עס איז אינגאנצען, איין יחיד

צום אלעמענס שאק, האט כ"ק אדמו"ר הקוה"ט דוד טוערסקי, אליינס אויסגעוועלט דעם באקאנטען וועלטס בארימטן שרייבער, און חכם מחוכם, בשליחות הקודש, צי קומען דא, און איינמאל פאר אלעמאל אונז גוט אפענטפערען, און מהרס זיין  אונזער אייגענער בלאג, וואס איין יחיד, האט ג'עפענט מיט מסירת נפש
 
 
דאס איז די תוכן הדברים (פארשטייט זיך  די רבי האט עס פארדעם אפאר מאל איבער געקוקט און געטוישט אפאר קלייניקייטען) ליינט און שטוינט
 
אאאא אאאא טייערער, נאכ'ן רעדן מיט דיר אסאך ביז א יאר צוריק, האט מיר נישט לאנג געדויערט צו כאפן ווער עס שרייט דא. זענען מיינע ווערטער דעריבער געוואנדן צו דיר, בלויז צו דיר, און דו וועסט זיכער פארשטיין יעדעס ווארט וואס כ'שרייב דיר

האסט מיר באמת סופרייזד! זייער שטארקע דיבורים. כ'האב שוין אסאך געהערט דיינע געדאנקען אבער דאס מאל ביזטו ארויסגעקומען זייער קלאר, מסודר און אמת'דיג צו זיין גענוג מסודר איבערצוזאגן פאר מיינע נאנטע און באקאנטע, לאמיר עס איבערשמועסן

אז דער רבי פארלאנגט פון זיין קהילה אפצושטעלן דאס פורץ זיין א גדר וואס דער רבי ז"ל האט געשטעלט אלס איינע פו די הויפט פריאריטעטן ביים שטעטל גרינדונג: איז ער א טעראריסט
ריכטיג?י

אז דער רבי פארלאנג פון זיינע חסידים זיך אנצושטרענגען צו טון היימישע שידוכים: גלייבט ער נישט אין ארבעים יום קודם יצירת הולד
שטימט?י

אז דער רבי זיצט שעות אויף שעות און הערט אויס אידן'ס צרות, און מ'זעט פאקטיש אז די הזכרה שטייט אים פאר די אויגן – צווישן הונדערטע וועט ער יענעם אפשטעלן צו הערן אויב ס'איז בעסער געווארן: דאס איז פאלש, אזויווי א סקייטריסט, ווייל מ'ברענגט דאך פדיונות און ער מאכט געלט
געוואלדיג!י

אז איך אליין בין שוין צוויי מאל געהאלפן געווארן מיט אפענע ישועות נאכ'ן אריינטראגן געלט צום רבי'ן: דאס איז בלויני מאקראני
באמבאסטיש!י

אז מיין גאסט איז נתפעל געווארן פון א ווארעמע שבת בצל הקודש, און ער ענדיגט נישט רעדן פון אזא תענוג רוחני וואס ער האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געהאט: דאס איז ווייל מ'רעדט אונז איין אז פרעמדע מענטשן האבן הנאה
ריזיג!י

אז איך ווער נתעורר יעדע מאל נאך א שמועס פון רבין און כ'פארבעסער זיך אין ענייני תורה ותפלה: דאס איז הויקעס פויקעס
גוט!י

אז דער רבי איז א גאון הגאונים אין חסידישע ספרים און אין יסודות החסידות: איז דאס נאר ווי דער פסיכאלאג קען זיין פאך
להפליא!י

אז דער רבי עפנט נישט קיין גמרא אויפ'ן באס אין רוסלאנד: מיינט דאס אז ער ווייסט נישט וויאזוי א בלאט גמרא זעט אויס
זיס!י

אז דער רבי קלאפט איבער די הויכע פאל זיבן מאל, אז דער רבי לערנט אין א באנד חסידי'שע ספרים אין זיין קאר, אז דער רבי וויינט ביי מוסף יעדע וואך ביי די זעלבע ווערטער: טוישט ער פון וואס דער רבי ז"ל האט געטון, נאר די זאכן וואס גייען לויט זיין אינטערעסע
טיף!י

אז איך גלייב אין די פאקטן וואס כ'זע מיט די אייגענע אויגן: בין איך בלויז פארטאשט מיין מוח, געברעין וואשד, איך וועל נאך איין טאג האלטן פונקט ווי דיר
רירנד!י

אאאא אאאא, דו ביזט געוואלדיג! בלויז עטליכע יאר עלטער ווי א זיבן און צוואנציג יעריגע שטינקער (...), האסט זיך אנגעגעסן מיט אן אווער-דאעס פון עץ הדעת און דו זיצט דארט אין דיין לעכל אויף אדאר קארט, בלאגסט ארום און לאזסט זיך הערן אין אלע עניינים, אין הנהגה, אין השקפה, אין מסורת אבות, אין דעם דרך הבעל שם טוב, אפילו אין הלכה ביזטו מער ווי די דיינים ווייל זיי זוכן בלויז פוינט'ס... און נארישע מאנכע פראבירן דיר נאך אפצוענטפערן

ס'איז ממש א שאד פאר דער וועלט אז אזא געלונגענע מענטש ווי דיר, מיט אזעלכע אויסגעצייכנטע לידערשיפ-סקילס, מיט געדאנקען פאר מנהיגי ישראל (ווי דו האסט מאריך געווען אין 'מיין מגילה איבער סקווירא') זאל נעבעך דארפן זיצן און בלאגן אויפ'ן אינטערנעט מיט אפאר אפגעריסענע שמוציאנעס

ס'איז א ווייטאג אז א מענטש מיט אזא שאיפה אויף העכערקייט, אויף אהבת ישראל, אויף דרך הבעל שם טוב, אויף דער רצון פונעם רבין ז"ל, זאל נעבעך דארפן פאטשן מיט די הענט אויף די אויבן אהן אין א מושב זקינים. און לעצטנס שוין דאס אויך נישט

ממש א שאד, ממש א שאד

זאג, אויב האסטו געגעסן פונעם עץ הדעת דארף נאכקומען דאס וואס איז געווען נאכ'ן עסן די עץ הדעת. ס'צייט זאלסט אנערקענען ווי נאקעט דו ביזט. אויב קענסטו אראפ'גנב'נען פון דיינע שעות וואס דו ביזט פארנומען מיט'ן פיקסן די רבנים, מיט'ן ארויסהעלפן די אנגעווייטאגטע סקווירא חשוב'ע אינגעלייט וואס פארדינען אן ערליכע פירערשאפט... ווען וועסט האבן די מינוט זאלסטו אביסל קלערן פון זיך אליינס. ביזט עס טאקע נישט ווערד, אבער אויב נישט דו ווער דען זאל פון דיר טראכטן?י

געב א קוק צוריק: וואס זענען מיינע סוקסעסן? וואו בין איך אנגעקומען? נישט קיין ווייב, נישט קיין קינדער מיט זיך, נישט אויפגעשטעלט קיין אידישע שטוב. כהאב געהאט א משפחה וואס האט מיר ווארעם אויפגענומען, און יעצט, האלב רעדן שוין נישט צו מיר ווייל זיי האבן אנערקענט אין מיינע שמוציג געדאנקנגאנג, זיי האבן געכאפט וויפיל איך פלעג פאפן ווען כ'האב געצויגן די פלייצע אז מ'האט מיר סתם אזוי געלייגט אויף די שווארצע ליסט, סא וואס האב איך יא פון מיין לעבן?י

כ'האב גענומען אויף מיר דעם תפקיד פון אונטערברעגען סקווירא. ביי די ערשטע מיטינג האב איך קלאר געשטעלט אז די מינוט וואס כ'שטעל זיך ארויס גייען הונדערט פופציג קומען מיט מיר, מינימום. צום סוף: דריי אפגעריסענע משוגעים. כ'האב ליידער אויסגעפירט מיין מייסטער-פלאן אנצוהייצן די געמיטער ביז מ'וועט כאפן א קרבן און זיך נוקם זיין אים (געדענקסט אזעלכע ווערטער?!) און ליידער אריינגעזעצט א חשוב'ע תמימות'דיגער בחור אין תפיסה

כ'האב אנגעהויבן מיט א צווייטע טאקטיק. געשריבן א מגילה איבער סקווירא, ארויסגעגעבן מיין קלארע בליק אויף סקווירא, געשריבן א בריוו צו די דיינים און קהילה און דאס ארומגעשיקט פאר'ן גאנצן שטעטל. כ'האב געשפילט ווי א זייטיגע תמ'לע וואס קלאגט אויף די ווילדע טעראר און רשעות פון די סקוירא פירער... וואס איך האב בכוונה אנגעזייעט דאס צו קענען שרייען און אויפברויזן סקווירא מענטשן קעגן די הנהגה
עה, איך?י

וואו האלט איך יעצט?י

כ'זוץ אין א לעכל, איזאלירט פון א געשמאקע אנגענעמע וועלטל, און כ'נוץ מיין לעצטע טאקטיק: פעסטן סיט בעלטס און שמוצן אויף די בלאגס קעגן סקווירא אז ס'זאל גיין א רויעך ס'קומט פאן...!י

לאמיר מאכן א קאלקעלעישן

צוריסן משפחה, געהארגעט מיינע פריינט, נישט קיין ווייב, נישט קיין אידישע שטוב, מיין נאמען ידוע לשימצה פאר טויזנטע מענטשן (קען זיין האסט נאכנישט געכאפט, ציסט נאך מיט די פלייצע אז מ'זאגט אויף דיר לגיונות) און וואס איז נעקסט? וואס גייט זיין מיין הצלחה? אה, איך ווייס! איך גיי ברענגען שונאים פאר סקווירא! דאס וועט ראטעווען מיין לעבן! מיין תאות הנקמה וועט זיך אפשטילן

און?...י

דערקוויק זיך פון די אפאלאדירונגען פון די ליידיגערס אויפ'ן בלאג און פאטש זיך די באכל מיט דיינע שיסעדיגע רעיונות. דער סאב טאטעל פון דיין נאמען בלייבט
דורכפאל נומבער איינס

האסט ריכטיג געשריבן: נישטא קיינער וואס קען דיר אזוי גוט באגראבן ווי דיר אליינס

ע"כ הדברים
מיר ווילען זיך אנטשולדיגען פארן רבי'ן זאל מאריך ימים, פאר'ן אים אזוי ארויסציברענגען פון די כלים, נישט דאס איז אונזער ציל

61 comments:

  1. קיינער קען נישט בעסער ארויסברעגען די רבי, מער ווי זיין אייגענע שוואנץ נעמט ארויס יעדע סוף פסוק אין עס ווערט מתוק מדבש, און אויב איז וואר אז די רבי האט גענימען א סטראגעגיע פון גייען נאך איין יחיד האב איך א שיינע פסוק פאר אים. יתום ואלמנה יעודד, ודרך רשעים יעות.

    ReplyDelete
    Replies
    1. קוקו אויבער די שירות און דערמאן דיך נאר סקווער לערינט יעדען צו רעדען איידעל... דאס איז די איידעלע סקווירא אינגעלייט..

      Delete
  2. ממש בעפאר די אידן זענען ארויס פון מצרים האט פרעה אנגעהויבען מאכן פשרות ענק קענען ארויס גיין דאווענען אבער איך וועל איינטיילען ווער עס מעג גיין, אידן די ישועה איז גאר נאנט וישמע צאקתינו

    ReplyDelete
  3. דאס איז זיין נער'ישע וועג , נישט פון היינט, די לעצטע מאהל ער האט זיך גענימען איבער איחיד, האט ער טייער באצאלט דערפאר

    ReplyDelete
  4. לעצטע וואך איז געווען און די נייעס אז עס איז דא א מאנגעל און אשר יצר פאפיר און ווענזיאלע, און דער נייע פרעזידענט דארט האט גלייך באשילדיגט זיינע שונאים, די ערשטע זאך וואס ער האט געטון ווען ער איז ארויף אויפן בענקעל אנשטאט יוגעז שאוועז האט ער דערקלערט אז מען פראבירט אן אטענטאנט. אויף אים, און ביי יוגעז שאוועז אליינס ווער געדענקט נישט ווען ער האט געשריגען ווי א מטורף אז בוש איז די שטן, און ווען ער איז שוין געלעגען האלב טויט האט ער נאך געשריגען אז אמעריקע האט אים פארסאמ'ט, און אזוי איז געווען מיט יעדע דיקטעטער זיי האבען אייביג געדארפט א ענעמי א שונא, צו קענען האלטען דעם פאלק קאנצעטריט אוועק פון אים, ווען איך בין אויפגעוואקסן און סקווירא האב איך אלס געהערט פאלקס מעשיות , וואס זענען געווען שגור בפיו פון די קינדער, אז סקווירא האט שונאים, יעדע תקופה האט מען געזינגען און סקווירא, "והוא שעמדה", אקעגען אנדערע אידען, צו זאל עס זיין א בעלזע מנין אדער קעגען די טויבער'ס צו קעגען וויזניץ מאנסי אלץ האט מען געדארפט א שונא, עס גלייבט זיך נישט ווי שנעל עס דרייט זיך לעצטנ'ס ווי אן אפאר יאר האבען זיך געטוישט שונאים, ווי שוואמען נאכן רעגו, די רבי האט געהאט עפעס שווארצע געשעפטן מיט ארי אויסטערליץ , איז ער פליצלונג געווען שונא נאמבער 1, נאכדעם איז געווען מרדכי דוד פראמעוויטש, מען האט זיך געשוואוירען אז ער בלייבט לאות ולזכרון, אבער ער דריידט מיטן וויידעל און נעמט זיך צום נעקסטן קרבן, חיים אהרן ראטענבערג ער איז די זאך פראבירט איינרעדען די גאנצע וועלט אז מען האנדעלט פון א לידער, ער איז די טייוועל אליינס, ממש אסאמא בין לאדין און עוד הפעם, געדרייט דעם וויידעל און זיך גענומען איבער אהרן יודעל, ברוך יי' שלא נתננו טרף לשניהם: נפשנו כצפור נמלטה מפח יוקשים, הפח נשבר, ואנחנו נמלטנו: עזרנו בשם י"י עשה שמים וארץ:

    ReplyDelete
    Replies
    1. האסט אויסגעלאזט די נאכטאנצער , די חכם פון מה נשתנה , שמעלקע סורקיס

      Delete
    2. אהרן יודל, זאגסט דאך ציקער זיס, ווען מען איז פארטיק מיט איינעם נעמט מען זיך צום צווייטן, "ווי אר אלמעסט דאן"

      Delete
  5. אהרן יודל, שפילסט גאנץ א גוטע "געסינג געים" האסט אבער פארזעהן איין שורה: "נאכ'ן רעדן מיט דיר אסאך ביז א יאר צוריק"

    איך זאג דיר צו דו ווילסט מיר נישט צווינגען זיך צו "אדענטיפיצירן" מיט מיין נאמען

    ReplyDelete
    Replies
    1. עס וויל זיך דיר זייער שטארק ארויסגעבען ווער די ביסט? וואס קוועטשט אייך שעפעלע? זאל מען נאר וויסען ווער די ביסט, וואלט יעדער געווארען איבערגענימען, נעבעך אזוי רעדט'סטו זיך איין? גלייב מיר זאלסטו זיין נעפיא גייט עס מיר נישט אן

      Delete
    2. שבעה דברים בגולם, מסתמא האסטו פארזעהן צו וועם איך האב אדרעסירט מיין קאמענט

      קיינער, גייט נישט און דארף נישט ווערן איבער-גענומען, איך רעד צו איין איינציג מענטש, וואס אויב איז נאך פארבליבן אביסל שכל אין זיין מח, פארשטייט ער זייער גוט וואס איך מיין

      Delete
    3. די רעטסט זיך איין אז די ווייסט וועלכע קאמענט איז פון אהרן יודל און וועלכע איז פון א צווייטן וואס ׳עם אדרעסירסטע נישט׳...י

      Delete
    4. ניין, איך ווייס נישט

      אבער דאס ווייס איך זיכער יא, צו וועם איך רעד

      Delete
    5. און מיט דיין הנחה אז ער האט טאקע געעפנט דעם בלאג, מיינסטו אז אזעלכע זאכן גייען עם אפשטעלן ? אויב מיינסטו אז שרייבן אזעלכע מגילות גייען שטיל מאכן אהרן יודל , קענסטו עם נישט. און האסט זיכער נישט ׳גערעהט מיט עם אסאך (אדער ״א סך״ וד״ל..) ׳ . פארפאלן , איך פארשטיי אז יעצט איז שוין טא לעיט און ס׳פאסט ענק נישט אויפציגעבן אינמיטן , אבער נעקסט טיים פאר עטס נעמטס זיך צי איין מענטש מאכטס ריסערטש פארדעים אפשר קען ער גוט ציריקשטויסן , אפשר קען ער נעמען די רבי מיט די גאנצע פארטיי און צילייגן , ס׳איז שוין געווען איין יחיד וואס האט ענק גוט מסדר געווען , דו ווייסט וועם איך מיין, און אהרן יודל גייט נאר זיין די צווייטע (לשיטתך אז ער שרייבט דא)

      Delete
    6. די ווערס'ט אזוי ברוגז אז איך מיש מיר אריין, , אבער איר זענט דא מיר אין וויינגארטן. דא איז א פאבליק בלאג וואס האט איבער דרייסיג טויזענט קליקס, אויב איר ווילט אייך אזוי שטארק מגלה זיין פאר אהרן יודל איר קענט זיך קוים איינהאלטען, זיכט אים אויף און זייט אייך מגלה

      Delete
    7. און אויב וויל דער שוואנץ זייער שטארק רעדן מיט עם קען מען אפשר שאפן אהרן יודלס טעלעפאון נאמבער כדאי ער זאל קענען רעדן מיט עם פריוואט אן וואס קיינער זאל זיך אריינמישן , סאיז אינטרעסאנט אז ער שרייבט עם אזא פערזענליכע בריוו אויף א בלאג וואס איז א רשות הרבים און ער האט נאך טענות אז מ׳מישט זיך אריין...

      Delete
  6. אהרן מנחם מענדל שונא של איציק5/27/2013 11:49 AM

    אינטרעסאנט אויף דעם צוריק צו ענפערן האבען זיי א היתר צו גיין אויף דער געוועב, נאך דעם וועלן זיי זינגען אז "ס'דא טויזענט טעלפאון'ס אן קיין טעקסט", אבער ווען איינער קומט מיט א בלאק איז נישט נאר דער טעקסט מותר נאר דער אינטערנעט אליינס איז גאר א מצוה, פון וואנעט ווייסען זיי בכלל וואס עס שטייט דא אויף דעם בלאג. היפאקריטס.

    דער רבי קען חסידישע ספרים? נישט דא קיין גרעסע שקר ווי דעם, ער קען נאר דעם מאור עינים, פשוט ווייל דאס איז זיין זיידעס א ספר, און אן דעם מאור עינים האט ער נישט עפעס אנדערש צו פארקויפן, קוק נאר דער דעם ליצנות בלעטל "בחצר הקודש" און יעדער שמועס בקומט ער אלץ צוריק צום מאור עינים, דאס איז דער איינציגסטער חיבור וואס האט זיך אויסגעלערנט. אה די "פתגמין קדישין"? יא פארדעם דארף ער זיך נאך קוקן א גאנצע וואך, צו קענען מלקט זיין אפאר תורות נאך צוזאגען, ער איז א עם הארץ במלא מובן המילה, אין ווינדער איבער ווינדער יעדעס יאר זאגט ער נאך מער ווייניגער די זעלבע צוועלף תורות. ממש א גאון הגאונים.

    ווען איינער ברענגט ארויף למשל שינאווער רב, נעמט ער ארויס דער זעלבע אויסגעדראשענע מעשה אז דער דברי יחזקאל איז געפארען קיין סקווירא, ווי קומט עס אהער אין דער שמועס, עס האט נישט צו טוען, ער קען גארנישט אין ווייסט גארנישט, נאר די עטליכע באבע מעשיות האלב גע'דמיונט און האלב געבאקען, אין נאך עטליכע וואס ער האט געהערט פון זיין טאטע, כ'בין שטארק מסופק צו זיין זכרון ארבעט כדבעי.

    ReplyDelete
    Replies
    1. בנייואל5/27/2013 1:30 PM

      האסט פארגעסען לעצטענ'ס זאגט ער שוין א פלפול יעדע וואך, ממש א גאון, , עטליסט ווי זיין שוואגער ר' אהרן

      Delete
    2. ליצנות במסוה של קדושה5/27/2013 1:57 PM

      סקווירא רבי זאגט א פלפול, אוי מאכסטו מיך לאכען, וואס ער זאגט יא נאך איז א מעשה רוקח, קוק אן זיין פרצוף בשעת ער זאגט דאס, דער שווייס רונט איהם, ס'קומט איהם אן זייער שווער דאס נאך זאגען. די פשעטליך זענען בכלל נישט קיין אייגענס, אין דאס זענען בכלל נישט קיין פשעטליך נאר דרושים. אבער זיין שוואגער זאגט כאטש אייגענס, ער דארף זיך פארקוקען דער סקווירא דארף נישט מער ווי נאך פלאפען.
      זיינע גרויסע פלפולים קענסטו טרעפן אין די דריי בענדער 'פתגמין קדישין'.

      Delete
    3. בני יואל5/27/2013 3:14 PM

      די ווילסט דיך דינגען ווער עס קען בעסער פלפול אהרן צו ער א שיינע וויכוח! שלאגען קענען זיי איינוג

      Delete
  7. קאמענארן זענען איבעריג..... איז ריכטיג דא צו זאגן

    ReplyDelete
  8. בראשית דברי א הקדמה קטנה, מיר רעדען נישט צו סקווערע חסידים, ווייל זיי טארן נישט דא זיין אפי' ס'כאפט זיך אריין איינעם בשליחות קודש, אכ"ז איז נאך אלץ דא א חשד פון רובו נזק ומועט שכר, ממילא מיט אייך רעדען מיר נישט.
    צו וועם רעדען מיר יא? איז אזוי, מיר רעדען צו אידען וואס די תורה הק' מיט שולחן ערוך נר לרגלם, וואס שמאכטען נעבאך אין די סקווירא שואה תשע"ג, וואס איז באמת א שואה הן ברוחניות והן בגשמיות, אידען וואס נעבאך נעבאך, זענען עולם חשך בעדם, פון איין זייט זענען זיי דא ערצויגען געווארען, געדענקען סקווירא בהלו נרו על ראושם, ווען ס'גווען אמת, עפעס, זיי געדענקען ווען מ'האט נישט געזוכט די גאס די צייטונגען, מ'האט געזוכט חסידות אן קיין קאליר'ס, אן קיין צערמאניעס, ווען מ'האט געלאכט אין סקווירא פון מאכען א פלעי פורים, מ'האט דאס נאך נישט געדארפט מ'האט נאך נישט געהאט אזא "מעידזשאר פראבלעם" אין סקווירא, מאכט נישט קיין טעות, איך בין מסכים מ'זאל מאכען א פלעי, קיינמאל נישט קיין ערגערע עבירה, אבער וויסען זאלט איר "אלעס אלעס" דא איז בכלל פון א פלעי, ווייל די גאנצע אידישקייט פון מודה אני אינדעפריה, ביז די ברכת אילנות מיט מים שלנו און אוודאי כל חמירא מיט התרת נדרים מיט די פיר קאפיטלעך ליל יום הקדוש, אלעס הכל כאשר לכל, איז איין נעבאכ'דיגע גרויסע פלעי, עס איז דא געלוגענע פלעי'ס ווי יוסף מוקיר שבת, און ס'דא ווייטאגליכע פלעי'ס פון כתר יעדע וואך, יא איך דערמאן מיך די באטמ'טע ימי נוראים אין די ל' יארן ווען ר' איציקעל האט פארגעדאווענט מיט א ריינקייט ווארימקייט, א קעגין דעם קומט מיר ארויף די איבעל פון די היינטיגע התרת נדרים, אוי נעבאך, אלו הצאן מה חטאו, נישט צו זעהן און הערען א אמת'ע תנועה, יא די שיינע הקפות וואס האט אריינגברענגעט שמחות יום טוב מט א התרוממות, ווען הקפות האט געמיינט די תורה הק' און משה עבדו, ס'האט נישט געמיינט קיין טיאטער מיט א טשעמפין שיפ, ס'האט קיינער אין סקוויר אנישט געוויסט אז שמחת תורה מוז יעדר זיין דא, ס'געווען פונקט ווי אלע ימים טובים וואס מ'האט געוואלט זיין בצילא דמהימונתא, אבער מוז זיין דא ס'האט נישט געמיינט שלושה ימים לילה ויום עגמת נפש רציחה פאר קינד און קייט, והעיקר מ'האט נישט געמוזט מיטהאלטען יעדע תנועה של שקר, וכו', אוי די באטמ'טע חנוכה נעכט, ווען מ'האט געהערט א גיט ווארט אויף די לעכטיגע טעג, ווער רעד נאך ווען די רבי ז"ל האט גערדט חנוכה קלארע ווערטער בנוגע קאמנוזיום, מיר האבען באשיינפערליך געזעהן שכונה שרוי' בגלוי, ליידער, מי החלפנו במי, מיר האבען געפאניגט ערליכע אומשילדיגע אידען, וואס מיר האבען מיט אונזער קטנות'דיגע שכל געמיינט דאס וועט אונז בויען, ווי זענען מיר אנגעקומען? ווער האט זיך דא געהובען די קעפ? נער'ישע קונד'ישע מענטשען וואס פיטערען אונז מיט אונזערע קונדער שקרים וכזבים, יא צו די אידען וואס האבען דעם ווייטאג רעדן מיר, גייט אריין און א פארמאכטע צימער, וויינט אייך גוט אויס, נעמט ארויס א אלטען תהלימ'יל און בעט ביים חנון ורחום, מיינע קונדער זאלן וויסען און וועלן אינטערסירען אמת, אינטערסירען ערליכקייט ישרות צדקות, נישט זיין חלילה קיין "שטוב מענטש" חלילה, וואס דארט בא'הערשט נישט קיין בוכ"ע, מיט ערליכע אידען, נאר ענגע אינטערעסן וואס קען פאר דעם פרייז אפי'
    הרג'נן רצח'נן, און אזוי ווייטער, טייערע סקווירא'ר תושב, די וועלט ווערט נישט חרוב וועגן אפאר רשעים נעמט עצה'ס וחיזוק ווי אוזי צו איגראנירען די שלעכט'ס טוען דאס גוט'ס און וויסען סוף וועט די אמת ארויסקומען ויבטלו הם ואלף כמותם, ודבר א' מדבריו לא יפול און די אמת וועט האבען א תקומה וסוף הכבוד לבוא שכוח.

    ReplyDelete
    Replies
    1. דו מיינטסט אז סקווער האט זיך אזוי געטוישט מקצה אל הקצה, אבער באמת ביזטו דער איינער וואס האט זיך געטוישט
      אפשר א דאנק די אינטערנעט

      Delete
  9. אוי שכוח פאר די אמת'דגע רייד

    ReplyDelete
    Replies
    1. יא יא ר' איצקעל איז דיר גיט? ער איז געשטאנען די ערשטע יארן צום רבינ'ס רעכטע האנט! מיר געדענקן ווען ער האט שמיני עצרת געמאכט קולות מ'זאל עסן אין סוכה טעראר מיט אלע פיטשיקווקעס ה

      Delete
  10. the show must go on.

    ReplyDelete
  11. ווער זענען די מענטשען ארום די רבי נעמען ביטע זאל מען זיי קענען = שכוח

    ReplyDelete
  12. סקיקט מיר אויס אז די גאנצע בלאג באשטייט סך הכל פון צוויי מענטשן , דעם אהרן יודל פון איין זייט און סקווערע רבי פון צווייטן זייט... נאר איינער קען זית אפשר מרחם זיין און שרייבן די משפחה נאמען פון דעם אהרן יודל, סקווערע רבי׳ס משפחה נאמען ווייס איך , טווערסקי דאכט זיך

    ReplyDelete
  13. http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=430825&whichpage=2&forum_id=864

    ReplyDelete
  14. ראכמעסטריבקער חכם5/27/2013 10:52 PM

    צי דער קאמענט פון 1:01 וואס בענקט זיך אזוי צי דער אלטער צייטען, אויב רעדטסטו פון די רבי ז"ל, גיי שוין נאך ווייטער, די ווייסט ווי געשמאק עס איז געווען די צייטען פונם טשערנאבלער מגיד? נאר וואס דען, עס איז דא אין יעדען דור צדיקים, ווער נאך ווי דער רבי ז"ל, האט געוואלט אז זיין איינציגסטער זון זאל זיין ממלא מקומו און אנהאלטען אלעס פונקטלעך וואס ער האט איינגעפירט, נאך בשעתו, אין די גוטע יארן, אזויווי די רופסט עס, ווי למשל, זיין שטרענג, אויף מאכען נאך א מנין

    ReplyDelete
    Replies
    1. יא יא מיר האבן אלע "געוואלט" מיר ווילן נאך איצט

      Delete
  15. נאך אלעם וויל איך נאכאלץ פארשטיין
    1) צו וועם צילט דער בלאג
    2) וואס ווילסטו אויפטוהן
    3) וואס זענען דיינע שאנסן

    ReplyDelete
  16. סקווירא חסידים, איין זאך קען איך ענק יא זאגען אויב ס'איז אמת, אז עס איז טאקע נאר איינער, דען הי איז דאאינג ע גרעט דזאב, סא איך מיין פערסאנעל, עטס האטס אנגעפאנגען מיט די ראנג גיי

    ReplyDelete
  17. איך ווייס באמת נישט וואס עס פעלט נאך אויס צו קאמעטירן, דער שרייבער ברענגט אלעס ארויס אזוי שיין.


    ווען איינער האט א סוכסוך מיט א צווייטען און איינער הייבט אן צו שרייען "האסט עקעלדיגע גלעזער" איז ברור אז דער איז אפגעפאטשט און מ'דארף עם שוין גארנישט צוריק ענפערן,

    צו אהרן יודל איז א גרוש צו ער איז ערגעץ אנגעקומען צו נישט, איז בכלל נישט געוועהן די שמיעס דא, דו ווילסט עם אריין פליקען? פראביר ווייטער, איך ווייס נישט וויפיל שכר דו גייסט באקומען, אפילו דו מיינסט דאס לשם שמים, ווייל אז מ'טוט וויי איינעם באקומט מען צוריק... חוץ 10 דזשעפערסאן, איז דא נאך א פלאץ אין די וועלט וואס זיי קענען מסדר זיין מענטשן, ס'הייסט "הימל" איך ווייס נישט צו מ'האט אמאל גערעדט אין סקווער דערוועגן, דער פירער הייסט "אייבישטער" און מ'האט טאקע קיינמאל נישט גערעדט אדער דערמאנט דערוועגען, ס'האט גארנישט מיט התקשרות לצדיקים, ער איז מעניש פאר ווער ס'טוט איינעם וויי

    דער בורא קען אויך קער נעמען פאר די פארווייטאגטע יודן וואס ליידן צוזאם פון די דיקטעטאריש פלאץ

    און אינטרעסאנט אז ס'איז דא אזא גרויסע עולם פארווייטאגטע יודן, דאס האף איך אז מ'דארף דיך נישט אויף ווייזען, און די אלע מענטשן זענען משוגעים... אוואדע


    פון וועלכע פלאץ האבן אזויפיל ערליכע יודן אוועק געמופט? איך ווייס נישט ווי אלט איר זענט, אבער ס'דא א ליסט פון ערליכע תלמידי חכמים וואס איך וויל נישט פורש בשמם זיין וואס האבען זיך אוועק געצויגן פון די פלאץ נאך די רבי זצ"ל'ס פטירה ווייל זיי האבן געהאלטן אז די פלאץ איז נישט קיין פלאץ וואס מ'מיינט די אייבישטער.


    און די "ל" יארן ווען מען האט איבער געפרישט די תקנות דא אין שטעטל (אויב איינער האט דאס ביטע ארויף לייגען דא) האט איינער א סאטמארע חסיד דאס אריין געטראגן צום סטאמארע רבי זי"ע וואס האט דעמעלסט געהאלטן פאר'ן בויען א שטעטל אז ער זאל דאס קוקען, אפשר קען ער נעמען אפאר גוטע עצות, די סאטמארע רבי האט דאס אדורך געקוקט, און געזאגט, דאס "זיך" זעה איך דא זייער אסאך אין דעם צעטל, אבער דעם רבונו של עולם טרעף איך נאך נישט אין דעם צעטל...


    אה, די מעשה איז שטותים, וואס? נאר די מעשה אז די רבי האט געזעהן וואס יענער טראכט אדער איך ווייס וואס - דאס איז אמת, צדיק מיינער, ס'דא יודן וואס לעבען נאך און געדענקען און וועלען עס נישט לייקענען, הגה"צ קאשוי רב שליט"א לעבט נאך, ער לייקענט נישט פארוואס ער האט נישט געוואלט וואונען מער אין סקווירא, זיי האבן אויך טועם געוועהן עץ הדעת? ווער האט געטיילט אזויפיל אויווער דאוס'עס פון דעם עץ הדעת, עפעס שטומט נישט דא... ס'איז אוואדע א הסתר פנים.


    המשך

    ReplyDelete
  18. המשך

    ווייל אהרן יודל האט דאך גערעד מיט די שופט און וועגען דעם זיצט דער בחור, נישט ווייל סקווירא רבי האט געקענט אראפ נעמען אפאר יאר פון די בחור, ווי אלע, אלע מיין איך אלע, און אפילו די משפחה פון דעם בחור ווייסט אז ס'איז געוועהן בידו פון די רבי אראפ צו נעמען אפאר יאר, מיט א קליינע אנטשולדיגט, אבער וואס קען מען טון די הסתר פנים איז ריזיג גרויס.

    אז ס'זיצט א בור ריק וואס האט נאר "זיך" אינזין, און זיכט אונטער צו ברענגען יעדע מענטש וואס האלט נישט פון עם, איז דען דא א גרעסער הסתר פנים פון דעם? דאס זענען אונזער מנהיגים? משיח זאל שנעל קומען.


    דאס אז מ'פייניגט זיינע געשוויסטער אז אויב מ'לאזט אריין אהרן יודל איז אחת דתם, איז אוואדע פשוט ווייל זיין משפחה בעהט זיך ביי די קהילה, ווארפטס ארויס אונזער ברודער/שוועסטער, ער מאכט א חורבן אין שטאט. אוואדע אזוי


    דאס אז די רבי נאך א פרעמדע שידוך פליקט ער אריין מיט אזא מין פרעכקייט, און בשעת יענעם'ס שמחה, וואס דאס איז די בעסטע צייט איינעם וויי צו טון, נאר ווייל ער וויל "זיך" בויען, ווי ער זאגט טאקע, אז מ'שנייד אפ סקווירא דורות, דאס איז באמת א ריכטיגע סימבאל פון אמונה אין ארבעים יום קודם יצירת הולד...די גרויסע חסידים שעהמען זיך דערמיט, סוי ברענג נישט ארויף די סאבדזשעקט ווייל ס'גייט זייער וויי טוהן


    און אייער בריוו, איך ווייס נישט צו ס'איז די רבי אדער איינער אליין, איז זייער שיין ארויס געברענגט סקווירא'ס זייט, און יעדע יוד מיט אביסל שכל אדער וואס האט ליידער געהאט פון די עץ הדעת -וואס נאך אזויפיל ערליכע יודן האבן ליידער טועם געוועהן, זעהן איין די אמת וואס גייט פאר אין סקווירא, נישט אזוי ווי אייער גאסט "וואס איז דא געוועהן פאר איין וואך" און געשפירט א געשמאקען טעם אין שבת,

    זייטס געזונט.

    ReplyDelete
  19. סקווערא נער‎5/28/2013 11:54 AM


    צו דער מיט ניק,"ראכמעסטריבקער חכם"!
    א שיינע נאמען, ן
    יא הלואי, מי יתן צו זיין מקושר צום טשערנאבלער מגיד זי"ע, הלואי צו זיינע הייליגע קינדער, הלואי ומי יתן לי אבר כיונה אעופה ואשכונה, ווער נישט בענקט צו קדושה וטהרה, צדקות, אמת,
    יא די מערסטע וואס טוט אפ ר' דוד השלישי מסקווירא איז אט די צדיקים, ווייל זיי האבן נישט געהאט מיט קיין שקר קיין שייכות, אנטלאפען פון פירסום, און פראפאגאנדע, ס'נישט געווען קיין ענין גינונו מלכות אין סקווירא, דריי מיר נישט קיין קאפ, מיר געדענקען די שטיל, מיט די שטריימעל, פון רבין ז"ל, אויכעט די קאר וואס ר' מעכל האט געדרייווט, און באמת אי משום הא החרשתי, אויב די היינטיגע רבי האט דאס יא ליב א שיינע שטיל א שיינע שטריימעל א שיינע רבי'שע הנהגה סוכ"ס איז ער דאך א איידעם אין וויזשניץ, יעדע איידעם נעמט דאך פון זיין שווער, איך וואלט געקענט באשטיין זאל נעמען פון זיין שווער מער יגיעת התורה, מער שמירת עינים, אקעי, ער איז דאך געצערטעלט ער איז א בן יחיד'ל וואס פארלאנגסטו איינער וואס איז געוואקעסן און אמעירקע און א שווערע תקופה, אבער פאדרייען א קאף אז ער איז די טאטע און יעדע זאך וואס איז נוגע כבוד און נוגע אפצוטוען יענעם יא יעצט איז ער הונדרעט פראצענט טאטע, וכל מכלי מזריחומערב לא יזוזו ממקומו, בנוגע טוען פרעמדע שידוכים איז גראדע נישט די טאטע נאר די מאמע כידוע, בנוגע יא זאגן תורה די מאמע, בנוגע מאכען מאושענס ביים טיש, די שווער, בנוגע טשעפנען מחותנים, בעלזא שוואגער, אדער וויזניץ מונסי, מ'קען שוין אויפאמאל מוחה זיין, אבער ווען עס האנדעלט זיך כבוד שמים, אהבת הבריות , אמת, וואס טאטע, ווען טאטע, א בוידעם די טאטע, עד כדי כך מ'מאכט דא חוזק בשם דעם רבין גיי צום טשערנאבלער מגיד שעמסט דיך נישט די פאטרעסט דין, דעם רבין, דאס וויל דער רבי? אזוי האלסטו אויך, שטיי איך גאר גיט, איך האב נישט קיין טענה אויף די התמנות אלץ ממלא מקום ווער דען ר' משה ניישלאס? אוודאי יבוא בנו על מקום אביו, ובפרט אז ער איז נאר די איינציגסטע קינד, נישט קיין שאלה, ווען עס איז דא פיר קונדער קען מען נעמען המובחר שבהם, אבער ווען עס איז דא א בן יחיד וואס איז בכלל די שאלה, אבער צו דיר בן יחיד בעטען מיר, אויב יא פיר דיך אויף ענדליך על כל פנים א נגיעה לאבותיו, נישט לויף א וועק פון טאטן כמטחוי קשת, יא האב א שיינע שטיל אבער לייג צו דיין הארץ וויפיל הארץ די האסט שוין צו אידען צו נאקתם וזעקתם, טראכט נישט פיר צוואנציג שעה פון מיך זיך טראכט אביסעל פון יענעם יא אקעי א שיינע טשעק איז גיט ביסט דאך נישט דיין טאטע יא האסט דאך אנגעליינט וואס מש.. ר.. ע"ה פלעגט דיר ברענעגן אלץ בחור אלץ אינגערמאן, די האלטסט דאך ביי גארנישט, על כל פנים ביי די זיבצעיג טראכט פון עפעס ערנסטער די וועלט איז נישט קיין פלעי, גענוק אויף היינט.... ן

    ReplyDelete
  20. סקווירא רבי הרב ר' דוד טווערסקי האט גארנישט און נאכאמאהל גארנישט, גארנישט מיט גארנישט, קיין שום שייכות מיט טשערנוביל ניטאמאהל בדוגמא, דאס איינציקסטער קשר וואס ער האט יא האט מיט טשערנוביל איז אז ער איז איינע פון די אנדערע טויזענט אייניקלעל צום טשערנובילער מגיד. די אלע הידורים חומרות הנהגות גדרים וסייגים הקפידות אזהרות תקנות וואס ער פירט איין, האט נישט קיים שום שייכות מיט טשערנוביל נאר מיט די הנהגה פון רבי דוד טווערסקי זעלבסט, אמאהל ווארפט ער ארויף די הנהגות אויף זיין טאטעס חשבון, אבער מיט סקווירא האט דאס גארנישט.

    ReplyDelete
  21. דער לעצטע מאהל דער סקווערע רבי האט געפענט א גמרא איז געוועלף ביי די צוועלף יאר אין צעלים'ער חדר, זייט דעמאלטס לערנט ער די זעלבע צעהן חסידישע ספרים, אין מער פון דעם גייט עס נישט. מ'קען רעדן מיט איהם כל מיני שטותים ביז מוט עפעס וואס האט א שייכות און לערנען.

    ReplyDelete
    Replies
    1. ליגענט זאגן טאר מען נישט ער פלעגט לערנין אלץ בחור און אפי' אלץ אינגערמאן מיט הרב משה אייזענבאך ז"ל בערך צוויי שעה יעדן טאג ביז די שריפה נאך די שריפה האט ער שוין מער נישט גלערינט וועגען ער איז געווען דער קאנטראקער , אבער ביז דעמאלץ נישט פונקטילך ביז צווי שעה א טאג

      Delete
    2. קאנטראקטער? פון ווי נעמסטו דאס

      Delete
  22. ערשטענס עס איז אלעמאל געווען צדיקים און דוקא טאקע פון די גאר גרעסטע, צדיקים וואס עס איז געווען באוויסט, אז זיי האבען נישט געקענט לערנען, נאר זיי זענען געווען 24 שעה דבוק צום אייבישטען, און צוויטענס אז מען קוקט אריין און חצר הקודש זעהט מען יעדע איינציגע וואך פיהל מימרות פון גמרא

    ReplyDelete
    Replies
    1. מבין ויודע5/28/2013 2:42 PM

      א דאנק פאר מודה זיין אז דער רבי איז פארעכנט ציווישען די וואס קענען נישט לערנען .
      והשנית ניין דיין רבי איז בכלל נישט דבוק אינעם רבונו של עולםף, ער איז זייער דבוק אין דער איך זיך מיך און מעך, עס איז א עקל ווען מ'ללינט אין דעם ליצנות בלעטל וויפיל ער האלט פון זיך, אין שעמט זיך אפילו נישט זיך אויסדריקן זיינע דמיונות כאילו דאס גאנצע וועלט דרייט זיך ארום איהם, אין לויט ווי אזוי ער זאגט.
      ער ליידט זייער שטארק אויף דעם מחלה ער לעבט אין א נישט נארמאלע באבעל, ער דומיונט געפערליך.

      Delete
  23. סקווירא5/28/2013 2:21 PM

    צי דעם חסיד, די זעהסט מיר עפעס נישט אויס ווי קיין סקווערע חסיד, ווייל א סקווערער האט נאך ביז יעצט נאך נישט דא דערמאנט א ווארט וועגן דעם אויבערשטן

    און נאך אזאך א סקווערער וואלט געווען מער אין כעס, און געווען פארנומען, מיט איין איינציגער זאך אהרן יודל ארויף אהרן יודל אראפ

    איז יעצט אדער ביסטו א סקווערער, און די ווייסט נאך נישט וואס די אמתע רצון פון רבי'ן איז ממילא פרעגטס אייך נאך ביי די גאר נאנטע

    אדער ביסטו טאקע נישט קיין סקווירער, איז דעמאלטס פארשטיי איך נישט פארוואס נאר די מעגסט האבען א רבי א תלמוד חכם, און איך מיז זעהן און חצר הקודש ווי ער מאכט זיכער אייביג אריין צי פאהרען און די זעלבע פאהר ענינים וואס ער איז אביסעל בעהאווענט

    אדרבה מאך א מפתח פון די לעצטע 20 יאר חצר הקודש (וואס זיי שעהמען זיך עס צי ארויסציגעבען) וועסטו נאר טרעפען 14 מראה מקומות פון גאנץ ש"ס

    און פארוואס מעג דיין רבי נאר זיין דבוק צום אויבערשטען ווען ער לערנט און דאווענט און טוהט מצות און מעשים טובים

    און איך דארף גלייבען אז ווען מיין רבי וויינט ביי די ווארט היום פון ספירת העומר
    אדער ביי להוי הפקר פון בדיקת חמץ
    אדער מסחרין עלי תכי דכדכוד וגומרתא (טייטש: ארימזעצן ארים טישן פון טייערע שטיינער)
    אדער ביי די ווארט ממי.....שתה פום ברכה אחריתא ביי שבע ברכות
    אדער להדליק נר חנוכ..ה און אזוי ווייטער

    און ווען אין שטוב דאווענט ער שמונה עשרה אין א ספליט סעקונדע און בכלל א גאנצען טאג וואס ער איז ביזי, אז דער און יענער שטייען אים און וועג, אז דאס אלעס קומט פון דביקת הבורא

    ReplyDelete
    Replies
    1. פרעג נאר ביים ב"ד דיין זיין עקספירענס מיטן רבינ'ס שמונה עשרה כיפערן נאך אין די גוטע צייטן ותמצא נחת!

      Delete
    2. פרעגט ביי וועם? א

      Delete
    3. ביים דיין ר' מעכל שטיימענטץ

      Delete
  24. איך בין אויך אן אנגעווייטוגטער אבער איך וואלט מיך נישט געטרויט אזוי מיאוס צו שרייבן פאקטיש איז ער א מנהיג און זכות הרבים תלוי בו א חוץ וואס לשון הרע און רכילות איז אסור אפילו אויף א רשע

    ReplyDelete
  25. רבי ז"ל5/28/2013 4:17 PM

    היינט טאר מען נישט רעדען שא די רבי ז"ל קומט אראפ דרך ארץ

    ReplyDelete
    Replies
    1. דארט ווי ס'דא ווידאוי קומט ער נישט, כעדות חד מזקני צדיקי הדור

      Delete
  26. אזוי פיל צער> הינדעטער טאטעס אין מאמעס>טויזנטער נעכט אויסגעווייטע,נאר דער רבש"ע ווייסט

    ReplyDelete
  27. ס סק סקוו סקווי סקוויר סקווירא5/28/2013 6:51 PM

    דער רבי איז א שטיק אלקות הה"ד ניצוץ חלק אלקי ממעל
    אנכי מיינט דער רבי, נישט סיי וועלעכע רבי, נאר אנכי אין דער עשרת הדברות איז געזאגט געווארען אויף רבינו דוד בן מורה מורינו הרב רבי יעקב יוסף האדמו"ר מסקווירא, והמהרהר אחר ה...דארף מען מער ארויס שרייבן? דוד מלך ישראל חי וקיים, עליו ועל הרבי מליבאוויטש לא שייך מיתה.

    אפילו ווען רבינו הנורא נוראות מופת הדור רשכבה"ג השולט בעליונים ותחתונים רבי דוד טווערסקי שליט"א וואלט געהאט נאר א קליינע בית מדרש'ל פון צעהן וואלט ער נאך אלץ געוועהן דער הייליגסטער און דער טייערסטע וואס כלל ישראל פארמאגט הדא הוא דכתיב ויותר יעקב לבדו, יעקב אבינו ווען ער איז געוועהן אליינס איז ער ווייטער געבליבען אין ווייטער געוועהן יעקב אבינו, כ"ש וכ"ש רבינו דוד מעיר הקודש הקדשים שיכון סקווירא.

    סקווירא איז דער שענסטער אין בעסטער, אויב די גלייבסט נישט פרעג כ"ק רבינו שליט"א אליינס, ער ווערט דיר דאס זאגט, כי לא נפל צרור ארצה, וכל מהותו אמת ויציב, ואין בו נדנוד או ניצוץ של שקר וכזב, חלילה וחליה הס מלומר כן אפילו במחשבה.

    ReplyDelete
  28. למאן דמידע? פארוואס איז ר' אהרן טייטלבוים נעכטן נאר געווען ביים חופה נישט ביים חתונה? גייט עפעס פאר , די ידידות הינקעט אינטער ווער ווייסט זאל זיך ביטע אנרופען מיט קראנטע אינפארמאציע- שכוח

    ReplyDelete
    Replies
    1. פארדריי נישט דער שמועס, פאק אויס דיין סאטמארע בויך קרעמפן ערגעץ אנדערש, ברענג נישט אהער נישט ארוני אין נישט זאלוני.

      Delete
    2. יעדער מעג דא שרייבן וואס ער וויל

      Delete
  29. לכבוד דער חשובער באלגער שליט"א
    איך בין זייער סופרייזט, איך בעט אייך הערט אויף מיט אזאלכע פוסט'ס. מיט די פוסט האט איר געטוהן צווי נארשקייטן, איינס, איר שרייבט אז דער רבי שליט"א אליינס האט אויפגענומען א שרייבער צו שרייבן אויפן בלאג. יעדער איינער וואס איז נאר אביסל באקאנט מיט סקווירא ווייסט אז דאס איז פשוט א שטות. די פארלירסט דיין באגלייבטקייט ביי די ליינער.
    צווייטנס, זייער טאקטיק איז דיר צו פארפירן פון דער עיקר, זיי ווילען אז מען זאל זיך ארום אנפערן 'יא אהרן יודל' 'נישט אהרן יודל', 'משה' אדער 'יענקל'. דער עיקר מען זאל נישט רעדן פון די אמת'ע פראבלעמען וואס גייען דא פאר. מיט דעם וואס די גייסט אריין אין די פעלד האבן זיי שוין געוואנען.
    איך בעט דיר "חזור בך", איר דארפט באהאנדלען די אמת'ע צרות וואס גייט פאר ביי אונז און שטעטל:
    מען פאר'סמ'ט דאס יוגנעט מיט נארשקייטן, אז דער איד פליט און הימל און ברענגט אראפ ישעות.
    מען אינטרדריקט יעדער וואס טראכט נאר פון קלערן נישט פונקט לויט זייער'ע אינטרעסן.
    מען רייסט אויס איעדער אידשער געפיל פון ערליכקייט און נרמאלקייט טאמער עס ברענגט נישט קיין אינטערעסן פארן פארטיי.
    די פירערס קערן נישט אויף די חינוך, אדער פאר פרנסה פונעם ציבור, אדער פאר שוואכע בחורים און מיידליך. במקום דעם זענען זיי ביזי אגאנצן טאג מיט פראפגאנדע.
    ווי פיל ערליכע אינגעלייט מיט חשובע פרוען ווערן געפירט 'כצאן לטבח' ביי די כבוד און געלט זיכער.
    איך בעט אייך נאכאמל, גיי נישט אריין און קיין נעמען געפעך מיט זיי. האלט זיך העכער. ובשם ה' נעשה ונצליח.
    החונה פה עיר הקודש
    ק.ר.ש.

    ReplyDelete
    Replies
    1. כה לחי

      Delete
    2. לכבוד דער חשובער מעורר שי', איך בין זייער צו טומעלט פון דיין הערות קודם זעהט אויס, אז כאולי די רבי האט נישט אויפגענימען א שרייבער צו ענטפרין דא, ווען די האסט דאס געשריבען האט מיר געדאכט אט די מיינסט אז דען נישט?, אוודאי האט די רבי נישט אריינגערופען פלוני השרייבער, און געזאגט איר זענט אפוינטעט צו דער דזשאב, אבער ס'קלאר אז ביי די היילגע עלות פאברענגענ'ס, רעדט מען איבער מיט גרויס סענסטיווקייט, די בלאג פראבלעם, אמת קיינער דארט טרויט נישט אדער בעסער געזאגט האט נישט גענוק שכל צו זאגן און פנים אריין די מעשה וואס דא טוט זיך, ווען יא וואלט נעכטן נאכט נישט געווען קיין חתונה נאר ח"ו א תשעה באב, אבער מ'שמועסט קראנט איבער די אייביגע פראבלעם וואס עס טוט זיך א קרירות פון א ציבור עצום וועם מ'באטרעט בטעות מיט די שווערע שטיוועל פורים נאכט כידוע ליודע חן, און מ'ברענגט ארויף אפשענס פון בלאגגען אויף די אינטערנט, און מ'איז דן אז שקל הקודש זאל רעזערווירען געלט דערפאר און וויפול מ'קען אפציפען פון די הייליגע קונדער און איינקלעך אויף דעם חשבון, קיין פראגע נישט, בנוגע די צווייטע הערה, ביסטו יא גערעכט, זיי פריווען צו מטשטש זיין הגבולות, און ברענגען קונדישע וויכוחים, און מ'דארף פאר יעדן פרייז זיך האלטן מיט די פרינציפען, נישט אריינצופאלען מיט א דאילאג וואס באלאנגט פאר "דזשולענד אדער מנשה ליסטיג" וואס נארמאלע מענטשען שטייען נישט און ווארט מיט אזעליכע סארט מענטשען, וואס זיי ווערן געהאלטן בכבוד הראוי פון די אויבען הארען צו ווערן פאטרעטען דורך זיי בעת צר, ולכן חכמים הוזהרו בדבריכם, מ'דארף מעסטען די ווערטער און מונע זיין פון שרייבען שטותים, אדער נישט זאכליך, נאר אונזער תפקיד איז, געבען הארציגע חיזוק אדער יעוץ פאר אידען וואס לעכצען נאך א גוט ווארט וואס שמאכטען דא אינעם סקווירא שואה רוחני וגשמי און זיי ווילען באפרייען זייער הארץ און זייער מוח פון אלעס דאס בייזען! ווארט

      Delete
  30. די רעדאקציא נעמט אן אייער קריטיק, אז איר האט גיטע ארטיקעל וואס איר פילט סאיז מער אינטרעסאנט אין מער צו די פאוינט שיק עס צו אינזער אימעיל

    ReplyDelete
    Replies
    1. ווען ביזטו 'אנאמים' און ווען ביזטו 'אין סקווער'? ך

      Delete
  31. wow wow wow
    וואס רעגסטו זיך אזוי, עס איז נישט געזינט, עפעס ביזטו נישט זיכער מיט זיך, און מיט וואס די האלסט, אז די גייסט אזוי ארויס פון די גלייזען. איך בין אין די מאד אביסעל צו צונעמען דיינע ווערטער, און זעהן ווי מיר שטייען דא אויפען וועלט.י
    די פאנגסט אהן:אז די רבי פארלגאנגט פון זיין קהילה אפצושטעלען דאס פורץ זיין א גדר וואס די רבי זי"ע האט געשטעלט אלס איינע פון די הויפט פריאריטעטן ביים שטעטל גרינדינג, איז ער א טעראריסט? עכ"ל פון דיין סארקעסטישע קשי', י
    אז דער רבי לאזט זיינע מענטשען מזיק זיין רודפ'ן פארשעמען, רצוחה, און וואס דען נישט, איז ער א טעראריסט, און נישט ווייל ער האט פארלאנגט אפצושטעלען די פירצה. נאר די וועג וויאזוי זיינע מענטשען טרייען עס אפצושטעלען.י
    און יעצט וויל איך מיך אפשטעלען פאר א פאר מינוט, פון וואנעט נעמסטו אז דאס איז געווען איינע פון די הויפט פראיראטעטן, ביים שטעטל גרינדינג? אויף וועלכע פאקטען בויסטו דיין מיינונג. דרך אגב וויי טוהן א צווייטע יוד, אראפ קלאפען, פארשעמען, אנדערע, איז נישט געווען על כל פנים אזוי הויפט פראריטעט ווי גיין דאווענען ערגעץ אנדערשט? נאר דאס שטייט דאך נישט אין די שטעטל קאנטסטעטושען, נאר אין די תורה, פארלאנגט מען נישט פון די קהילה עס זאפארט אפשטעלען, אדער די דאווענען שפעט אדער בכלל נישט, אדער טאטשען קינדער, וכו', וואס עס טוט זיך דא אין שטעטעל, דאס פארלאנגט זיך נישט אפצושטעלען וואס זאגט דיר דאס אלעס, איך ווייס נישט אויב א טעראריסט, אבער א רוחניותדיגע מנהיג ווייט נישט
    און לאמיר שוין נעמען די שטעטל תקנות, איז נישט געווען אין די תקנות, אז מיידלאך זאלען נישט גיין שווימען, אדער זיי זאלען נישט זינגען, וכו', וכו', און מען האט געטוישט, ווי איז די גודר זיין די פרצה, וואס דאס האט מער א הסבר,פון א תורה שטאנדפונקט, נאר מען האט פארשטאנען אז איה"נ אבער נשתנה העיתים, און עס מיז געטוהן ווערען, אפי' דאס איז געווען איינער פון די הויפט פריאריטעטן, נאר דאס איין איינציגע זאך קען מען נישט רורען, וואס זאגט דיך דאס? אני ואפסי עוד, מיך מיך און נאכאמאל איך.
    המשך יבא בקרוב

    ReplyDelete
  32. המשך
    ב) אז די רבי פארלאנגט פון זיינע חסידים זיך אנצושטרענגען צו טוהן היימישע שידוכים, גלייבט ער נישט אין ארבעים יום קודם יצירת הוולד? שטימט.י
    יא עס שטימט געוואלדיג, עז ער בלאזט און באליידיגט זיך ווי א קינד, אז אלע ארום זעהן אז עפעס איז נישט ארדענונג, און נאך מער אין די עלטער ער קען זיך שוין נישט איינהאלטען, באוואשט ער די מחותן, איז דאס אין מיינע אויגען א פארקערטע מעסידז ווי האבען אמונה אין ארבעים יום קודם יצירת הוולד, חוץ פון דאס וואס עס איז א נעגאטיבע מעסידז וויאזוי א תורה יוד דארף זיך אויף פירען ווען עפעס גייט נישט אזווי ער וויל
    און בכלל וואס הייסט ער פארלאנגט, וואס טוט ער, פארוואס מעג ער טוהן וואס ער פילט עס איז גיט פאראיהם, למשל א טשערנובלער אייניקעל, וכדומה, אבער א צווייטע פילט אז פאר זיין זין אדער טאכטער איז בעסער א שידוך פון דרויסען, פארוואס זאלען די עלטערען דארפען ציטערען צו טוהן די שידוך, ווייל ער גייט אריינחאפען אחת למטה ושבע למטה, און זיין גאנצע שמחה וועט איהם ווערען
    צישטערט

    אז די רבי זיצט שעות אויף שעות וכו', טאקע א שיינע זאך, חאטש עפעס

    אז איך אליין בין שוין צוויי מאל געהאלפען געווארן מיט אפענע ישועות נאכן אריינטראגען געלט צום רבי'ן דאס איז בלוני מאקערוני. י
    אבער נאך ווי בלוני מאקערוני, האקעס פוקעס, מיי פוט, הייסט נאר מיט געלט גיבט ער א ישועה אבער אהן געלט נישט? יא יא זאגט ער, טראג אריין נאך געלט, אפשר וועט ער דיך משפיע זיין א ריכטיגע ישועה.א

    אז מיין גאסט איז נתפעל געווארן פון א ווארעמע שבת בצל הקודש, און ער ענדיגט נישט רעדן פון אזוי תענוג רוחני וואס ער האט נאכקיינמאל בעפאר נישט געהאט. דאס איז ווייל מרעדט אינז איין אז פרעמדע מענטשען האבען הנאה. ריזיג. י
    זאג דעם גאסט צו קומען נאך צוויי דריי מאל, וועט ער ענדיגען רעדען, יא מען רעדט אינז איין, איך ווייס אויך פון געסט, וואס זענען דא געווען און נתפעל געווארען, אבער ביים קומען נאך צוויי דריי מאל, האבען זיי שוין איינמאל אהן געהויבען חאפען, וואס עס שפילט זיך דא אפ, און געזאגט: איך ווייס נישט וויאזוי די קענסט דא וואוינען, מען טרייט אינז צו מאכען פראיעד, און צו מאכען פילען אז מיר זענען גליקלאך צו וואוינען דא, די געסט גייען בענענעס פאר די פלאץ, א זעץ אין הויז, האקעס פאקעס, בלוני מאקערוני.י

    לאמיר זעהן ווייטער וואס שרייבט ער: אז איך ווער נתעורר יעדע מאל נאך א שמועס פון רבין און כ'פארבעסער זיך אין ענייני תורה ותפלה, דאס איז האקעס פאקעס. גוט
    פון דיין מעסעדז אין די וועג וויאזוי די שרייבסט קוקט מיר אויס איינ'ס פון דריי, אדער די ווייסט נישט וואס תורה תפלה מיינט, אדער גייסטו צו ווייניג שמועסן, אדער די רבי גיט נישט גענוג שמועסן. י

    ווייטער: אז דער רבי איז א גאון הגאונים אין חסידישע ספרים און אין יסודות החסידות, וכו'. א
    איין מינוט זיי מיר מסביר, וואס מיינט "גאון הגאונים" לאמיר זעהן הרה"ג ר' אליהו מווילנא ז"ל איז געווען א פלענער גאון, ווייל ער האט געקענט די גאנצע תורה, אבער די רבי קען אביסעל חסידישע ספרים, איז ער א גאון הגאונים? שמעקט מיר, וואס מיינסטו א גאון הגאונים, אין חסידישע ספרים, און וואס איז יסודות החסידות? וויי וויי אויב דאס זענען די יסודות החסידות, זייער זייער א שוואכע יסוד, נישט קיין ווינדער אז די בנין צופאלט, טאג נאך טאג

    ווייטער: אז דער רבי עפנט נישט קיין גמ' וכו' א
    איי ריעלי דאנט קער

    ווייטער: וכו', אז די רבי וויינט ביי מוסף יעדע וואך ביי די זעלבע ווערטער, טוישט ער פון וואס דער רבי זי"ע האט געטוהן, וכו', טיף
    אבער נאך ווי טיף, אויב איז דאס א פאלשע קרעכצען און פאלשע וויינערייען, און פאלשע בכיות, סטאפ פארדרייען א קאפ, און שלעפ נישט, קיין עולם אין די וועלט אריין, נאר טוה וויאזוי דיין פאטער האט, ער האט נישט געשלעפט ווי א קאטשע בענדעל, און געדאסט אויף די קעפ פון טויזענטער יודען. דאווען וויאזוי די דאווענסט אין דיין שטיב.

    ReplyDelete