אויב די ווילסט ענטפערען, זיי ביטע קודם א "דע מה שתשוב" ווייל לעכירליכע תורות און תירוצים, מאכען ענדערשט קאליע, ווי עס טוט אויף. ש

      Delete
    2. אהרן יודל, די דארשטיגע ליינער קוקן ארויס און ערווארטן אז די זאלסט זיך ארויס שטעלן און צוזאמהאנג מיט די אלעמענ-באקאנטן גרופע "פערסערוו ראמפא". סוף כל סוף האט עטץ "קאמען אינטרעס" די זעלבע ציל: האקן און העצן אויף אידן
      עס קען גאר זיין אז די "פערסערוו ראמפא" גראפע גייען אויך עדאפטן דיין דגל פון "לשם שמים" אדער גאר דיין נייצישע דגל פון טרייען צו חוזק מאכן פון מענטשן אונטערן שלייער פון "זיי קומן העלפן"
      יישר כח פאר אלעס ביז אהער

      Delete
    3. צו אהרן יודל וואס האט זיך יעצט א נאמען געגעבן ק.ר.ש. (האסט זיך מסתמא פארמישט מיט ר.ש.ע.) גאנץ א גוטע זכרון פון כמעט דרייצן יאר צוריק און דו געדענקסט אזוי מיט דעטאלן וואס דיין פרוי האט דיך מסביר געווען וועגן סקווירא, אבער אינטערעסאנט, ווייל אין באבוב האט מען דאך יא געגעבן א ברייטע חינוך
      אה, איך האב פארגעסן, זי איז דאך געווען א נאיווע צוקוועטשטע וואס האט געהאט צו טון מיט די נערוון

      Delete
    4. הא הא הא, איך האב נישט געוויסט ווי געלונגען די קאמענט איז, א גרויסע יישר כח פארען לאזען וויסען, עס איז דאך יא געלוינגען, די חברה גייען ארויס פון די גלייזען, דרך אגב די רעדסט שוין יא פון פערסערוו ראמפא, וואלט איך טאקע געוואלט וויסען, א קושיא וואס ענגבערט מיר שוין יארען, אייביג ביי וואלען לייגט מען דא ארויס גרויסע פלאקאטען, אז זיי זענען שונאי ישראלים, זיי ווילען אינז נישט דא, זיי ווילען אינז פארטרייבען, זיי ווילען נישט די בית השחיטה, וכו', וכו', זאגט נאר טייערע פיינע ליבלעכע וואולע יודען, אוהבי ישראלים, וואס זענט איהר בעסער, איר פארטרייבט יעדע יוד וואס וויל קומען וואוינען ערגעטס לעבען סקווירא, קיין שום יוד זאל נישט וואוינען און אינזער שכינות, קיין שום ביהמ"ד ביז צוואנציג מינוט פון סקווירא טאר זיך נישט עפענען, מיט וואס זענט איהר בעסער פון זיי, יודען מיינט עט'ס? זיך אליין ענקער אייגענע סעלפיש ריזענס, גארנישט מיט תורה, גארנישט מיט יודישקייט, זולטש. און נאך אזאך, ווען איך האק אויף ענק, איז עס נישט האקען אויף יודען, עס איז האקען אויף א קאלט, וואס באצוט זיך, און יעדע דבר אסור, לייגען זיי אריין אין קדושה, אין חסידות, אזוי פארדרייט מען און מען פארקרימט די תורה מיט חסידות, מיט די הייליגע דרך הבעש"ט, און אלעס מיטען שלייער פון חסידות,

      Delete
  13. אז די הינט בילט!!!!!! ז

    ReplyDelete
  14. אז מ'רעדט שוין וועגען העצען אויף אידען, לאמיר טאקע אראפ ברענגען אפאר דוגמות
    צימענט פון לונדון האט די רבי אנגעהעצט קעגען און געזאגט דערמאן נישט דעם נאמען פון חיים אהרן אין אזא מקום קדוש

    די מזכיר בי"ד פון סקווירא האט געטרייט אנציהעצן סקולענער רבי'ס זוהן קעגען א איד חיים אהרן ער זאל איהם ארויסווארפען פון שול

    אברהם משה זילבערמאן האט בשליחות פון רבי'ן געהעצט הירצקא פרידמאן ער זאל ארויסווארפען מרדכי דוד'ס קינדער פון חדר

    ווער נאך ווי די ווייסט ווער עס העטצט דיך אן קעגען א איד, זאג נאר, אהרן יודל שטייט דיר עפעס פערסינאל אין וועג? חוץ וואס די רבי האט פראדעצירט א העץ קאמפעין קעגן איהם

    ReplyDelete
  15. טייערע סקווערא חסידים פון היינט און פון אמאל האט רחמנות און מאכט אויף היינט א סיעס פייער מיר טארן נישט מצער זיין די רבי שליט"א יעדער ווייסט אז ליידער קומט היינט פאר א ביטערע זאך וואס איז יורד לחייו פון רבין שליט"א אין שו"ע ווערט גפסקנט ווען מתו מוטל לפניו האט מען א דין אונן איך מיין היינט ג' בהעלותך האט יעדער סקווירא חסיד דין אונן א שווערע פיל אפצושלינגען לכן חכמים הזהרו בדבריכם אמאל האט כבוד סקווער גרעדט צו אייך בעט איך בכל לשון של בקשה און אסזא ביטערע טאג וואס די גאנצע וועלט וועט זעהן ווי גרויס בעלזא איז זאל מען נישט שופך דם זיין די רבי מיט די קונדער ווייל באמת זענען מיר די גרעסטע און ליידער זעהט אויס די בילדער ווי בעלזא איז ריזיגגג און סקווירא איז קליינ קעגין די מעכטיגע בעלז וויפיל כוחות און שלאפלאזע נעכט האט די רבי מיט בניו הק' איבער דער טעמע אין ליידער היום יראו כלם אוודאי שוין אסרן בילדער און אינטערנעט שלא יבושי מהמעליגים

    ReplyDelete
    Replies
    1. חברה! דאונט ווארי!!! ער וועט פארן קיין נייעק און זיך אויסריען פון זיין שלאפלאזע נעכט וואס ער האט יעצט

      Delete
  16. ער איז שוין ליידער צוגעוואוינט צו דעם, פון ר' אהרן שליט"א רעדט מען דיך אוודאי נישט, אבער אפילו ר' ישראל מויזניץ וואס פלעגט קומען אויפן מאנסי טרעילס באס ווי א שלעפער, און ווער ס'געדענקט נאך די גרויסארטיגע חתונה פון חיים מאיר און ר' ישראל איז געשטאנען אונטער די פארענטשאס באהאלטן ווי עני המהפך בחררה, איז היינט אויך דריי מאל א גרעסערע רבי ווי איהם, אוודאי איז איהם דער בעלזער א שווערע טאבלעט אראפצושלינגען, אבער ר' אהרן איז גרעסער פון בעלזא, במילא האט זיך איהם שוין געדרייט די קישקעס אנדערע זמנים פון פריער

    איין זאך וואס קען זיין באדערט איהם דער בעלזער מער ווי די אנדערע שוואגער'ס, ווייל סוף כל סוף זענען אלע שוואגער'ס נוהג כבוד אין איהם, צו ווייל ער איז דער עלסטער אדער וואס, אבער דער בעלזער האט זערא-דרך ארץ פאר איהם, און ווי ער קען איהם פליקן טוהט ער דאס מיט די גאנצע קנאק, איז די ווייטאג פילפאכיג מער

    ReplyDelete
    Replies
    1. ענטשולדיגט די בעלזאר פליקט שוין גארנישט! די האסט סקווערא פאנטאזיעס יעדער וואס זאגט א ווארט נישט לויט די זשעניווע קאוויענטשאן הייסט שוין געפליקט יא די בעלזא'ר האט א אפנע מוח [משכיל בלע"ז] און ער רעד נאר וואס טוט אים אינטערסירען יא ער רעד וועגן נושרים וכדומה עיין במקומו אבער וועקט אייך אויף ממוז נישט רעדען נאר וועגן ווי גרויס סקווער אדער לעיקוואד איז מקען רעדן זאכליך מהייסט נישט דערוועגן א מחוצף חוץ מזה קען ער די קליינע אויתיות וד"ל און ווייסט פונקטליך ווי ער האלט מיט זיין קלוגען שוואגער וד"ל

      Delete
    2. גיי אינטערסיר דיך ווי אזוי מ'האלט פון אים ביי זיינע שוואגערס דאכצוך חוץ מענדלא האלט מען איבעראל אז דא רעד זיך פון א סעלפישע שלכטע בעבי

      Delete
  17. אין זיינע הייליג שוואגערס דיא איידם,ס פין רבין ז"ל

    ReplyDelete
    Replies
    1. בנוגע וויזשניץ מאנסי איז דאך ברייט באקאנט זיין מיינוג וואס ער האט כמה פעמים ברבים געזאגט סיי ביי די טעלוויזשאן פרשה סיי ביי מאנטריאל סייביי די בילדער ווען ער האט אין סקווירא עמי בבית געזאגט ער איז נישט מוחל בזה ובבא און ווי יעדר געדנקט די טיפע ווייטוג און סקווירא קעגין דעם אומפאגינער ר' מוטלע ער פארגינט נישט זיין שוואגער שיינע בילדער וכו' ווי למשל סקווערא רבי איז דאך א זעלטנע טוב עין ווי יעדער געדענקט ביי די חתונה פון אונזער נייער פרי עץ חיים הק' יעקב יוסף ברא"מ ווען די רבי האט געדארפט וויכטיג תלמידו מענדלא זאל קומען על אפו וחמתו פון ר' ישראל דער רחמנות בימים ההם און די רבי האט זיך אויסגעדריקט שארף פארוואס פארגינט איר נישט פאר א צווייטען א בילקע מיט געפילטע פיש, הגם יעדער האט נאך געהאט טיף און זכרון א צייט פריער ווען ר' ישראל איז געווען פאטריבען פון זיין הייליגען איידעמ'ס הויז אויף די פארלאנג פון מענדלא'ן אבער גאר ר' ישראל איז גאר א אומפאגינער אוי ווי גיט האט ר' מאטלע דעמאלט געזאגט ער מיינט נישט דיך ישראל, ער מיינט מיך, אבער יעצט פרעגט איר וואז זיינע שוואגערס האלטען? און וועגן ראחמיסטריווקא דארף איך אייך נישט פארציילין בכלל יעדער ווייסט די חיבה יתירה וכבוד הראוי בכל עת ועידן וכו' לסיום הדבר וועט איר פרעגען רעב אהרן וואס גייט דארט פאר מ'זעהט א מעכטיגע אהבה ווי האט נאר א סקווערא בחור געזאגט די רבי האט אים די מערסטע ליב פון אלע שוואגערס אלע קרובים אלע מחותנים הלמאי הלוא דבר אדרבה פרעגט אייך נאך ביי הרב מענדל טייטלבוים אבד"ק ווילאמסבורג בנו בכורו של אהרן צו ביי זיין טאטען איז פארהאן בכלל א צווייטען צו פארגינען יעדר ווייסט די שווערע נאטור פון ר' אהרן אין דעם ענין אויף אמאל עס קומט צו סקווער זעהט זיך אהן פון צוויי זייטען אזא הכנעה אזא אהבה הלוא דבר הוא עס איז באמת שווער די סקווערא טוב עין איז דאך ביי אונז אלמען באקאנט און ביי ר' אהרן איז דאך און די גאנצע וועלט באקאנט למשל ר' אהרן פארט חתונה מאכן ר' ישראלס איידעם וואס איז סך הכל ר' אהרנ'ס נעפיו אין אונזער ר' אהרן לאזט קוים ר' ישראל קומען זיין עולם טאר אוודאי נישט קומען ניטאמאל מיט פאטעקציע עס איז נישט קיין ווערטל ס'איז זייער שווער וואס גייט דא פאר און סקווירא ווי די ברית אהבה איז אזוי גרויס, ממוז בעל כרכו זאגן אז ס'געווען א היסטארישע מיטינג צווישען שלו' בער פישל מיט די הייליגע קונדער צוזאמען מיט אהרן מתתי' דייטש פון די ארונים ווי מ'האט געמאכט לטובת שני הצדדים אפמאכען בנוגע די זיצען ביי די שמחות און די כבוד וואס יעדע צד מוז געבען הונדרעט פארצענט און דאכצוך ביידע האלטען ערליך ווארט ווי אפגעמאכט כדי ס'זאל זיין טוב לשניהם און אזוי ארום זעהט זיך אן די אהבה גדולה אדרבה ווער עס ווייסט וועגן די מיטינג אדער סיי וואסערע פרטים אנא לפרסם כי בנפשינו הוא צו פארענטפרין ווי אזוי די זרזיר ועורב האבן זיך אזוי ליב ב"ה

      Delete
  18. אויב זענען נאך בכלל פארהאן נארמאלע פשוטע יודן וואס ליינען די בלאג, איז איבריג צו באטאנען מיט וועם מ'האנדלט דא... ש
    נישט סקווער שטערט זיי
    נישט סקווערע רבי
    דער פראבלעם איז יעדע זאך וואס שטעקט מיט אידישקייט און יודישע הנהגה
    יא, זיי ווילן אונטערברענגען און אראפרייסן יעדע אידישע חסידות
    נאר א קאפיטל תהלים וועט העלפן

    ReplyDelete
    Replies
    1. מ׳קען נישט לאזן פאלשע חסידות (נשתכחה..) זאל אויסרייסן תורה ומצות..
      א קאפיטל תהילים איז אוודאי וויכטיג, און איר זאלט יעדעם אינזינען האבן.. המתפלל בעד חבירו היא נענה תחילה.

      Delete
  19. נארמאלע מענטשען איז דיין שאלה? אלעס ארום דיר איז נארמאל די הנהגה איז נארמאל וואסערע שאלה איז דאס? יא עס איז ברוך השם יא דא נארמאלע רבי'ס נארמאלע מנהיגים ווי אדמורים מסקלוען פשעווארסק ראחמיסטריווקא סיי ארץ ישראל סיי חו"ל אמישנאוו הרב צבי מאיר זילבערבערג הרב משה וואלפסהאן הרב מאטל זילבער ועוד עשרות אפי' פארטיי פירער חאפ אן א דוגמה ווי הרב ישראל'טשע בני ברק וואס סערוויסט זיין עולם און פאניגט זיי נישט ער לאזט זיין ברידער לעבען ווען ער וויל קען ער אים ארויס יאגען ווי א הונט און ער איז מכבד ווי א שולחן ערוך יוד דארף זיך פירען יא פלעין נארמאל בי אונז און סקווירא איז גארנישט נארמאל נישט די הנהגה פון רבין צום אייגענעם ציבור נישט מיט משפחה נישט מיט ידידים למשל די רבי האט א אפמאך אז ער גייט קיין ארץ ישראל מוז אלע רביס קומען און האלטן דרשות אבער פארקערט א פאג גדול למשל גור'ע רבי צאנזע רבי מוזען קומען אין סקווירא ווען די רבי פארט קיין ארץ ישראל, אבער פארקערט א רעטאך גדול, זיי כאפען נאך נישט די מציאות, אבער אזוי גייט דאס ,די "זיך פון סקווירא ס'קומט מיר יעדער מוז, אפשר זאגסטו פארוואס וואס פארקויפט איר איר זענט א ת"ח ? איר האט אמאל אריינגעלייגט די האנט און קאלט וואסער פאר א יוד? וואס קומט דיר מער כבוד ווי סיי ווער נאר ווייל די האסט אזוי מחליט געווען מיר ווילען דא נישט אראפ רייסען קיין ערליכע הנהגה דא אין סקווער איז פלעין פארדארבען פאלטש, גיי פרעג עני צאנזע חסיד צו צאנזער רבי האט א הערכה קיין סקווירא וועט ער די ענטפרין מהיכי תיתי נארמאל דאן פארוואס איז צאנזע רבי געפארן קיין בני ברק דרשנן וועט ער ענטפרין איך ווייס נישט מ'האט אזוי אראפגעדרייט דעם קאפ און מטוט א טובה פאר א צווייטען פארוואס נישט מקומט צוריק און סקווירא מ'פארקויפט דער צאנזער איז א סקווערא חסיד די צאנזע ליינען דאס רעגען זיי זיך אויף וואס א סקווערע חסיד פארוואס מיט וואס? אזוי גייט דאס מיט יעדן, עס האלט שוין אז יעדער כאפט שוין און וועליכע פאסקע סקווירא פירט יעדן אריין וואס לאזט זיך נאר און די באלאן פלאצצט שוין רעגען זיך סקווערא פארוואס רייסט מען יעדן אראף דא קיינער רייסט קיינעם נישט אראף איר זענט די ערגסטע יא סדא איבעראל פיינע מנהיגים ערליכע יודען איינער מער איינער ווייניגער אבער איר זענט באלויני י

    ReplyDelete
    Replies
    1. דו רעכנסט אויס א ליסטע פון ערליכע אידן צדיקים גמורים וועלכע פירן נישט אן מיט קיין הנהגה און די לעיבעלסט זיי אלס נארמאלע רבי'ס נארמאלע מנהיגים. זאג נאר וואס דארפסטו צושטעלן צו זיין א סקולענער? וואס פארלאנגט סקולענער רבי שליט"א פון זיינע 'חסידים'? א.א.וו. ב
      און צוליב די זעלבע סיבה האסטו נישט קיין פראבלעם מעריץ צו זיין סקווערע רבי זי"ע ווייל ער פארלאנגט שוין גארנישט
      יא, סקווערע רבי שליט"א איז א ריכטיגע מנהיג, און ער פארלאנגט יא פון זיינע חסידים זאלן זיך פירן ערליך מיט גדרים וסייגים וכו' ו
      די רעסט וואס די שרייבסט איז בי עס און פארלאנגט נישט קיין ענטפער

      Delete
    2. ענטשולדיגט איך קיק איבער דיין תגובה איך פליט די פיפט ער בעט יא גדרים וסייגים! סנישטא ווער זאל לאכען ווען איז דער שפריכווארט נולד געוואען ? ווי אזוי האט ער זיך אויפגעפירט ווען ער האט געהערט פון הערשי ברייער ענטפר מיר יא? ווי אזוי האט ער רעגאירט ווען ער האט געזעהן אז זיין גבאי נאמן איז א קרקפתא דלא מנח תפילין? מנהיג שמנהיג א פאלנער שקרן

      Delete
    3. מנהיג מיינט פארענטשעס אדע רמנהיג מיינט ווי א טאטע וואס זארגט פאר זיינע תלמידים וחסידים ווי למשל ר' מאטעלע וויזניצער יא ר' מאטעלע איז א מנהיג ער געט פאר יעדע חסיד וואס מאכט חתונה ליגט די עול אויף אים נישט 360 אין ווער דערשטיקט נאר 10-15 טויזענט דולער און טוט און זארגט סזאל זיין בדרך כבוד א אקציע ווען האט דיין מנהיג געטון פאר א אייגענע איד? בגשמיות חוץ שרייען ווען מטוט א שידוך וד"ל פאר אייגענע ענגע אינטרעסען ווייל סקווערא חסידים זענען שורו וחמורו בכלל נישט יומען זיי זענען דא צו געבען און צו נעמען א שטיקעל וואס? עפל ביים שלו' זכר הא הא פריי דיך מיט דיין מנהיג מיט זיינע גדרים וסייגים וואס איז אז מטאר נישט וואונען לעבען סקווערא שטעטיל סנישטא ווער זאל לאכען פון אייך און אוודאי דארף מען נישט ענטפרין הביטער אויב יא

      Delete
    4. לאמיר פארשטיין די קלעימסט סקווערא רבי פאדערט פון זיינע מענטשען פירען ערליך און האבעןגדרים וסייגים, א שיינע מעשה פארצייל מיר נאר ווען און מיט וועם האט סקווירא רבי גרעדט די בקשות פירען ערליך לאמיר אנהיבעען פון אויבען אראף ווען די רבי זעהט א בחור איז נישט מצליח אין סקווירא ישיבה און די טאטע קומט פרעגען די רבי אפשר זאל ער פארען קיין לאנדאן קיין תורת חסד[ א פלאץ ווי מגעט זיך מער אף] וואס ענטפירט די
      רבי ביטע טראכט מוזט נישט ענטפרין
      ווען סקווירא רבי זעהט א יוד וואס לייגט נישט תפילין גראדע מבאי ביתו וואס זאגט אים די רבי אדער זיינע קונדער
      טראכט די מוזט נישט ענטפערין
      ווען סקווערא רבי גייט ביים דעבריצינע רב'ס לוי' משטופט אנדערע מענטשין ווי חיות וואס איז קעגין נימוס ושולחן ערוך [גראדע סקולענער רבי ואד"ג לאזען נישט שטופען טאקע נישט מנהיגים אפי' וויזניצע רבי פון מאנסי וואס האט נאך אזוא הנהגה] לאזט אויך נישט וואס זאגט די רבי טראכט די מוזט נישט ענפרין
      אבער ווען טריסקע רבי קויפט א היוז לעבן סקווערע אה יעצט זאגט שוין די רבי אבער נאך ווי ממש א מנהיג א עומד בגדר
      ווען ש"ש פאברענט א צווייטע איד ווען זאגט שוין די רבי טראכט די מוזט נישט ענטפרין ווען מטוט נישט א היימישע שידוך יא יעצט זאגט די רבי ווייל ער איז א מנהיג און סקווירא איז דאך באוויסט אז די רבי איז מעורר אויף פירצות ממילא פשוט זאל די רבי טאקע זאגען אבער ווען די רבי זעהט נערישע שולחן ערוך עוולה'ס אויף דעם דארף מען דען א רבי א פשוטע דיין קען מעורר זיין אבער הימלישע עוולה'ס דאמאלץ זאגט שוין איינמאל די רבי איינמאל א הנהגה ווי פארשטייט סקולענע רבי צו הנהגה ער פארשטייט פון מאכען ניגונים נעבאך אויף אייך

      Delete
    5. ביטע לייג צו קאמע'ס ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט

      Delete
    6. סאררי, באט יו געט איט ראנג
      א מנהיג ישראל מיינט איינער וואס פירט אן עדה אידן אויף א ספעציפישע דרך. דהיינו ער מאכט פארשידענע תקנות און גדרים וסייגים כדי זיינע אנהענגער זאלן זיין נאמנים לה' ולתורתו, און דורך די גדרים וסייגים נישט זיין אזוי אויסגעשטעלט צו די גאס נסיונות, און פונקטליך דאס טוט סקווערע רבי
      דו קלעימסט עטליכע נארישע פרטים, וואס איך ווייס נישט בכלל פון ווי דו נעמסט די אינפארמאציע, אבער אפילו דו האסט מקורות. סקווערע רבי האט זיין מהלך און ער איז בארעכטיגט דערצו. ש
      אויב האלט ער אז עס איז נישט כדאי פאר'ן בחור צו לערנען אין תורת חסד, וועט ער אזוי עצה'נען. (איך ווייס נישט וויאזוי מ'זעט אז איינער 'לייגט נישט תפילין') בקיצור, ער איז א מנהיג ישראל מיט זיין אייגנארטיגן מהלך
      און אז ס'געפעלט דיך נישט גיי קיין וויזניץ... (ביז דו וועסט האבן טענות אויף וויזניצער רבי, אויב דו וועסט נישט קריגן דיין טויזנטער) ש

      Delete
    7. אהרן יודל, איך פיל פאר וויכטיג צו קאמענטירן אויף "איין-זאך" אז עס זאל חלילה נישט ארויסקומען קיין פגיעה אויף א מנהיג וגדול בישראל

      כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א איז א מנהיג פון טויזנטע אידן און איז אנגענומען און רעספעקטירט ביי אלע שיכטן און קרייזן
      דער צאנזער רבי איז נישט קיין סקווירא "חסיד" און איז א ידיד קיין סקווירא, פונקט ווי ער איז א ידיד לכל בית ישראל
      דאס איז יא אמת און וואר אז דער צאנזער רבי האט ארויסגעוויזן זיין שטארקע הערצה לבית סקווירא, און צו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בפרט, מיט דעם וואס דער צאנזער רבי האט זיך אנגעשטרענגט און משמיע געווען מדברותיו ביי דעם היסטארישן מעמד הרחבת גבולי הקדושה אין בני ברק, טראץ דעם וואס עס איז פאר אלעמען ברייט באקאנט אז דער רבי שליט"א באטייליגט זיך נישט ביי קיין שום מאורע, אזוי אז עס איז געווען א ריכטיגע אויסדרוק פון די שטארקע קשר וואס הערשט צווישן די ביידע צדיקים
      און אמת טאקע אז דער רבי שליט"א באטייליגט זיך נישט ביי עמטליכע מעמדים, האט אבער נאך נישט פאסירט אז דער רבי שליט"א זאל זיין אין ארץ ישראל און נישט אפשטאטן א באזוך ביים צאנזער רבי, טראץ די געוואלדיגע אומוועג, און אפילו ווען די צייט איז געווען אויסנאם באגרעניצט
      עס איז ב"ה דא א געוואלדיגע הערצה און אהבה ואחווה צווישן די ביידע גרויסע הויפן, זאל דער אייבערשטער העלפן ווייטער ביז משיח'ס טאג
      דאס אלעס וואס איך פיל פאר וויכטיג ארויסצוברענגען
      א גוטע נאכט אהרן יודעלע, האב גוטע חלומות

      Delete
    8. חסיד צאנז5/24/2013 11:39 AM

      פארוואס פארלאנגט די רבי יענער זאל קומען רעדן ביי זיין פראפגאנדע, און ער וועט סך הכל נאר צוריק שיקען זיינע קינדער נאר ווי איז אביסעל עניוות? אדער שפלות ווי עס פאסט פאר א איד יאה עניותא לישראל? פארוואס מעג נאר סקווערע רבי האבען גינוני מלךכות פארוואס פארשטייט ער נישט אז צאנז מעג אויך זיין א מלך?

      Delete
    9. איך פארשטיי אינגאנצן נישט דיין פראבלעם
      דער רבי 'בעט' ער זאל קומען רעדן, און זיין שטייגער איז אז טרעט אויף ביי מסיבות וכדו' און דעריבער קומט ער טאקע. ץ
      סקווערע רבי איז נישט קיין רעדנער בכלל און נעמט קיינמאל נישט אנטייל אין מסיבות (קוים ביי אייגענע מוסדות) סאו וואס ווילסטו? ץ

      Delete
    10. סעלפיש

      Delete
    11. די פרעגסט צו די רבי בעט? מלייגט אלע כוחות וואס איז נאר שייך אויף יעדדן רבין ראש ישיבה רב שיינע איד וואסאון ווער נישט זאל קומען קיין סקווירא לעבדיג אדער טויט, נאכמער יעדר רב וואס מ'איז תמימות'דיג מכבד מיט א דרשה אין סקווירא, מאכט מען משיגע גיי אריין צום רבין, אמאל זאגט מען די רבי איז זייער צובראכען, אמאל ניצט מען די רבי וויל רעדען צו אייך, אמאל סתם נער'ט מען יענעם אריין ממש ווי א מסינער'ישע קאמפאני, און ווען יענער קומט שוין, טרייט מען אז יענער זאל וואס ער קען זאגען א גוט ווארט אויף עפעס פון סקווירא מ'איז מסכים אפי' ס'זאל זיין אם בישראל אדער חסד שיכון סקווירא אבי ברענג שוין עפעס וואס מ'קען פיטערען די הינגעריגער עולם וואס ווארט אויף אנערקעננוג און חיזוק, עפעס וואס די נאעיווע אינגעלייט און בחורים זאל'ן מיינען אז סקווירא רבי איז רשכבה"ג, אזוי גייט א גאנצער אפארט, און יעדע שני וחמישי לויפט מען קיין נייעק, זיך אויסרוען פון די שווערע ארבעט, וואס מ'האט נעבאך פון אויפנעמען אזוי פיל רבנים וואס ווארטען צו דורכרעדן מיטן רבי'ן שווערע ענינים בכלל ובפרט, יעצט פרעג נישט צו דירבי בעט מ'האלט אויף אפיסעס פון מענטשען, נאר פאר דעם געברויך

      Delete
    12. אהרן יודל טייערער, נאכ'ן רעדן מיט דיר אסאך ביז א יאר צוריק, האט מיר נישט לאנג געדויערט צו כאפן ווער עס שרייט דא. זענען מיינע ווערטער דעריבער געוואנדן צו דיר, בלויז צו דיר, און דו וועסט זיכער פארשטיין יעדעס ווארט וואס כ'שרייב דיר

      האסט מיר באמת סופרייזד! זייער שטארקע דיבורים. כ'האב שוין אסאך געהערט דיינע געדאנקען אבער דאס מאל ביזטו ארויסגעקומען זייער קלאר, מסודר און אמת'דיג

      צו זיין גענוג מסודר איבערצוזאגן פאר מיינע נאנטע און באקאנטע, לאמיר עס איבערשמועסן
      אז דער רבי פארלאנגט פון זיין קהילה אפצושטעלן דאס פורץ זיין א גדר וואס דער רבי ז"ל האט געשטעלט אלס איינע פון די הויפט פריאריטעטן ביים שטעטל גרינדונג: איז ער א טעראריסט
      ריכטיג?
      אז דער רבי פארלאנג פון זיינע חסידים זיך אנצושטרענגען צו טון היימישע שידוכים: גלייבט ער נישט אין ארבעים יום קודם יצירת הולד
      שטימט?
      אז דער רבי זיצט שעות אויף שעות און הערט אויס אידן'ס צרות, און מ'זעט פאקטיש אז די הזכרה שטייט אים פאר די אויגן – צווישן הונדערטע וועט ער יענעם אפשטעלן צו הערן אויב ס'איז בעסער געווארן: דאס איז פאלש, אזויווי א סקייטריסט, ווייל מ'ברענגט דאך פדיונות און ער מאכט געלט
      געוואלדיג!
      אז איך אליין בין שוין צוויי מאל געהאלפן געווארן מיט אפענע ישועות נאכ'ן אריינטראגן געלט צום רבי'ן: דאס איז בלויני מאקראני
      באמבאסטיש!
      אז מיין גאסט איז נתפעל געווארן פון א ווארעמע שבת בצל הקודש, און ער ענדיגט נישט רעדן פון אזא תענוג רוחני וואס ער האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געהאט: דאס איז ווייל מ'רעדט אונז איין אז פרעמדע מענטשן האבן הנאה
      ריזיג!
      אז איך ווער נתעורר יעדע מאל נאך א שמועס פון רבין און כ'פארבעסער זיך אין ענייני תורה ותפלה: דאס איז הויקעס פויקעס
      גוט!
      אז דער רבי איז א גאון הגאונים אין חסידישע ספרים און אין יסודות החסידות: איז דאס נאר ווי דער פסיכאלאג קען זיין פאך
      להפליא!
      אז דער רבי עפנט נישט קיין גמרא אויפ'ן באס אין רוסלאנד: מיינט דאס אז ער ווייסט נישט וויאזוי א בלאט גמרא זעט אויס
      זיס!
      אז דער רבי קלאפט איבער די הויכע פאל זיבן מאל, אז דער רבי לערנט אין א באנד חסידי'שע ספרים אין זיין קאר, אז דער רבי וויינט ביי מוסף יעדע וואך ביי די זעלבע ווערטער: טוישט ער פון וואס דער רבי ז"ל האט געטון, נאר די זאכן וואס גייען לויט זיין אינטערעסע
      טיף!
      אז איך גלייב אין די פאקטן וואס כ'זע מיט די אייגענע אויגן: בין איך בלויז פארטאשט מיין מוח, געברעין וואשד, איך וועל נאך איין טאג האלטן פונקט ווי דיר
      רירנד!
      המשך...

      Delete
    13. המשך...
      אהרן יודל, דו ביזט געוואלדיג! בלויז עטליכע יאר עלטער ווי א זיבן און צוואנציג יעריגע שטינקער (...), האסט זיך אנגעגעסן מיט אן אווער-דאעס פון עץ הדעת און דו זיצט דארט אין דיין לעכל אויף אדאר קארט, בלאגסט ארום און לאזסט זיך הערן אין אלע עניינים, אין הנהגה, אין השקפה, אין מסורת אבות, אין דעם דרך הבעל שם טוב, אפילו אין הלכה ביזטו מער ווי די דיינים ווייל זיי זוכן בלויז פוינט'ס... און נארישע מאנכע פראבירן דיר נאך
      אפצוענטפערן

      ס'איז ממש א שאד פאר דער וועלט אז אזא געלונגענע מענטש ווי דיר, מיט אזעלכע אויסגעצייכנטע לידערשיפ-סקילס, מיט געדאנקען פאר מנהיגי ישראל (ווי דו האסט מאריך געווען אין 'מיין מגילה איבער סקווירא') זאל נעבעך דארפן זיצן און בלאגן אויפ'ן אינטערנעט מיט אפאר אפגעריסענע שמוציאנעס

      ס'איז א ווייטאג אז א מענטש מיט אזא שאיפה אויף העכערקייט, אויף אהבת ישראל, אויף דרך הבעל שם טוב, אויף דער רצון פונעם רבין ז"ל, זאל נעבעך דארפן פאטשן מיט די הענט אויף די אויבן אהן אין א מושב זקינים. און לעצטנס שוין דאס אויך נישט

      ממש א שאד, ממש א שאד

      זאג, אויב האסטו געגעסן פונעם עץ הדעת דארף נאכקומען דאס וואס איז געווען נאכ'ן עסן די עץ הדעת. ס'צייט זאלסט אנערקענען ווי נאקעט דו ביזט. אויב קענסטו אראפ'גנב'נען פון דיינע שעות וואס דו ביזט פארנומען מיט'ן פיקסן די רבנים, מיט'ן ארויסהעלפן די אנגעווייטאגטע סקווירא חשוב'ע אינגעלייט וואס פארדינען אן ערליכע פירערשאפט... ווען וועסט האבן די מינוט זאלסטו אביסל קלערן פון זיך אליינס. ביזט עס טאקע נישט ווערד, אבער אויב נישט דו ווער דען זאל פון דיר טראכטן?

      געב א קוק צוריק: וואס זענען מיינע סוקסעסן? וואו בין איך אנגעקומען? נישט קיין ווייב, נישט קיין קינדער מיט זיך, נישט אויפגעשטעלט קיין אידישע שטוב. כהאב געהאט א משפחה וואס האט מיר ווארעם אויפגענומען, און יעצט, האלב רעדן שוין נישט צו מיר ווייל זיי האבן אנערקענט אין מיינע שמוציג געדאנקנגאנג, זיי האבן געכאפט וויפיל איך פלעג פאפן ווען כ'האב געצויגן די פלייצע אז מ'האט מיר סתם אזוי געלייגט אויף די שווארצע ליסט, סא וואס האב איך יא פון מיין לעבן?

      כ'האב גענומען אויף מיר דעם תפקיד פון אונטערברעגען סקווירא. ביי די ערשטע מיטינג האב איך קלאר געשטעלט אז די מינוט וואס כ'שטעל זיך ארויס גייען הונדערט פופציג קומען מיט מיר, מינימום. צום סוף: דריי אפגעריסענע משוגעים. כ'האב ליידער אויסגעפירט מיין מייסטער-פלאן אנצוהייצן די געמיטער ביז מ'וועט כאפן א קרבן און זיך נוקם זיין אים (געדענקסט אזעלכע ווערטער?!) און ליידער אריינגעזעצט א חשוב'ע תמימות'דיגער בחור אין תפיסה

      כ'האב אנגעהויבן מיט א צווייטע טאקטיק. געשריבן א מגילה איבער סקווירא, ארויסגעגעבן מיין קלארע בליק אויף סקווירא, געשריבן א בריוו צו די דיינים און קהילה און דאס ארומגעשיקט פאר'ן גאנצן שטעטל. כ'האב געשפילט ווי א זייטיגע תמ'לע וואס קלאגט אויף די ווילדע טעראר און רשעות פון די סקוירא פירער... וואס איך האב בכוונה אנגעזייעט דאס צו קענען שרייען און אויפברויזן סקווירא מענטשן קעגן די הנהגה
      עה, איך?

      וואו האלט איך יעצט?

      כ'זוץ אין א לעכל, איזאלירט פון א געשמאקע אנגענעמע וועלטל, און כ'נוץ מיין לעצטע טאקטיק: פעסטן סיט בעלטס און שמוצן אויף די בלאגס קעגן סקווירא אז ס'זאל גיין א רויעך
      ס'קומט פאן...!

      לאמיר מאכן א קאלקעלעישן
      צוריסן משפחה, געהארגעט מיינע פריינט, נישט קיין ווייב, נישט קיין אידישע שטוב, מיין נאמען ידוע לשימצה פאר טויזנטע מענטשן (קען זיין האסט נאכנישט געכאפט, ציסט נאך מיט די פלייצע אז מ'זאגט אויף דיר לגיונות) און וואס איז נעקסט? וואס גייט זיין מיין הצלחה? אה, איך ווייס! איך גיי ברענגען שונאים פאר סקווירא! דאס וועט ראטעווען מיין לעבן! מיין תאות הנקמה וועט זיך אפשטילן

      און?...

      דערקוויק זיך פון די אפאלאדירונגען פון די ליידיגערס אויפ'ן בלאג און פאטש זיך די באכל מיט דיינע שיסעדיגע רעיונות. דער סאב טאטעל פון דיין נאמען בלייבט
      דורכפאל נומבער איינס

      האסט ריכטיג געשריבן: נישטא קיינער וואס קען דיר אזוי גוט באגראבן ווי דיר אליינס!...

      Delete
    14. די שרייבער פון די שירות איז פון די איידלע אידן און סקווירא א אויסגעווענלכע בעל מידות

      Delete
    15. אקעי מבעט נישט רבנים זאלן מחזק זיין דעם רבי'ן, ביסט גרעכט ס'ממש א רחמנות אויף אהרן יודל, וואס כאפט ער וועגען מיינע תגיבות, די רבי קען יא מעכטיג לערנען, ער איז דער ראגאטשאווער, ער איז איידעל אזוי ווי א דוגמא ר' מענדל פעלבעברוים, ירא שמים ווי ר' יוחנן וואזנער, נאר שלאג די ריכטיגע פערזאנען, געב נישט אהרןיודל וואס קומט אים נישט, ת

      Delete
  20. at 1:14 PM

    אמת די סקולענע רבי פארלאנגט נישט קיין שקל הקודש געלט פאר זיינע אייגענע תאווה'ס אמת ער פארלאנגט נישט מ'זאל אויסהערען זיינע קרעכצען וואס זענען כולו שקר אבער ער איז שוין איינמאל תובע ווער מאנט נאך אזוי צו דאס איז אינטערנעט ווער שלאפט נישט און מאטערעט זיך פאר סקווער אז נישט סקולענע רבי נישט פאר כבוד ס'זאל זיין לעשות לו שם חס ושלום נאר ריין פארן הייליגען בורא פאר וועם ער איז אין רומעניו געזיצען בעסער געזאגט געשמאכטעט אין תפיסה און פאר דעם וואס ער אי זזיך מיט שוואכע כוחות מוסר נפש סקוועראר חסיד אפשר זאגסטו מיר אלץ חסיד פון דעם מנהיג הדור וואס אי זדיין רבי תובע ברוחניות חוץ קומען זעהן זיין הערליכע טיש וואס גייט דיר ארויס פון דיין נאזלעכע

    ReplyDelete
    Replies
    1. קען איך אפשר זען דיין סעלפאון? קען איך אפשר איבערקוקן דיין אינטערנעט בראוסינג היסטארי? סקולענער רבי איז תובע פון וועם? סקולענער רבי איז א צדיק וקדוש אן קיין ספק, אבער איז נישט קיין מנהיג פון א ספעציפישע עדה. ם
      סקווערע רבי האט תובע געווען זיין עולם אפצולאזן טעקס מעסעדזעס, עס איז פארהאן אין סקווער איבער טויזנט (!) סעלפאון'ס אן טעקסט
      סקווערע רבי האט פארלאנגט אז די אינטערנעט וואס מ'דארף לצורך פרנסה זאל זיין געפילטערט די בעסטע מעגליך, עס איז כמעט נישט פארהאן אין סקווירא קיין קאמפיוטער אן די בעסטע אינטערנעט פילטער
      ס'פעלט נישט קיין דוגמאות וואס דער רבי פאדערט פון זיין עולם, און פירט ב"ה אויס בסייעתא דשמיא
      דער אייבירשטער זאל ווייטער העלפן

      Delete
  21. עס איז אמת עס איז דא טייערע אידען און סקווירא, ר' אליעזר פאזען ר' מענדל פעלבערבוים ר'משה אונגאר, אקיצור וואס איך מיין ארויסצוברענגען די גיבסט די קרעדט פאר די רבי, אז האבען א כשר'ע סעלפאן???די אלע אידן וואלטען דאס סייווי נישט געהאט, אין דרך אגב, איך קען אפשר זען דיין סעלפאן, צולייגער נטא קרעדיט


    ReplyDelete

  22. רעדטסו שטותים
    די אויסגערעכענטע האבן נישט קיין סעלפאון'ס בכלל
    איבער 1000 כשר'ע סעלפאון'ס און ס'איז נישט דעם רבין'ס קרעדיט? וועמענס יא
    איך האב ביי דע וועי א כשר'ע סעלפאון

    ReplyDelete
  23. צום שלוס: ח
    דער בלאג איז א קלארער באווייז אויף דעם מאמר חז"ל 'בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי', דער לעצטער דור וויל נישט אננעמען קיין הנהגה פון גדולי ישראל און דרייען זיך ארויס בכל אופן, אריינגערעכנט מאכן ליצנות פון כל דבר שבקדושה. און ווי ס'איז גאר קלארגעשטעלט געווארן דורכאויס די קאמענטארן מיינען זיי נישט 'סקווער' אדער סיי וועלכע חסידות בפרטות, נאר ליידער זענען זיי אויפגעוואקסן אין סקווער, דעריבער שטויסן זיי סקווער צוערשט. ך

    עס איז מיר פארענטפערט געווארן א מאמר פון פריערדיגע צדיקים, אז כדי זיך צו האלטן ביי די אמונה טהורה בעקבתא דמשיחא, איז א סגולה צו רעדן פון די גדלות פון צדיקים 'און אפילו פון זייער פערד און וואגן'. מ'זעט דא מענטשן וואס נעמען יעדע גוטע זאך וואס עס איז פארהאן אין סקווירא בגשמיות אדער ברוחניות, און זענען עס מהפך על פיה, און ברענגען ארויס ווי שלעכט עס איז. אפשר צוליב דעם דארף מען אויפבויען א חשיבות און א פאזיטיווע בליק אויף איעדע חפץ פון א צדיק אפילו בגשמיות, ווייל אויב נישט, איז מען אויסגעשטעלט צו די העצעריי וועלכע הייבט זיך אן פון די מינדערוויכטיגע זאכן וועלכע זיי נעמען דערנאך צו מאכן ליצנות פון דעם צדיק. און דאס איז די איינציגסטע עצה באחרית הימים. ש

    ביי דוד המלך שטייט און תנ"ך אז די בגדים האבן אים נישט דערווארעמט צוליב דעם וואס ער האט זיי מבזה געווען. די אידן וועלכע פירן אן מיט די העצעריי אנטקעגן סקווער (און עווענטואל, איעדע אידישע הנהגה) קענען נישט הנאה האבן פון די גוטע און פאזיטיווע זאכן פון סקווער צוליב דעם וואס זיי זענען שוין מבזה סקווער אין די לעצטערע יארן צווישן זיך און אזוי ארום אויפגעבויעט א קעיס אז אלעס וואס עס קומט פאר אין סקווער, וועלכע איז באמת א טובה פאר אונז און אונזערע קינדער בגשמיות און ברוחניות איז גאר א רעה. ך

    ס'איז קלאר און פארשטענדליך און באקאנט פאר איעדן בר דעת אז סקווערע רבי איז א צדיק אמת, און א מנהיג ישראל, און סיי וואס ער טוט אדער הייסט טוהן מיינט ער קלאר דער טובה פון'ם כלל, אבער כדי צו קענען נהנה זיין דערפון דארף מען האבען אמונה אינ'ם צדיק, און מ'דארף אים מחשיב זיין. ך

    ReplyDelete
    Replies
    1. על ראשון ראשון, שכוח, איך וועל שוין לייגען מער קאמענטס, סקולענע רבי שליט"א פאדערט פון אלע מנהיגים און רבי'ס, ממש ווי דער מגיד פון מעזריטש בימיו, די רבי פון אלע רבי'ס, ווי אזוי געפעלט דיר דאס? בנוגע טייטש פון א מנהיג ישראל וועל איך דיר מסביר זיין איך לערן דאס אף לחלוטין אנדערש, חז"ל לערין אונז לא שררה אני נותן לכם אלא עבדות אני נותן לכם, א מנהיג איז א עבד פאר כלל ישראל, איינער וואס איז מוסר לבו ונפשו ברוחניות ובגשמיות, ווי חז"ל זאגן ביי משה שנבחן בצאן דוד נבחון בצאן, און אזוי ווייטער, וואס צאן מיינט רחמנות, געפיל, אזוי ווי א טאטע ווי א זארגע'דיגע מאמע, פון די אנדערע זייט א נותן התורה לערינט אידען אורחות חיים, אז אידען זאלן וויסען ווי אזוי א איד דארף זיך פירן, בינו לבין קונו, די אלע סימינים איז דא ביים סקולענער ביים וויזניצער , יא ביי ערליכע אידען, ליידער ביי אונז און סקווירא איז נישטא דאס מין, די רבי געט נאר פאר פרעמדע מיט פאליטישע חשבונו,ת נישט נאר געלט נאר אפי' א פשוטע שמייכעל, א היימישער איז א שמאטע א גארנישט א אראפגעבויגענע היט איז א זאך, און א סקווירא מבטן ועד לידה איז שורו וחמורו, פארוואס האט מען ביים שבת התוועדות גרעדט נאר פון דעם פראבלעם? ווער מאכט א פראבלעם ? אז סוואלט געווען א אמתע ערליכע הנהגה וואלט קיין פראבלעם נישט געווען, איך וועל נאך צוריק קומען צו די טעמע א אנדערס מאל, אבער ווער לייגט נישט תפילין פרעגסטו ? ווי אזוי ווייסט מען? וועל איך דיר מסביר זיין פונקטליך א ווינטער טאג וואס איז קורץ און מ'זעהט און רבינ'ס שטוב א תפילין באטעל פארשטויבט פון משק ביתו און מ'רעדט מיט אים און מ'לאכט מיט אים און עס פאלט נישט ביי צו פרעגען ה. האסט שוין היינט געלייגט תפילין, ד"מ אז תפילין לייגן גייט מיך אף א לאך און בוידעם, איך וויל נישט מער מאריך זיין פון דער ענין ווייל ס'איז ליידער ידוע לכל, צענדליגע מענטשען זענען געקומען צום רבין און צו די הייליגע קונדער זאגן פון הזיקות ברוחניות וואס איז געשעהן דורך יענעם, און שטאץ צו טוען וואס מ'באדארף ווי א איד, נישט א צדיק האט מען נאר צוגעלייגט צום שווארצע ליסט די תמימות'דיגע אידען וואס האבן דערוואגט צו האבען א טענה און זיי זענען געווארן שונאים ווייל זיי ווילן זייערע קונדער זאלן זיין געהיטן פון א משחית, פרעגסטו מיך וואס ווען ווי ווי א תמווטע? און יעצט בנוגע צאנז, צאנזע רבי האט בכלל נישט ליב סקווירא נארמאל ער קען באשטיין צו זיין גיט מיט סקווירא אזוי ווי ער קען באשטיין צו זיין גוט מיט סטראפקוב, ער איז א פיינער מענטש, ער האט נישט געחלומ'ט אז סקווער איז א וואן וועי סטריט, ווען ער ווייסט וואס מ'מאכט פון אים וואלט ער ענק געזאגט א גרויסען "ישקנו" ער ארבעט נישט פאר חצר הקודש ער דארף נישט אויפווייזען אז סקווירא איז גרויס, ער האט אייגענע אינטערסן אייגענע פראבלעמען, נאר ער וויל קומען קיין אמעירקע און באקומען אטנערקענוג פונקט אזוי צו ווייזען פאר זיינע חסידים די מיינוג פון אנדערע מנהיגים איבער צאנז, יעצט וואס סקווערא רבי שטרענגט זיך איבער צו גיין בביתו פאר א ביקור, פארדעם וואלט ער אים נאך געלאזט ראויג אן זיי גרויס מסירת נפש, ער קען אויסהאלטען אז און די פיקטשער בוק זאל מען ניצען א בילד פון א אנדערע ביקור ס'פעלט נישט אויס די גרויסע טירחה, און געדנעק, צאנז איז נאר דא א משל, אלע מנהיגים האלטען די זעלבע און נישט נאר מנהיגים, נאר אויך די מוסדות התורה, פון אלע מקומות, ווי סקווערא רבי באזכיט, יעדר ווייסט אז זיי
      דארפן אים נישט
      נאר סקווירא מיט ש"ב בראש לייגען אריין כוחות עצימות יעדער זאל קומען בעטען, און יעדר לאכט זיך אויס, אדרבה פרעג דיך נאר אביסעל נאך, גלייב נישט די שטותים, וואס מ'רעד דיר צוזאם
      , שירה אחרונה , אלעס ארבעט פאר זיך קיינער איז נישט נייגעריק צו געבן געבען פאר יענעם, און אוודאי נישט מער וואס קומט זיך פאר יענעם, ועוד חזון למועד הבא

      Delete
    2. ביי מיר האסטו געפויעלט... סקולענער רבי איז היינט ווי מעזריטשער מגיד... איך האב חלילה גארנישט אנטקעגן סקולענער רבי אדער סיי וועלכע אנדערע ערליכע איד

      דוד המלך איז געווען א רחמן אבער צו דעם א מנהיג און ווען איינער האט מורד געווען במלכות האט ער אים דן געווען למיתה. מיר זענען אין גלות און די זאכן גייען נישט אן, אבער הנהגה מיינט נישט זיך לאזן בייגן פון יעדע בייזע ווינט, די תורה פארלאנגט פון דיינים און מנהיגי ישראל 'לא תגורו מפני איש' ך

      ס'קוקט אויס אז דו האסט זיך שוין לאנג נישט געפראוועט ביים סקווערע רבי. ס'רוב פונ'ם היימישן עולם קומט ארויס פונ'ם רבי'ן מיט'ן געפיל אז דער רבי זארגט פאר אים ווי אן אייגן קינד. ך

      בנוגע די תפילין, די ווייסט דער אמת אז דער רבי קוקט קיינעם נישט נאך פערזענליך אפילו זיינע אייגענע גבאים, און איך בין קאנפידענט אז אדער האט ער אינגאנצן נישט געוואוסט דערפון אדער האט ער יא גערעדט צו אים. און בנוגע די השחתה פראבלעם, ווייס איך נישט דער אמת (דו מסתם אויך נישט) אבער לכאורה האט ער געהאלט אזוי ווי 'אלע' גדולי ישראל אז מ'דארף עס טריטן ביי פראפעסיאנעלן און נישט דורך נחום ראזענבערג. ך

      סקווערע רבי ווערט נישט קלענער אדער גרעסער אויב צאנזער, וויזניצער, סקולענער, קרעטשניףער רבי'ס זענען אים יא אדער נישט מעריץ און ס'איז אינגאנצן נישט רעלעוואנט צו צאנז האט ליב סקווער, און בחצר הקודש דעקט פשוט די פאקטן וואס עס קומט פאר אינ'ם חצר

      דעטס איט פאר נאו

      Delete
    3. לאמיר פארשטיין פונקטליך, נאר סעלפאון קיקט מען נאך צו עס איז מאושר אדער נישט
      תפילין לייגן נישט, הוכח תוכיח גייט נאר אן ביי סעלפאון, בסקווירא יש תורה חדשה, ברצותו מרחיב וברצותו וועיסט מען נישט? ה
      בנוגע השחתה זאג מיר די ליגענט אין מיינע אויגען, וואס ווען וויפיל האט דער רבי געטון, ווען ער איז בטבע איינער וואס טוט נישט צורקיגעצויגען קען נעבאך נישט טוען, נו דארף ער אויך נישט זיין קיין מנהיג ישראל, אבער ווען טעראר און אד"ג טוט ער שוין איינמאל, נישט זיינע קונדער נאר ער בכבודו ובעצמו
      דריי מיר נישט קיין קאפ, איך קען אים נאך פאר זיינע הייליגע קונדער זענען געווען איוואלווט,
      לאמיר נאר דערציילען, די געדנקסט נאך ווען סקווירא האט אריינגעלייגט אין די גוישע צייטונגען אז ניו סקווירא איז נישט בשייכות מיט סקווירא בארא פארק? נאר לשם טעראר כידוע, אז די ווילסט וועל איך ברענגען א קאפי פון יענעם צייטונג וירא הקהל וישפוט! איך האב א לאנגע ליסט די ווילסט דורך גיין זיין שווארצער טעראריסטישע היסטארי אדער ווילסט ספינען מעשה'ס בנוגע אנדערע הויפען לאמיר דיר זאגען אזוי פיל נישטא אין די גאנצע וועלט א פארטיי וואס איז אזוי ביזי זיך רומען ווי סקווירא, איך האב עס נישט געוואלט ארויפברענגען דא ווייל איך האלט מיך אינטער יעדע וואך מיט חצר הקודש ס'איז ממש א מחי' יעדער שמיעס וואס ווערט אראפגברענגט איז נאר וועגען א לעק אדער א חנופה וואס יענער מאכט צום רבי'ן כמה וכמה פעמים טאמיר יענער לעקט נישט מאכט עס די רבי אליין עיין בניחום אבלים אחר פטירת הרה"צ רבי ישעי' זידטשויבער ז"ל ואכמ"ל קוק עס נאך און זאג מיר צו עס איז רעלווענט אדער נישט סביי מיר ערב שבת איך קען נישט מער מאריך זיין הגם ממוז שבת איז העכער פון אלעם א גיט שבת קום צום שכל

      Delete
    4. דער רבי קוקט נישט נאך צו מ'האט כשר'ע סעלפאון'ס, דו ווייסט דאס גוט און דו האלטסט נישט אנדערש
      בנוגע השחתה טוט דער רבי זייער אסאך, פארשטייט זיך נישט ברבים, פשוט ווייל עס איז מן הדברים שהצניעות יפה להם
      דו האלטסט אז דער רבי האט געהייסן אריינלייגן אין צייטונג וועגן סקווער ב"פ? לשם טעראר? מאך דיך נישט נאריש
      ש"ב פישל טוט וואס ער טראכט איז גוט פאר זיינע קאמפיינען אויף די אייגענע הענט, און איך גלייב אז אזוי וואלט יעדע חסידות געטוהן, און אזוי וואלט יעדע ביזנעסמאן געטוהן ווען ער קריגט פלוצלינג א קאמפאטישען וואס נוצט זיין נאמען
      גוט שבת אלע יודן...ץ

      Delete
    5. מיין ציל, איז נישט צו מסביר זיין פאר איינעם וואס איז א סקווירא'ר חסיד, זיי געזונטערהייט, מיט דיר וועל איך פארהאנדעלן ביי דיין פינעף און דרייסיגסטער יארטאג, ווען דיין מוח'ל וועט שוין זיין גענוק רייף צו פארשטיין א ענין, מיין ציל איז, און דאכצעך דער ציל איז, אז די אידען וואס זייער מוח וויל זיין קלאר, מה חובת האדם בעולמו, וואס האבען נעבאך מורא פאר זייער אייגענען שאטען, צו טראכטען וואס א איד דארף טראכטען, און נישט אויפגעבען "אלעס" וועגען א פאדרבענע הנהגה,
      ממילא דיך אלץ חסיד וואס די האלטסט באמת אז סקווירא רבי איז א מנהיג און תובע פון זיינע חסידים, פארשטיי איך בכלל נישט וואס זוכסטו דא, די רבי האט גאסר'ט אינטערנעט, די זאגסט דאך אז די רבי נעמט קעיר פון זיינע חסידים, וואס טוטסטו דא. אפשר שיקט דיך די רבין צו ענטפרין פאר זיינע שונאים, דאן איז שוין מותר דאן איז הלכות הנהגה געטוישט? אויב די רבי האט דיר געגבען א היתר, אפשר קען ער מיר געבען די ראלער וואס ווען ווי מעג מען נאר פאר זיין אינטערעסע? אזוי ווי מאיז מתיר אלעס וואס לוינט זיך פאר אינטערעסן? דאן ביטע פאר זיינע אינטערעסען זאל ער ביסעל גרינגער מאכען דאס לעבען פון דרייצען הונדרעט אומשילדיגע משפחות וואס זענען נעבאך אינטערגעדריקט פון זיין דיקטאטארשע הנהגה , שכוח פאר מיך אויסהערען

      Delete
    6. זייער שיין געזאגט און זייער גוט געקענט... סאו איך בין נישט דיין ציהל ווייל דו קענסט מיר נישט אפענטפערן האוקעס פאוקעס? און ווער איז יא דיין ציהל? דאכצעך? קלארע מח
      וואס איז דיין ציהל? מה חובת האדם בעולמו? יא וואס איז עס? דו ווייסט דאך יא. ש
      ביזט גראדע גערעכט אז איך באלאנג נישט דא, אבער איך האב אויך א יצר הרע אזוי ווי די, און איך קען זיך נישט איינהאלטן

      Delete
    7. צו Anonymous5/24/2013 11:23 AM
      אהרן יודל, אז דו האסט שוין יא דערמאנט משה רבינו, איין קליינע נקודה. דער אייבערשטער זאגט עדות אויף משה רבינו "והאיש משה עניו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה" און קרח האט געשריגן "ומדוע תתנשאו", און ער האט געהאט מיט זיך מער ווי "רבנים אין מאנסי"... (מסתמא מיינסטו ליפא שמעלמער) אבער אין דער תורת-אמת שטייט נאך אלץ עד עצם היום הזה והאיש משה עניו מאד
      און ווי דו האסט שוין ערווענט איינמאל אין דיין בלאג קומט דיר פאר אז קרח איז נישט געווען סתם אבי ווער, ווי דו שרייבסט אין דיין פאסט 'והמוחה ראוי לנזיפה': "אזויפיל ווייס איך יא, אז קורח האט נישט דוקא אויסגעזען ווי א פשוטן איד, ער האט אפשר אויסגעזען מער ווי א רבי". יא, מיר זענען אינגאנצן איינשטימינג: ווי א רבי, מיט ווייסע זאקעלעך און א שיינע רערזשוואלקע. און מסתמא דערפאר האט ער געהייסן 'קרח' ווייל ער האט אויך נישט אויסגעהאלטן ווי די אידן גייען נאך משה רבינו בלינדערהייט, און פון גרויס צער האט ער געהאלטן אין איין פליקן זיין בארד, ביז ער האט אויסעגעזען, נו, ווי, ווי אונזער קרח זעט היינט אויס

      Delete
    8. דיין יצר הרע האט דיר פון ביידע זייטען

      Delete
    9. די שרייבסט סקווערע רבי צדיק אמת! שיינע טיטעלן דעטס אלל? האסט נישט נאך פראזען? אזא קדוש ישראל מלאך אלקים קומט זיך פיל מער! עס קומט אים כאטש ווי די תנא יונתן בן עוזיאל כל עוף הפורח נשרף ובפרט עס איז דאך א פאקט אז כ עוף יעדער פוגעל הפורח וואס פליט ארויס פון סקווירא נשרף טוט מען פאברענען

      Delete
    10. האסט נישט באמערקט אז די גאנצע דיסקאשען איז אריבער צו די נייע פאוסט? האסט בויך וויי לאז דיין קאמענט דארט

      Delete