והמוחה ראוי לנזיפה

הודו לה' כי טוב, עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך, די באשעפער העלפט, און ער וועט אונז ווייטער העלפען


ווען די מערכה קעגען די פרידוואלד מנין האט זיך אנגעהויבען, זענען די מתפללים פון דארט, געווען א ציזאמשטעל פון מענטשען, וואס יעדער פון זיי איז געגאנגען דארט דאווענען פאר אנדערע סיבות, איינער ווייל ער האט נישט געוואלט דאווענען שפעהט, איינער ווייל עס איז איהם פשוט שווער געווען צו דאווענען מיט אזא גרויסע עולם, איינער צי מקיים זיין מצות ביקור חולים מיטן פולן זון פון ווארט, איינער ווייל מען האט אים נישט געוואלט פארקויפען קיין זיץ פלאץ אין בית המדרש, אדער אפילו אים ציגעכאפט דאס פלאץ, געמאכט ענג, ועוד ועוד


עס איז אמת דער פאקט, אז היינט לאחר המעשה נאך דעם וואס מען האט געמאכט א צד השוה שבהן, אויף די אלע וואס האבען נישט געפאלגט, און זענען יא געבליבען דאווענען אין פרידוואלד, און מען האט זיי, פאר דעם, אפגעסטעמפלט מיטן טיטל מהרסים, זענען זיי אוודאי געווארען אנגעווייטאגט, וואס דען? איז עס דען א ווינדער, איז למעשה געווארען, א גרויס חלק קהל, נישט איינשטימוג מיט די ווירטשאפט, ווי אזוי מען באגייט זיך מיטן עולם, עס הערשט א שרעק, ווען  יעדן טאג שטייען זיי אויף, מיט נייע נעמען פון מענטשען, וועמען זיי רופען אן שונאים, און טאקע אזוי מאכט מען יעדן טאג נייע קעגענערס


אבער פאר מען גייט ווייטער, לאמיר אנפאנגען אביסל פריער, שקר אין לו רגליים שרייט זיך היינט ארויס זייער
 שטארק, ווי אזוי עס קען זיין? אז דאס גאנצע, וואס מהערט פון די דיינים ורבנים אין שטאט, איז נאר אז די רבי איז עס נישט ניחא, אדער אז די רבי האלט עס נישט אויס, די רבי האט עגמת נפש וכדומה, אבער וועגען די עצם הלכה הערט מען נישט קיין איין ווארט

     
איך בין נישט קיין דיין, איך בין ניטאמאל א כולל אינגערמאן, אבער איך וועל נעמען אביסעל חוצפה אין ציווייזען אפאר מראה מקומות אין די נושא פין איין בית מדרש ועוד, עס איז מיין כונה, אין מיין ציל, אז פון דעם, זאל ארויס קומען די דעת תורה, איך גלייב אז עס איז העכסט צייט צי דערגיין די הלכות איבער די נושא, ווער ווייסט אם לעת כזאת הגעת, אז עס זאל אויפשטיין א תלמיד חכם, און מלקט זיין א קונטרס, צי אפילו א גאנצען ספר אויף דעם נושא, אדרבא מען זאל קלאר ווערען, וואס איז די "תורה" שטאנדפונקט, אין דעם נושא


איך הייב אן, מיטען שלחן ערוך חושן משפט סימן קס"ב הלכות שותפים בקרקע סעיף ז' הג"ה: (זאגט די רמ"א) ואם רוצים לבנות להם בית הכנסת אחר, או יחידים הבאים לבנות להם בית הכנסת, אין אחרים יכולין למחות בידם, והמוחה ראוי לנזיפה. (און אויב זיי ווילען זיך בויען א אנדערע שול, אדער אז עס קומען אפאר יחידים זיך צו בויען א שול, קענען נישט אנדערע מוחה זיין אויף זיי, און דער וואס איז יא מוחה אויף דעם, קומט זיך מען זאל אים פארשעהמען און דערנידערען)ע



די רמ"א צייכענט צי, א ריב"ש סימן רנ"ג. און דאס איז די לשון פונעם ריב"ש: וגם מה שאמרת אם באו יחידים לעשות להם מדרש לתפלה וקמו אנשים למנוע, אם נתן לשמוע ודאי משתקין אותו בנזיפה, שמעכבין את הרבים מלעשות מצוה, ואין עון גדול מזה, וכבר מנה הרמב"ם ז"ל זה באותן כ"ד דברים שב"ד נזקקין לנדות עובר, ואיתא בירושלמי דמוע"ק, מעכב רבים מלעשות מצוה צרוך נדוי, ואם נותנין טעם לדבריהם מפני ישוב הבית הכנסת שלא תחרב אז הקהל מעיינין בדבר ועושין תקנה לקיים את שתיהן: (און אויך דאס וואס די זאגסט, אויב עס זענען געקומען אפאר יחידים, צו מאכן א בית מדרש פאר זיך צי דאווענען, אין עס שטייען אויף מענטשן, זיי צוריק ציהאלטען, איז אויב מקען שטיל מאכען, די אלע וואס האלטען צוריק פון אויפמאכען די שול, מיט זיי צי דערנידערן זאל מען עס זיכער טוהן, ווייל זיי האלטען צוריק פון צי טוהן א מצוה, און עס איז נישט דא קיין גרעסערע עבירה פון דעם, און דער רמב"ם ז"ל, האט דאס שוין אויסגערעכענט צווישען די 24 זאכען, וואס בי"ד דארף אויף דעם לייגען אין חרם, און עס ווערט געברענגט אין ירושלמי מסכת מוע"ק אז דער וואס האלט צוריק א רבים פון צי טוהן א מצוה דארף מען לייגען אין חרם, אבער אויב  זיי געבען זיך צי פארשטיין, מיט א טענה אז אויב וועט מען צילאזען די נייע שול, וועט די ביז יעצטיגע שול ציפאלען, דעמאלטס זאל קהל זיך אריין טוהן אין דעם אין זיכער מאכען, אז ביידע שולען זאלען בלייבען שטיין) עכ"ל


בכלל אז מען קוקט אריין אין דעם סימן קס"ב, זעט מען ווי שטארק די שלחן ערוך באנעמט זיך, אין זארגט זיך אויף די באקוועמליכקייטען אין א ביה"כ אויף די חזקות פון פלעצער, ווען מען בויט צי, און אפילו אויף אסאך קלענערע זאכען, ווען אונז וואלטען געווען אין יענע דור וואלט שוין לאנג אונזער פראבלעם געווען מסודר אמאל ווען עס איז פארגעקומען אזא שאלה האט מען עס שוקל געווען, ריין לויט די הלכה אבער היינט ווען עס קומט פאהר אזא מעשה שרייט מען אויף די אומבאהאלפענע עולם, קורח ועדתו אין די סכסוך איז געשלאסען!!! ווער סאיז קורח ווייסט נאר די "יודע נסתרות" נאר ער, זעהט וואס טוט זיך אין הארץ, אבער אזויפיל ווייס איך יא, אז קורח האט נישט דוקא אויסגעזען ווי א פשוטן איד, ער האט אפשר אויסגעזען מער ווי א רבי


מענין לענין באותו ענין,ויאמנו בה' ובמשה עבדו, מיינט פאר אלעס, די תורה שבכתב, אין תורה שבעל פה, וואס משה רבינו האט אונז איבערגעגעבן, מען זאל וויסען די הלכה, נאכדעם קענסטו לערנען חסידות, ולא עם הארץ חסיד


איך האב געזען א תשובה פון די רדב"ז, וואס איז ווערד נאכציקוקען, די שאלה איז געווען אויף א קבוצה
אידן וואס האבען זיך אפגעטיילט, עס באגייט אויף אפאר ענינים, אבער איך וועל אראפ ברענגען א שטיקעל פון די תשובה וזה לשונו: מה שיש לעיין בשאלה זו הוא, אם יכולין ר' יהודא וחביריו להפרד מעל הקהל המערביים להתפלל לעצמם או ללכת להתפלל בקהל אחר, כיון שהחזיקו להתפלל עמהם ואביו היה מתפלל עמהם"  אויב זיי זאלען נישט מעגען זיך אפטיילען, מיט די טענה  אז זייער טאטע האט נאך געדאוואנט אין די גרויסע שול, אביסעל ווייטער שרייבט ער בזה הלשון:יוראיתי להרחיב הדבור בכל הפרטים מפני שהם דברים נוהגים תמיד, דאס איז ענינים וואס זענען נוגע שטענדיג, ער שרייבט ווייטער: גרסינן בפרק אין עומדין, אין עומדין להתפלל לא מתוך שחוק ולא מתוך קלות ראש ולא מתוך שיחה ולא מתוך מריבה ולא מתוך כעס, ותו גרסינן, ר' חנינא ביומא דריתחא לא הוה מצלי, פי' ביום שהיה כועס, תו גרסינן כל שאין דעתו מיושבת עליו אל יתפלל, תו גרסינן שמואל לא הוה מתפלל בביתא דאית ביה שכרא מפני הריח שהיה טורדו ומונעו מלהתכוון, למדת מכל הני שלא יתפלל אדם לא במקום שטורד מחשבתו ולא בזמן שמבטל את כוונתו ומעתה היחיד או הרבים שיש להם איבה או שנאה או כעס או מריבה עם הציבור אין תפלתם רצויה ואסור להם להתפלל שם שמחשבתו טרודה ולא יוכל לכוון בתפלתם וכ"ש אם מכעיסין אותו על פניו תמיד וכ"ש אם הכעס הוא עם מנהיגי הקהל ואי לאו דמיסתפינא הוה אמינא דטב ליה להתפלל ביחיד מלהתפלל בחברת בני אדם שאין דעתו נוחה מהם, עוד יש טעם אחר דאין ראי שיתפלל אלא במקום שלבו חפץ, כי היכי דאמרינן אין אדם לומד תורה אלא במקום שלבו חפץ, וטעמו של דבר כי בהביט האדם אל מי שדעתו נוחה בו נפשו מתעוררת אל הכונה השלימה ודעתו מתרחבת ולבו שמח ונחה עליו אז ריח ה', כענין שאמרו בנבואה, אביסעל ווייטער איז ער ממשיך: ומש"ה אמר ר' יוסי לא מן הכל אדם זוכה ללמוד תורה, ומכאן התירו שילך אדם למקום אחד ללמוד תורה אע"פ שאביו אומר לו שלא ילך, ועובר מצות אביו, שלא מן הכל אדם זוכה ללמוד תורה וזה הטעם בעצמו בתפלה כי בהביט האדם אל אוהביו או לקרוביו או לרבו או למי שדעתו נוחה תתעורר נפשו אל הכונה השלימה ונתוסף עליו רוח ממרום, וזה דבר שהשכל מורה עליו וההפך הפך



אביסעל ווייטער אין די תשובה שרייבט ער: אם חלק לבם (זייער הערצער זענען צוטיילט) יותר טוב הוא שיתפללו כל כת לעצמה, ולא שייך הכא לא חזקתו ולא חזקת אבותיו (די אלטע קהילה קען נישט קימען מיט טענות) כדכתיבנא



 און דאס איז אלעס נאר, ווען מען גייט נישט ארויס פון שטאט דאווענען, נאר מען מאכט א מנין אין שטאט, און ווער רעדט נאך ווען די איינציגסטע מנין אין שטאט דאווענט דאך נאך זמן תפילה


צום שלוס: מזינגט יעדן טאג ביי די פסוקי דזמרה אז די באשעפער איז, יתום ואלמנה יעודד, ודרך רשעים יעות, די באשעפער פארקרימט די רשעים אז זיי זאלען נישט קענען שלעכטס טוהן  פאר דעם יתום ואלמנה, און רש"י זאגט אויף א  פלאץ אז יתום ואלמנה לאו דווקא, נאר זיי, וויינען שנעלער צום אייבערשטען, מקען זען דעם פסוק בחוש, זיי באגראבען זיך נעבעך אליינס, אסאך מער, ווי מוואלט נאר געקענט


דער באשעפער זאל שוין  ציהערן די געשריי פון זעקת סדום ווי פיהל יודען האלטען עס שוין נישט אויס, עושה שלום  במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל


או רבוש"ע העלף שוין דיינע אידן, אוי רבוש"ע אונז צווישען זיי, זאל שוין זיין די גאולה, זאל שוין זיין די גאולה, משיח זאל שוין קומען

24 comments:

  1. די סקווערע וועלען יעצט גארנישט רעגירען ווייל די אלע וואס שרייבען דא אדער הייסען וואס צי שרייבען זענען געפארען קיין רוסלאנד סאו מוועט דארפן ווארטען ביז זיי קומען צוריק

    ReplyDelete
    Replies
    1. ברוך הבא! דערקענט זיך די היסטארישער צוריקקעהר דער עולם איז שוין ב"ה דא בלב ונפש

      Delete
  2. חיים שלמה4/30/2013 1:42 PM

    באבוב איז נישט אנדערש, באבוב רב (48) פאדערט יעדער מוז דאווענען אין זיין בית המדרש דריי תפילות א שבת, מ'סטראשעט מיט נישט אריין נעמען דאס קינד אין מוסד, אדער אויף א שיינעם אופן משלח זיין, אין דאס איז אויסער דעם 'מוז' פון קומען צום 'טיש', דער 'מוז' הרג'ט אלעס אוועק, נאך עטליכע שבתים נישט קומען צום טיש, קען דיר איינער פזאגען "מ'האט דיר שוין לאנג נישט געזעהן".

    פעהלט איהם דער צורעדערטע וואס לויפט ארום את בית המדרש מנין.איז עס טאקע אזוי וויכטיג צו זעהן וועלעכע בחור טראגט נאך נישט קיין שווארצע זאקן?

    ReplyDelete
    Replies
    1. וועלקום טו די קלאב פון אדמורי"ם

      TWO WRONGS DOESN'T MAKE ONE RIGHT

      Delete
    2. יא ער גייט פון ווי אינז קימען,
      אבער חיים שלמה, נעם דיין פרעשער, דאפעלט עס צען מאל דאס איז די פרעשער פין א סקווירא בחור, וואס וויל זיין איקסעפטעד
      או טאטע העלף אינז שוין, העלף אינז שוין

      Delete
  3. ווער איז דער רב וואס דרשנט דא אויף די בילד ? קען איינער מיר זאגען זיין נאמען

    ReplyDelete
    Replies
    1. דאס איז דער רב וואס זאגט פינקט פארקערט ווי די שלחן ערוך

      Delete
    2. איך ווייס נישט5/01/2013 12:21 PM

      איך וואוין נישט דא איך וויל וויסען זיין נאמען זיין יוחס זיין טאטע זיין שווער קען מיר ווער ענטפרין טריקענע פאקטען וואס איז זיין משרה אין סקווירא בלאגט ער אויף אינטענעט ער אדער זיין קרובים ווער איז דער באשעפעניש? נישט מער

      Delete
    3. This comment has been removed by the author.

      Delete
    4. ער איז א איידעם ביי די רבי'ס גבאי ר' ישעי' אונגאר זיין נאמען איז ר' יוסף ישראל אייזענבערג ער איז די טאפ דיין אין סקווירא ווייל ער פאלגט די רבי בלינדערהייט, וואס נאך ווילסטו וויסען? פרעג מיר נישט צי a can of worms פיל ווייל איך וויל נישט עפענן.

      Delete
    5. איך ווייס נישט5/01/2013 1:36 PM

      ער איז די גרעסטע ת"ח פון די דיינים?

      Delete
    6. דיי קשיא שמעקט מיר איבסעל פישי

      Delete
    7. כ'ווייס נישט5/01/2013 2:41 PM

      די זאגסט טאף דיין פרעג איך ער איז די גרעסטע ת"ח אדער ער איז טאף ווייל ער האט געקויפט די בכורה וואס איז דא פישי ער זעהט נישט אויס ווי די גרעסטע זקן פרעג איך סימפכל דימפעל למה זה טאף? איר קענט ענטפרין אדע רעס איז דא עפעס פישי

      Delete
    8. פון ווי האט ער די הוראה? ווי האט ער גלערינט? קען ער נאר הלכות חסידות? קען ער נאר די פיפטע חלק? קען ער אויך די פי רחלקים? וואס גייט דא פאר? קען מען מסביר זיין פאר יודען וואס זענען נישט באהאווענט פון דעם גאון! ווי אזוי הייסען אנדערע סקווערע דיינים פארוואס לייגט מען פונקט זיין בילד? איז ער מקפיד מ'זאל כאפן בילדער צו נישט ? קיינער ענטפרט נישט זאכליך, וואס גייט דא פאר, ביטע העלפט א ע"ה וואס ווייסט נישט

      Delete
    9. די קיקסט מיר אויס צי זיין משפחה אדער יוסף ישראל. אליין

      Delete
    10. וואס ? יוסף ישרא הייסט איך ווייס נישט? ס'קען נישט זיין דאס איז דאך שרביטו של מלך!

      Delete
  4. אהרן מנחם מענדל שונא של יצחק5/01/2013 11:10 AM

    דער רעדנער זאגט דאס וואס דער רבי וויל נישט זאגען
    דער רעדנער איז דער וואס שרייבט זיך אונטער דארט ווי דער רבי וויל נישט חתמ'נען.

    אוי רעדנער אויף איהם האט מען שוין גוט אויס געשוואנקען זיין מח, אין ער האט דאס גערן אוועק געגעבן פארן רבי צו טוהן דערמיט וואס דער רבי וויל נאר נאר.

    די ברענגסט א ההלכה'דיגע שמועס? פארוועם און פארוואס? דו רעדסט פון א פלאץ וואס הלכה האט קיינמאהל עקסטירט, נאר וואס "מיין" טאטע (אנטשילדונקט "דער" טאטע...) וויל, אייאיך האב געקויפט מיין הויז, דאס באלאנגט דאך צו מיר?

    ReplyDelete
  5. ברענגסט דא א גאנצע לומדות מיט תשובה ספרים קודם כל איך בין זיכער אז אויף אלעס קען מען טרעפן ספרים פינקט פארקערט און צווייטנס ווי קימט דא אריין שלחן ערוך ? חסידים טוען עפעס אלעס ווי שלחן ערוך ? זייט ווען האט סקווירא מיט שלחן ערוך אנגעלייגט ? מען פירט זיך לויטן מנהג און לויט ווי מען האט זיך געפירט אינדערהיים , און יא, ווי אזוי מען האט זיך געפירט ביים ״טאטען״ ! אונז האבן ב״ה א מסורה!

    ReplyDelete
  6. ווי די טאטע? האלווי

    ReplyDelete
  7. אייזענבערגער5/02/2013 2:47 AM

    דער רעדנער איז די אזויגעריפענער דיין אין סקווער, איי וועסטו פרעגען פארוואס איז פונקט ער א דיין, די תירוץ איז ,ווייל ער דעליווערט, וועסטו דאך זיכער וועלען וויסען, וואס הייסט דערליווערן אז די סקווערע רבי איז אזוי ציפרידען פון אים, וועל איך דיר זאגען נאר איין דוגמה , און די וועסט שוין אלעס פארשטיין, אבער נאך ווי פארשטיין, יעצט הער צו א מעשה, פאר אביסעל מער ווי צווי יאר צוריק ממש פאר די ל"ג בעומר שפיצל האט יי"א דער דיין ,אליינס געלאזט רופען א יונגערמאן און אים פאהר געהאלטען, היתכן די רעדט'סט מיט איינעם וואס דאווענט און פרידוואלד, דער יונגערמאן פראבירענדיג זיך צו פארענטפערען, אז דער איינער פון פרידוואלד, וואוינט דאך שוין אין מאנסי, האט אים דער דיין, געגעבען איבערן קאפ, זאגענדיג בזה הלשון, וואס איז א חילוק ווי ער וואוינט, ער האט מצער געוועהן דעם רבין, און דאס אז מען מעג נאר נישט רעדען מיט אים, איז ווייל אונז זעמער איידילע מענטשען ,אין א צווייטע פלאץ וואלט ער שוין געוועהן אש, ווייל מוואלט אים שוין לאנג פארברענט ע"כ, יעצט טראכט אריין וואס וואלט די סקווערע רבי געטוהן אן אזא דיין

    ReplyDelete
    Replies
    1. די הלכה איז ווען מ'פרעגט א רב א שאלה מוז מען פאלגען אבער א פסק וואס א רב פסקנט אנדעם וואס מ'פרעגט אים איז מען נישט מחיוב צו פאלגען לכן קען דאך יענער פרעגען הרב שלום פאללאק שליט"א וואס איז אויך א דיין צו די בלכה איז אזוי וכאשר יושת כן יעשה

      Delete
  8. ר' שלום וועט אייך ענטפערן , עמו אנכי בצרה,

    ReplyDelete
  9. מגיד שיעור5/02/2013 5:59 PM


    איינער פון די חשובע מגידי שעורים אין עיה"ק סקווירא האבן אריין געטייטשט אינם פסוק בעבור דוד עבדיך אל תשב פני משיחך, אז אינז זאגן פארן רבוש"ע, כאטש אדוניו מורינו ורבינו איז דאך צדיק הדור, (און עס וואלט נישט אויסגעפעלט צו ברענגען דעם בן דוד,) נאכאלץ א תשב פני משיחך, האלט נישט צוריק משיח, און ברענג איהם.

    ReplyDelete
    Replies
    1. א טייער ווארט ! נאר וועלעכע בן דוד מיינסטו ? אהרן מענדי צו איצי?

      Delete