ממנו ילמדו וכן יעשו

די פאלגענדיגע בריוו, איז צו אונז אריינגעשיקט געווארען, דורך אימעיל
כל הכבוד לו, ממנו ילמדו וכן יעשו

צו די חשובע רעדאקציע פון 'אין סקווער'.י


איך האב געליינט אינעם בלאג ווי מען שרייבט בשם איינער וועלכער איז געווען א גאסט אין סקווער אויף א וואך, אז יענער האט גאר 'הנאה געהאט' פון די 'דערהויבנקייט' דארט אינעם שטעטל. כ'ווייס נישט ווער יענער גאסט איז געווען, אבער איך בין אויך נישט לאנג צוריק געווען אויף א שבת אין סקווערע שטעטל, און כ'פארשטיי נישט וועגן וועלכער דערהויבנקייט יענער רעדט. לאמיר אייך פארשטעלן מיינע איבערלעבענישן פונעם באזוך דארט, און מיינע געפילן וויאזוי איך האב אלעס אנגעקוקט



עס איז געווען א שפעטע זומערדיגע פרייטאג צונאכטס. געווענליך אין די זומער בין איך צוגעוואוינט צו דאווענען פריער, שוין גלייך נאכן פלג. כ'האב דאך געוויסט אז אין סקווער איז מען 'מקפיד' אויפ'ן זמן פון רבינו תם (הגם עס איז נישט קיין סתירה און אפילו איינער וואס האט אנגענומען שיטת ר"ת אויפ'ן זמן צאת הכוכבים, איז די הלכה אז ער קען דאווענען מעריב אפילו אויב עס איז לכו"ע נאך פאר'ן שקיעה, כל זמן אז ס'איז נאכן פלג, ווייל דעביד כמר עביד), אבער אויף אזוי שפעט האב איך מיך נישט גערעכנט. כ'האב געווארט און געווארט און אנגעהויבן צו ווערן הונגעריג. שפעטער האב איך טאקע געהערט אז דער עולם עסט זיך אן פארן דאווענען מיט א סעודת שלמה בשעתו, און מען רופט דאס אן 'טועמי'ה'. און שפעטער נאכן דאווענען איז מען אביסל טועם פון די מאכלי שבת, ווען דערביי ווערט פארוואנדלט די דערהויבענע מצוה פון סעודת שבת קודש און עונג שבת אין א אפקומעניש לעול ולמשא, אפ'פטר'נדיג דערביי די גאנצע סעודה מיט א תירוץ אז מ'יאגט זיך צום טיש



ענדליך האט מען אנגעהויבן דאווענען. מ'האט געדאווענט היבש שנעל, ס'דאך שוין שפעט... נאך מנחה האב איך א מנהג צו לערנען אין א חסידיש ספר איידער כ'דאווען קבלת שבת, האב איך אנגעהויבן זיכן ווי ס'ליגט די חסידישע ספרים. מ'האט מיר ארומגעשיקט צפונית דרומית דרומית צפונית, אבער כ'האב גארנישט געקענט טרעפן אויסער גאנצע שאפעס פול מיט מאור עינים'ס. ס'מיר גוט געווארן, דאס איז די איינציגסטע חסידיש ספר וואס עקזיסטירט אין סקווער... גראדע צום סוף האב איך יא געטראפן פארשטופט ביים ווינקל א שאפע מיט עטליכע ספרים, קוים קוים אפאר פון אפאר מינים



נאכן סעודה בין געגאנגען אין שול מיט א חשבון צו לערנען אביסל איידער איך גיי כאפן א בליק ביים טיש. זעענדיג אז אין די גרויסע שול איז טינקל, בין איך אראפגעגאנגען אונטן צו דעם שיינעם און באקוועמען ביהמ"ד וואס איז ספעציעל מיוחד צו לערנען, נישט חלומ'נדיג וואס ווארט מיר. ווי אנטוישט בין איך געווארן ווען ס'מיר אנטקעגען געקומען פארמאכטע טירן מיט אן אימה חשיכה גדולה, לאזנדיג מיר איבער אפגעפאטשט וויסנדיג אז דאס איז די איינציגסטע ביהמ"ד אין גאנצן שטעטל



בלית ברירה בין איך ארויפגעגאנגען צום טיש. קיין התעוררת האב איך דארט נישט געזען. נאר וואס יא, עפעס א געוויסע סארט מרה שחורה איז געווען אויסגעגאסן אויף אלעמענס פנימ'ער. כ'האב נישט פארשטאנען פונטקליך וואס איז דער באדייט דערפון, אבער עפעס א סארט פארטונקלקייט איז געווען שטארק בולט. יעצט, נאכן ליינען די בלאג 'אין סקווער', פארשטיי איך שוין גוט וואס דער חשכות האט געמיינט. אגב, וויל איך קלאר מאכן פאר יענער גאסט וואס האט געזען א התעוררות, אז התעוררות מיינט נישט די חיצוניות'דיגע, כאילו ווארעמע, אויסקוק, נאר דאס איז א פנימיות'דיג געפיל וואס ווערט נתעורר פון אינעווייניג אין אים און דאס פלאצט ארויס פון די טיפעניש פון 'זיין' הארץ. דארט האב איך נאר געזען דאס פארקערטע, אזא סארט טרוקענע ראבאטישע התנהגות, מצות אנשים מלומדה



שבת אינדערפרי דאווענט מען עלעוו אזייגער. דאס איז געווען דער הויכפונקט. עלעוו אזייגער!! יעעעעדער איינער!!! ווי איז דאס מעגליך? אין די פאר שעה וואס כ'בין געזעצן און געווארט, האב איך ממש געפילט א שטארקן 'התעוררות' צו מאכן א ברכה 'שלא עשני סקווערע חסיד'. (שפעטער האט מיר איינער געזאגט אז לכאורה איז דאס די כוונה פון 'שלא עשני עבד', ווייל א עבד מאכט דאך אויך די זעלבע ברכה, מוז זיין אז ס'מיינט דער ענין פון א עבד וואס פונקטליך דאס איז סקווערע חסיד, נעבעך)י



זיצנדיג דארט אינעם ביהמ"ד וואס איז מיוחד צו לערנען (זייט מוחל, כ'געדענק נישט די נאמען, אפשר רופט מען עס היכל התורה?), האב איך זיך געפילט זייער נישט אין פלאץ, זייענדיג דארט כמעט דער איינציגסטער צו לערנען גמרא (אויסער נאך עפעס אן אנדערער גאסט). ס'איז א געוואלדיגע זאך צו זאגן תהלים, אבער ווען איך וויל זאגן תהלים פארן דאווענען, שטיי איך צוליב דעם אויף אביסל פריער, כ'זאל נישט דארפן דאווענען שפעט צוליב דעם און ס'זאל נישט זיין יצא שכרו בהפסדו



עפעס וואס כ'האב צוגעזען וואס האט יא ארויסגעברענגט א שמייכל אויף מיין געזיכט, איז געווען ביים גיין זאגן נאכן דאווענען גוט שבת און לחיים פארן רבי'ן. ס'האט זיך געטון א געשטופעניש און א געדרענג, אזש כ'האב שיעור נישט אויסגעשריגן "ס'דא גענוג פאר יעדעם!". מיין שמייכל האט זיך נאכמער אויסגעברייטערט ווען כ'האב געהערט א קליין קינד שרייען צו זיין טאטע "אוי וויי טאטי אוי איך ווער אינגאנצן צודריקט", און דער טאטע ענטפערט "זייער גוט זייער גוט". כ'שטעל מיך פאר אז דער טאטע האט אזוי געזאגט ווייל מ'האט צו אים גע'דרשנ'ט אז ס'איז א גרויסע ענין זיך צו שטופן ארום א צדיק. כ'דערמאן זיך טאקע פון א מעשה, וואס א טאטע האט גענומען זיין פיצל ניי געבוירן קינד און גע'טובל'ט ש"י טבילות אין אן אייז קאלטע מקוה, ווייל ס'איז גאר א גרויסע ענין זיך צו טובל'ען מיט מסירות נפש אין א קאלטע מקוה



נאך מנחה ביי שלש סעודות ווען כ'האב געהאלטן אינמיטן משלים זיין מיין סדר אין תהלים און געוואלט זאגן פרקי אבות, האט זיך ווידעראמאל אראפגעלאזט א חשכות אין שול, צו מיין גרויס ווייטאג. כ'האב אנגעהויבן אריינטראכטן, צוליב וואס טוט מען כסדר מאכן אזא געפערליכן ביטול תורה? אמת, ס'טאקע דא נאך פלעצער וואס מ'טוט אזוי, אבער אז יענער טוט אויך עבירות איז עס נישט קיין תירוץ. און נאכמער, און גאנצן שטעטל איז נישטא קיין אנדערע ביהמ"ד, איינער וואס וויל לערנען האט נישט ווי זיך צו קערן. קיין שום אנדערע פלאץ קען זיך צו דעם נישט צושטעלן



בכלל פארשטיי איך נישט. אויב איז דאס אמת אז די איינוואוינער אין שטעטל האבן אזוי הנאה און זענען אזוי דערהויבן דורכאויס א שבת, פארוואס פעלט אויס אלעס צו פארטונקלען און אזוי אריינצווינגען יעדעם צום טיש בע"כ? אויך פארשטיי איך נישט, פארוואס דאווענט די מנין מעריב ביים זמן מוצאי שבת אונטן פארשטופט אינמיטן א קארידאר אויפן אומבאקוועמסטן אופן וואס איז נאר שייך, פארוואס קען דאס נישט זיין אין איינס פון די פילע ביהמ"ד שטיבלעך? צו האט מען דען מורא אז דער עולם וועט ארויסלויפן דאווענען ביים זמן אינמיטן טיש? זיי זענען אבער אלע אזוי צופרידן און דערווארעמען זיך ביים טיש מיט אזא הנאה???א


אשר על כן וויל איך קלאר מאכן, אז יעדער וואס האט נאר אמאל געפילט די טעם פון די דאזיגע שטעטל, פארשטייט הונדערט פראצענט די וועלכע דאווענען אינדרויסן פון שטעטל מיט אן אנדערע מנין, מיר פילן מיט זייער צער און מיר האפן צום אייבערשטן, אלקים יבקש את הנרדף, וכל שמחלל את השם בסתר נפרעין ממנו בגלוי, ס'זאל שוין זיין ומלאה הארץ דעה את השם מיט די ריכטיגע און קלארע אמונה בב"א

11 comments:

  1. ס סק סקוו סקווי סקוויר סקווירא5/30/2013 10:36 AM

    הדא הוא דכתיב: בחצר הקודש...
    אקס

    ReplyDelete
  2. עס דערקענט זיך אז די ביסט געגאנגען בדעה לקנטר ווייל די כתר פון רבין האט דיך זיכער איבערגענימען און די מאכסטוך בכלל נישט וויסענדיג אפי' נישט לרע

    ReplyDelete
    Replies
    1. אהרן מנחם מענדל שונא של איציק5/30/2013 2:59 PM

      אז איינער וויינט יעדער וואך ביים זעלבע פלאץ, ווייסט ער למפרע אט קומט באלד וויינעדיגע שטיקל, אין דער גאנצע בכי' איז נישט מער ווי א קינדער שפיל, וואס די צוהערער זענען שוין גוט צוגעוואוינט והרגל נעשה טבע, אין די מנהגים ספר עט שטיין "וכאן בוכים - כן מנהג סקווירא".

      Delete
    2. יעקב יוסף בן השלישי5/30/2013 4:21 PM

      פון וועליכע איציק ביסטו א שונה? אפשר ענפערסטו דעם חידה

      Delete
  3. ווער קען מיר פושט זיין מיין איבעיה, דאס ווייסען מיר רז עס וועט נאך זיין מערערע מנינים אין סקווירא שבת מיין שאלה איז ווילאנג וועט עס נעמען?, אין וועט עס זיין מיט גיטן אדער מיט בייזען? ווער האט א פראדיקשען? אדער קען איינער שרייבען באריכות זיין פאנטאזיא ווי אזוי עס וועט זיך אויסקאכען

    ReplyDelete
  4. מ'דערציילט פונ'ם רופשיצער זי"ע
    א איד א בעל עבירה וועלכע האט זיך זייער געשעמט זיך אהערצושטעלן ווי א בעל עבירה, איז געקומען צום הייליגן רופשיצער און זיך פארגעשטעלט אלס א שליח פון א חבר זיינער וועלכע איז באגאנגען עבירות און בעט בשליחותו א תשובה פון'ם רבי'ן

    רופט זיך אן דער רופשיצער: אינטערעסאנט, ער וואלט דאך געקענט קומען אליין און זאגן אז ער קומט פאר א צווייטן, ציוואס האט ער אייך געדארפט שיקן? ך

    לענינינו, פארקויף מיר נישט קיין מעשיות מיט קיין בריוו און אי-מעיל. דער זעלבער שרייבער וואס האט געשריבן ביז אהער שרייבט ווייטער אונטער א נייעם שלייער

    ReplyDelete
    Replies
    1. ס׳דאך נאר איין יחיד5/30/2013 7:28 PM

      נעבעך , ביזט א איינגערעטע סקווערע. פרעג עני גאסט וואס איז דארט געווען אויף שבת אן נגיעות וועט ער דיר אראפלעגן בערך די זעלבע פיקטשער. פארפאלן , פעיס ריעליטי. אה , כ׳אב פארגעסן ס׳איז דאך נאר דא צוויי מענטשן אויף דעים בלאג, אהרן יודל מיט סקווערע רבי , און ס׳קען דאך נישט זיין אז סקווערע רבי האט דאס געשריבן , מיז דאך זיין אז ס׳איז אהרן יודל, און היות ער האט דאך שוין געשריבן , איז עס יעצט ער ווייטער מיט א נייע שלייער.... א לומדות ... דאס איז אלטס על פי דרוש , על פי פשט זעט מען גלייך אויפן סגנון אז דאס איז נייע שרייבער וואס האט נאך נישט געשריבן דא (צי ער איז טאקע א גאסט אדער איינער וואס וואוינט עכט אין סקווער אין לייגט פשוט אראפ וויאזוי ס׳קוקט דארט אויס יעדע וואך , ווייס איך נישט, אבער צי דעים דארף מען נישט זיין צי א גרויסע מבין צו זען אז דאס איז א נייע סגנון ) י

      Delete
  5. פון וועלכע גוט שבת זאגען רעדט ער? מ'זאגט שוין נישט קיין גוט שבת פאר די לעצטע פאר יאר

    ReplyDelete
  6. באנאכט זאגט מען נאך, איך ווייס נישט ווי די וואוינסט

    ReplyDelete
  7. ווער זענען די פאליציי אין דעם אויבער דערמאנטן בילד

    ReplyDelete
    Replies
    1. ס סק סקוו סקווי סקוויר סקווירא6/04/2013 10:53 AM

      ווייסטו דען נישט? ס'איז פארהאן עטליכע משרתים וואס זייער גאנצע אויפגאבע איז צו ברענגען יעדער מאנטאג אין דאנערשטאג א קבוצה פון סיי וועלעכע מוסד צו "וועלן" אפאהר ווערטער פון רבי דוד טווערסקי משיכון סקווירא ספרינגוועלי נוי יארק. מיט עטליכע יאר ארום וועט מען קענען שרייבען אין דעם מעשה ביכל אז פון אלע עקן אמעריקא איז מען געקומען הערן זיין דברי חכמה, דער שפיל ארבעט גאר גוט, דער פראפאגאנגע איז גרויס, דער רבי קוועלט ווי א באנדל. אין זיין רעדע חזר'ט ער איבער נאכאמאהל איבער די זעלבע פאהר ספרים ווי דער בת עין מיט אפאהר ווערטער פון דער חיד"א, מער פון דעם קענן ער דאך נישט, אבער דער צוהערער פון ווער ווייסט וועלעכע סעמינאר ווערט נתפעל אין גייט ממש אויס פון דער רבי'ס שטארקע גאונות בקיאות וחריפות גם יחד.

      Delete