אדיקטיוו פונקט ווי דראגס


כ'האב געהערט וועגען א סטאדי וואס איז געקומען צי די מסקנא אז פירען און קאנטרעלירען מענטשען אינטער זיך מיט א שטארקע פאווער איז אדיקטיוו פונקט ווי דראגס, קאקעין,
וואס דאס מיינט איז, אז איינער וואס האט א מאכט וועט טוהן אלעס אין די וועלט עס אהן צי האלטען אין ער וועט נישט קענען זעהן אדער פארשטיין עפעס וואס איז א סתירה דערצי,
יעצט בנוגע סקווער איז אזוי, סקווירא רבי זיצט שוין 44 יאר על כסא מלכותו, ער האלט זיך ממש ווי א קעניג, ס'איז כמעט נישטא א חסידות אין די וועלט וואס זיי זענען אזוי אינטערטעניגט צי זייער רבי אזוי ווי סקווער, ס'ממש אז זיי ציטערען פין אים, אויך זענען זיי משוגע פארגלייבט אין אים  אסאך טיפער אין מער ווי אסאך אנדערע פלעצער,
 מען דארף נאר חאפען א בליק ווען זיינע חסידים גייען דורעך ביי לחיים אדער ביי גוט שבת זאגען ס'קוקט אויס ממש שרעקעדיג, ווען ס'האט זיך מיר געמאכט צי וויילען דארט פאר א שבת, אין כ'האב געזעהן די לחיים צערעמאניע, איז עס ממש געווען אומגלויבליך, וויזוי קען מען נעמען געהעריגע מענטשע אין זיי פארוואנדלען אין אזאלכע דערשראקענע באשעפענישען, אין דאס ווייזט אויף א טיפע מוח שווענקונג, אין וויזוי די גאנצע מיינדסעט גייט דארט צי,
אבער לאמיר גיין צישטייטעלעך, אזוי ווי ס'איז באקאנט איז סקווערע רבי געווארען רבי ביי די 28 יאר, אין אזוי ווי ס'איז באקאנט איז ער אלץ קינד/בחור/יונגערמאן נישט געווען עפעס ספעציעל, אין פליצלינג אלץ יונגערמאן פין 28 איז זיין טאטע אוועק, אין ער איז פין איין טאג אויפען צווייטען געווארען רבי,
יעצט ווען אזא איינער ווערט רבי איז דא א גרויסע פראבלעם, ווייל דער עולם האט נישט צי שטארק געהאלטען פין עים אין די הייסע האבען געוואלט אז ס'זאל ווייטער גיין איז עס געווען א פראבלעם,
אויך האבען געוואוינט אין סקווער א שיינע פאר פרעמדע יונגעלייט וואס זענען דארט געווען איידעמער אין זיי זענען אוודאי נישט געווען הייס פאר דעם יונגען רבי'ן, אין דא איז די מצב געווארען הייס, ר' ישעי' אונגער דער גבאי, האט אנגעהויבען ווערען ווילד, טאמער ס'געקומען א רב אדער א רבי וואס האט נישט געהאט גענוג דרך ארץ האט יענער געחאפט,  עכ"פ מען האט אנגעהויבען צי בויען די חסידות,
נאכדעם איז געקומען עטנישע ריינוגונג, די פרעמדע יונגעלייט זענען ארויסגעווארפען געווארען פין שטעטעל, קומען צים טיש איז געווארען א דאורייתא, אין אזוי ווייטער,
ציביסלעך איז אויסגעוואקסען א גאנצע קאמאניסטישע סיסטעם, ווער ס'האט מער גערעהט פין די גרויסקייט פין רבי'ן דער איז געוואקסען אויפען לייטער, טאמער איינער האט געקרימט מיט די נאז האט מען שוין געוויסט אז ער איז פין די יעניגע, די מלמדים אין חדר האבען מחנך געווען מיט די רבי אין די רבי אין די רבי, אין אזוי ווייטער, ביז ציביסלעך האבען זיי פארגעסען אז ס'דא א באשעפער אין געטראכט א גאנצע טאג פין די רבי אין די רבי אין די רבי,
יעצט ווען א רבי ווערט רבי אין זעצט זיך אויבען אן ביים טיש, אין די חסידים שטעלען זיך ארום אין קוקען אים אריין אין דעם פרצוף אריין, טראכט דער רבי אז מסתם זענען זיי משוגא געווארען, כ'מיין... וואס ווילען זיי פין מיר,
אבער ווען ס'גייט אריבער א שטיק צייט, אין דער רבי געוואוינט זיך צי, הייבט ער אן צי טראכטען אז די וועלט איז דאך נישט משוגא, סאו מסתם בין איך טאקע עפעס, אין מיט די צייט הייבט ער אן צי האלטען אז ער איז נישט נאר "עפעס" נאר אביסעל מער ווי עפעס, אין אזוי גייט עס ביז מען האלט זיך פאר א קדוש עליון, אין ווער ס'גלייבט נישט איז ממש א אפיקורוס,
אין דא מיז מען צילייגען א וויכטיגע פוינט, ווען אייננער האט אסאך מענטשען וואס זענען פארגלייבט אין אים אוטומאטיש באקומט עפעס א רחניות'דיגע כוח, דאס האט גארנישט מיט יודישקייט נאר אזוי ארבעט די טבע, דאס איז די וועג וויזוי א קולט ארבעט אז די לידער פין די קולט ארבעט מיט זיינע טאקטיקען אז זיינע קרבנות זאלען זיין פארגלייבט אין אים, אין אזוי באקומט ער ענערזשי פין זיי, (ס'איז ביי גוים אויך אזוי, אין ס'דא גוים וואס באקומען כוחות פין דעם למשל ביי די אראבער איז עס מער איינגעפירט איןסאך שטערקער ווי ביי די אידן) אין ווען ס'איז אסאך מענטשען איז עס א שטארקע כוח,
יעצט סתם א רבי ווייס דאך נישט פין דעם סוד, אין ווען ער זעהט אז ער האט עפעס א כוח רעדט ער זיך איין אז ער איז טאקע עפעס אין איין מאל עפעס א מופת געלונגט אדער אפילו מען קען זיך נאר איינרעדען אז ס'געלונגען, ווערען די חסידים דאפעלט פארגלייבט אין אזוי גייט עס ווייטער אין ווייטער,
יעצט לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז אין סקווער די מעשה, אז סובקונטשעסלי אדער אפשער אפילו קאנטשעסלי ווייסט סקווערע רבי אז אלעס וואס ער האט קומט פין די מענטשען וואס גלייבען אין אים אין פארדעם טוט ער אלעמאל שטיצען די עקסטרעמיסטען, אין ער ווייזט זיי אז ער איז ציפרידען פין די אלע פראפעגאנדע וואס זיי ריפען אמונת צדיקים, אין פארדעם גייט עס ווייטער אין ווייטער, אין די ליבעראלע ווערען דארווייטערט אלץ קאלטע חסידים,
אין ווי מער מאכטפול ער ווערט אלץ מער עדיקטעד ווערט ער דערצי, אין אלץ מער האט ער א נגיעה אז ס'זאל ווייטער אנגיין אין ווערען מער (פארשטייט זיך אז ס'קען זיין אז ער רעדט זיך איין אז ס'איז לשם שמים) אין קיינער קען אים גארנישט זאגען, ווייל אזוי ארבעט עס ביי א דיקטאטאר, זיינע ארומיגע זאגען אים נאר וואס ער וויל הערען, אין ער ווייסט נישט אין וויל נישט וויסען די אמת, ווען איינער זאגט אים א זאך וואס ער וויל נישט ס'זאל זיין אמת (געהערט פין מקור ראשון) הייבט ער אן צי האקען אין טיש אז ס'נישט אמת, אין ס'ווערט אויס אמת,
מען דארף פארשטיין אז מען רעדט דא פין א מענטש וואס איז נאך קיינמאל נישט ארויס פין זיינע ד' אמות, חוץ ווען ער איז געווען אין וויזשניץ פאר בערך צוויי חדשים נאך זיין חתונה, האט ער נאך קיינמאל נישט עקספיריענסט די עכטע וועלט, ער האט נאך קיינמאל נישט געלעבט צווישען עכטע מענטשען, ער ווייסט ניט אמאל וואס דאס מיינט, ווי ער פארט פארט זיינע ד' אמות מיט, אין ממילא ער לעבט אין א וועלט וואס איז נישט ריאליטי, אין טאמער הייבט איינער אן צי רעדעען פין ריאליטי רעגט ער זיך אויף,
יעצט ווען די גאנצע הנהגה וואלט נישט געשאדט פאר קיינעם, דאן חאטשיג ס'איז א פארדרייטע דרך אבער מיילא, אבער די מציאות איז אז ס'שאדט זייער שטארק, די גלייבן סיסטעם פין סקווער איז זייער דעסטראקטיוו, אין מענשען קענען נישט געהעריג אזוי לעבען, אין פארדעם איז זייער א גרויסע חלק פין שטעטל נישט ציפרידען פין דעם אין זיי עסען זיך פין אינווייניג,
 א חלק דערוואגען זיך צי טראכטען אז די גאנצע זאך איז שקר, אבער א גרעסערע חלק קען נישט אזוי טראכטען ווייל ס'שווער אויסצירייסען א חינוך פין יארען, אין ממילא גייען זיי אין א ראהליקאסטער פין קאנפליקטיגע מחשבות, איין טאג האבען זיי "נסיונות אין אמונת צדיקים" אין די צווייטע טאג זענען זיי זיך מחזק אין אמונת צדיקים, וועגען דעם זענען א סאך ביזי אסאך צי פאר ציילען מופתים פין  רבי ווייל מיט דעם קענען זיי צייטווייליג דערשטיקען די שווערע געפילען וואס זיי האבען אין הארץ,
ס'נישטא נאך א פלאץ אויף דער וועלט וואס פרובירט צי קאנטראלירען אזוי שטארק זייער איינוואוינער, זיי טארען נישט שיקען זייערע קינדער נאר אין זייערע מוסדות, אפילו אין ישיבה קטנה אין ישיבה גדולה איז עס נישט ערלויבט, נאר אמאל אז ס'וויכטיג קען מען אמאל פועל'ן מיט גרויס פראטעקציע, אין פארוואזשע זאל מען דען שיקען? איינער זאגט מיר א סקווערע רבי האט "אליינס געזאגט" אז פין ארץ ישראל ווייסט ער נישט אבער אין אמעריקע איז זיין ישיבה די בעסטע ישיבה,
 אין אז מען רעדט שוין פין וואס ער האט אליינס געזאגט, האט מיר איינער א באגלייבטער מענטש געזאגט אמאל, אז סקווערער רבי האט געזאגט  אז וויפעל א ילוד אשה קען זיך אויסארבעטען די מדות האט ער זיך שוין אויסגעארבעט,
עכ"פ נאך א מנהג האט ער אז ווען ער קומט ארויס צווישען עולם ביי א טיש אד"ג ציהט ער ארויף א ברוגז פנים, דאס טוט ער כדי ס'זאל הערשען א שרעק, פין צייט צי צייט שיסט ער שארפע בליקען אויף דעם אין יענעם, אין די חסידים ציטערען אין טראכטען וואס האט ער שוין געזעהן אויף זיי אז ער קוקט זיי אהן אזוי שטרענג, כ'דענק נישט נאך א פלאץ ווי מען זעהט אז די חסידים שטייען ביים טיש אזוי ווי דערשראקענע שעפסען מיט ארויסגשטארצטע אויגען, ווען כ'האב עס געזעהן האב איך עס נישט סובל געווען, כ'האב נישט פארשטאנען וואס ער וויל פין זיי, פארוואס דערשרעקט ער זיי, וואס האבען זיי אים געטוהן אז ער זאל אזוי טרעטען אויף זיי,
נאכדעם קומט די שטיוועל סומאטוכע, ביי זיין טאטען איז דער עולם נישט געגאנגען מיט קיין שטיוועל אבער ער האט איינגעפירט אז יעדער זאל אנטוהן שטיוועל אין ער שטעלט זיך דערויף אין צווינגט וועם ער קען, איינער וואס האט נישט ליב געהאט די שטיוועל אין עס אויסגעטוהן פרעגט ער אים וואס ס'גייט פאר מיט די שטיוועל האט יענער עפעס גענפערט אז די פיס ס'שווער, האט ער זיך אנגעריפען נע ס'נישט די פיס ס'איז די קאפ, עכ"פ יענער האט געמיזט צירוק אנטוהן,
יעצט ס'דא אזא זאך ווי א חסידישע לבוש אבער ווען איינער ערפינדעט א נייע לבוש אין נאך דערצי א לבוש וואס ס'איז שווער צי גיין דערמיט, ווי האט ער א רעכט צי צווינגען יענעם צי גיין דערמיט, אין מאכען יענעם פילען גילטי, ס'געווען אמאל א שידוך וואס זיין זוהן איז געווען שדכן, פאר א בחור וואס זיין טאטע גייט מיט א קורצע רעקעל, אין נאך די שידוך איז געווארען האט ער געלייגט פרעשור אז דער בחור זאל אנטוהן שטיוועל, יענעם'ס מאמע האט פארשטייט זיך נישט געוואלט (יענעם'ס מאמע האט בכלל נישט געוואלט שיקען אויף סקווער נאר נאך פרעשור פין אים האט זי אהין געשיקט) האט ער געזאגט אז אזוי ווי זיי האבען א איידעם וואס גייט מיט ווייסע זאקען, איז שטיוועל אויך גוט,(כאילו ס'איז די זעלבע זאך), עכ"פ דער בחור האט צים סוף אנגעטוהן,
עכ"פ צירוק צים ענין אז די גרעסטע פראבלעם איז אז זיין הנהגה ציברעכט זיינע מענטשען, אין זיי זענען נישט גענוג שטארק צי רעוואלטירען, ער האט מצליח געווען רוב פין זיי צי פארוואנדלען אין א סטאדע פין דערשראקענע שעפסאלעך, אין זיי עסען זיך פין אינווייניג אנשטאט צי רעוואלטירען, נאך אלעם נאך אזא חינוך אין אזא רוח וואס ער מאכט גלייבען, זיי אין אים אין זיי ציטערען פין זיין הקפדה, אין אזוי גייט אריבער א יאר נאך א יאר אין ס'נישטא ווער ס'זאל אויפקלערען פאר סקווערע רבי אז ער האט געמאכט דאס שטעטעל פאר א גיהנום,
ווען ער האט געהאט די שווערע צייטען פין די קארט קעיסעס, פאר א פיפצען יאר צירוק צי אביסעל ווייניגער זענען זיי געווען ביזי צי פראפעגאנדירען אז דאס אלעס קומט ווייל סקווירא איז אזוי הייליג אין די סיטרא אחרא וויל עס אינטער ברענגען, ווען סקווירא רבי זאל פארשטיין אז דער באשעפער האט אים געגעבען א ווינק אז ער זאל זיך חאפען אין וואס פאר א שקר ער לעבט וואלט אפשער בעסער געווען, אנשטאט האט ער געזאגט אז קיינער גייט נישט זיצען, אין שוין האבען זיי אלע נעבעך געמיזט "שטיין" אין תפיסה.
ס'נאך אסאך צי שרייבען אבער פאר יעצט וועט דאס זיין גענוג

39 comments:

  1. David Twersky is god! and if you don't like it you could move out of Skver

    ReplyDelete
    Replies
    1. But god is everywhere! !!

      Delete
  2. u know to much,u sure ur only a guest?

    ReplyDelete
  3. דא זעהסטי נאך מער די פחד וואס די סקווערע לייגען ארויף, אויף זייערע אנוואוינער, אז א מענטש וואס האט ב''ה שוין איינגעזעהן, וואס א שטיק שקר די גאצע פלאץ איז, האט נאך נעבעך מורה צוזאגען, אז ער קומט פון דארט

    ReplyDelete
  4. אין סקווירא זאלעט מען (תזריע יג, ג), אין סקווירא שלאגט מען כפרות ערב יום כיפור (קדושים כד, ל), אין סקווירא עסט מען נישט פאר הקפות (תצא ו, ט), אין סקווירא זאגט מען סליחות נאך חצות (דברים ל, יח), לא יהיה לך אלהים אחרים - מען זאהל נישט פאהרען צו אנדערע רבי'ס, לא תשא שם ד' אלקיך לשוא - זאלסט נישט ענטפערן קדיש אינמיטען תהלים זאגען, זכור את יום השבת לקדשו - מען זאל געדענקען צו זאגען תהלים יעדע שבת, כבד את אביך ואת אמך - דורכען גיין עסן רבינ'ס סדר יעדע פסח

    אבער טשעפען אידען, וויי טון אידען, ואהבת לרעך כמוך - איז געמאכט געווארען פאר ליטווישע אידען און שומר שבת אידען

    ReplyDelete
    Replies
    1. נאכעגעקוקט די מראי מקומות עפעס שטימט נישט כד איז נישט אין קדושים , און ו איז נישט אין תצא וכו' ביטע מסביר זיין קלארער פארן עולם וואס דאס מיינט

      Delete
    2. קון נאך אין מאור עינים

      Delete
    3. שֵׁשֶׁת יָמִים תֵּעָשֶׂה מְלָאכָה וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי יִהְיֶה לָכֶם קֹדֶשׁ שַׁבַּת שַׁבָּתוֹן לַ כָּל הָעֹשֶׂה בוֹ מְלָאכָה יוּמָת: שמות לה:ב
      2. Six days shall work be done, but on the seventh day there shall be to you a holy day, a sabbath of rest to the Lord; whoever does work in it shall be put to death

      Delete
  5. *קוק נאך אין מאור ענים

    ReplyDelete
  6. לכבוד מיין טייערע פריינד וואס ווילען וויסען דער אמת לאמיתו ווער איז סקווערא רבי ווער איז סקווערא רבי זצ"ל ווער איז ישעי אונגאר ווער איז משה בטלן ווער איז אנשיל וואלדארסקי און ווער איז חיים בערגער אדער מרדכי שווארץ אדער אפי' סערדהעלע רב און ווער איז שלום בער פישעל אדער שלום רייציינשטיין אדער דער יונגער דירנפעלד וואס שיסט שטריימלעך די פלאץ צו וויסען די אלע אויבענדערמאנטע נעמען איז נישט די טרפהנע אינטערנט וואס איז מוקצה מחמת מיאוס און אוודאי איז נישטא די ארט צו פארשרייבען סקווערא היסטאריע אבער אזוי ווי מענטשען ובכללם איך האב מורה צו רעדען אין די גאס אדער אין בית המדרש ווייל אחת דתו לה... איז נישטא קיין אנדערע עצה צו נעמען נאר די טריפהנע אינטערנעט און דאס אויסניצען לפי הצורך און די בעסטע ראי' דערצו יעדער ווייסט אז אין סקווירא איז דא די גרעסטע מלחמה קעגען אינטערנעט אבער ביים רבין און שטוב איז ביז נישט צו לאנג צוריק געווען אינטערנעט אן קיין פראבלעם מיט א תירוץ אז ס'איז נאך אלט מאדיש ווייל באמת יעדער איינער פארשטייט אז דאס וואס דער רבי פאדערט פון די צבור איז נאר א נוסח וואס עס פאדערט זיך פאר די דזשאב און ס'איז נישט באמת למעשה, בכלל ווער וויינט נאך אזוי צוזאמען פאר לאוקמי שכינתא מעפרא ווי די רבי למשל יעדעס יאר ביי כל חמירא פארגיסט די רבי טייכען טרערען פאר חטאים וואס די גאנצע נעמט זיך נאר פון אזא ווערטיל אז ביים טאטען איז נישט געווען א חילוק פון כל נדרי ביז כל חמירא להסביר ווייל ביים טאטען איז כל נדרי געווען גארניט און כל חמירא נאכאמאל גארניט, אבער היינט וואס כל חמירא איז א פערפאמינס מ'קען מאכען דערפון א גאנצע מלכות זכרונות ושפרות מיט א שמיץ אריבער א שטיקעל שובבים תורה אויך ווייל מיר זענען און אלעם די ערשטע און די גרעסטע און די הייליגסט אלעס זענען מיר אבער אז הערשל ב' איז גבאי לפני ולפנים און די גאנצע ציבור ווייסט אז ער איז א קרקפתא דלא מנח תפילין און איך וויל נישט זאגן וואס נאך און דער האט זיך שוין דערוואגט צו זאגן אין אפיס צווישען די רמי"ם אין ישיבה אז מדאררף טוען אבער יעדער וויסט אז דאס וועט נישט גיין ביז ויבוא המן דער נחם רוזענבערג און ער האט דאס ליידער געמוזט מסדר זיין חס ושלום בין איך נישט מצדיק נחום ווייל ער איז אויכעט אזוי אבער על כל פנים אבער אונזער רבי וואס וויינטאזוי צוזאמען פאר גלות השכינה מיט חטאים ס'דא א לייכטערע עצה ווי זיך אזוי מבזה זיין טוען מיט אייער געטרייע משב"ק וואס מבאדארף כאטש נישט זיצען מער אויף טאטנעס שטיל ביז ס'מסודר על כל פנים ווי פרידוואלד? אתמהה

    ReplyDelete
    Replies
    1. אל תזכור לנו עוונות רשאונים

      Delete
    2. נישטא קיין אינטערנעט ביים רבין אין שטוב.

      Delete
  7. וועליכער ראש ישיבה זיצט דא ביים רבין און צימער ? ס'זעהט אויס ווי א וועלט'ס גאון ווייל די רבי איז זייער אויפגעלייגט!

    ReplyDelete
    Replies
    1. משה גבאי4/25/2013 5:56 PM

      ער איז די באוויסטע שרייבער און שריפטשטעלער יצחק פראנקפוטער וואס איז אויפגענומען פון די שקל הקודש געלט צו קלאר מאכען לעיני השמש אז די רבי מיט זיין שוואגער פון קרית יואל אדמור מסאטמאר זענען די גרעסטע שטערקסטע רבי'ס וואס זייער ציבור שטייט מיט א פחד ומורא לעיני גדולי ישראל נישט ווי אנדערע קליינע רבי'ס וואס ווערט נישט באשריבען בכלל

      Delete
    2. צו משה גבאי ענדליך זעהט מען אזא רעספקטירטע מענטש דא וואס לאזט איר נוצען אייער נאמען און אזא שונד בלעטעל היתכן?

      Delete
  8. טשאפלין4/26/2013 1:58 PM

    ס׳וואלט געוועהן א שיינע זאך אז כל זמן שפיצער איז אינעם יושב בסתר זאל דער רבי נעמען אויף זיך אפאר קבלות כדי מיטצופילן מיט זיין געוועזענעם הויז בחור. למשל, דער רבי קען זיך אונטערנעמען מער נישט צו פארן מיט א פאליס/וויכטיגמאכער עסקארט פון צענדליגע קארס מיט בליטשקעדיגע טשערי לייטס. יא מיר ווייסן ס׳וועט זיין שווער ווייל דער רבי גלייכט עס זייער אבער בלית ברירה זאל דאס די הייליגע רבי אהנעמען באהבה.

    נאך אן המצאה וואס דער רבי קען טוהן, ער זאל דאווענען אינדרויסן מיטן עולם. יא ס׳וועט זיין ביטער שווער צו מוזן טאקע דאווענען אנשטאט שפילן געים בוי, אבער מעריאו קארט קען ווארטן, יעצט איז אן עת לעשות. דער עולם וויל זעהן ווי ס׳באדערט כאטש דער רבי אביסל.

    נאך איין זאך, יא, דער רבי מעג גיין באזוכן שאולי׳ן מפעם לפעם. יא מיר ווייסן אז דער טאטע איז נישט געגאנגען באזוכן זיינע הויז בחורים אין תפיסה, דאך דארף דער רבי זעהן צו גיין. דער עולם איז גענוג פול מיט ספיקות אזוי אויך, און איצט וועט דער עולם שוין נישט שלינגען ווי לעצטע מאל ווען דער רבי האט קיינמאל נישט באזוכט די לעצטע גרופע ארעסטאנטן וואס זענען געזעצן אנשטאט דעם רבין

    ReplyDelete
    Replies
    1. מוחה על כבוד התורה4/27/2013 10:00 PM

      מעגסט רעדן מיט א שטיקל דרך ארץ אויף א רעספעקטירטע מנהיג פון א עדה יודן!

      Delete
    2. דער רבי איז שוין געווען באזוכן שפיצער פאראיאר זוממער

      Delete
  9. טשאפלין4/26/2013 2:02 PM

    סקווירא מגי"ש מחזק די בחורים נאכן פסק דין. 206-984-5678

    ReplyDelete
  10. טשאפלין4/26/2013 2:09 PM

    אינעם דרשה הערט מען ווי א מגיד שיעור אין די ישיבה "אביר יעקב" ד'שיכון סקווירא, ר' ש"ד ה. גיט צו פארשטיין פאר יונגע בחורים - אין סקווירא האט מען יונג חתונה,אזוי אז זיי קענען נישט זיין אלט מער ווי 17 יאר - פארוואס חיים אהרן ראטענבערג, א בן אברהם יצחק ויעקב אמווייניגסטען -איז א "טמא." נישט מער נישט ווייניגער. און היות ער איז א "טמא" און דער רבי שליט"א איז א "שטיק אלוקות," צדיק גוזר והקב"ה מקיים, און נישט פאלגען דעם רבי'ן איז ערגער ווי עובר זיין אויף איסורי דאורייתא. כאטש מ'קען נישט זאגען אז ער האט עס ערליך פארדינט, ווייל סקווירא איז דאך מיוסד אויף אהבת ישראל, סקווירא איז דאך אלעמאל געווען בבחי' הנעלבים ואינם עולבים, ניטאמאל וויזוי צו שלאגען ווייסן זיי, א שאף צווישן וועלף זענען זיי----- אבער דאך.... ווינק ווינק. דער וואס טשעפעט זיך מיט'ן רבי'ן איז דמו בנפשו, זאל ער נישט קומען מיט טענות שפעטער... און מיר ווייסן דאך דעם אמת, אז זיין אמת'ע כוונה איז נישט נאר צו דאווענען ערגעץ אנדערש ווייל ער קען נישט פארטראגען די לאנגע תפלות און טישן. ניין, דער "טמא" ווייל לוחם זיין קעגן די קדושה פון די הייליגע שטעטל שאין כדוגמתו אין די גאנצע כדור הארץ, נו איז קומט זיך אים... אוי לאוזניים שכך שומעות. וואלט איר געמיינט אז דער מגי"ש איז א קליינקעפלדיגער וועלכע ווייסט נישט פון דער וועלט צו זאגען, זאג איך אייך ניין! ער ווייסט צו זאגען פון די איימיש און זייערע מנהגים, און די מארמאנס און זייער לעבנסשטייגער, און אפילו צו זאגען פון א "טשיינעטאון." ער ווייסט אויך צו זאגען פונקט ווי די אלע שבטים וואלטען באהאנדעלט אזא פארשוין ווי חיים אהרן. וואזשע דען? פונקט ווי אין סקווירא! ניין, נאך ארגער! זיי וואלטען געמאכט אז ס'וואלט נישט געבליבען קיין זכר פון אים, ער וואלט נעלם געווארען. אבער מיר חסידי סקווירא זענען בעסער פאר זיי... איז דען א וואונדער אז שאול יחזקאל האט געטוהן אזעלכע זאכען? אבער ר' ה. גלייבט נישט אז שאולי האט עס געטוהן, יתברוו ויתלבנו הדברים, זאגט ער. באלד וועט זיך ארויסווייזן אז ער איז אינגאנצען אומשולדיג און אז די תפלות פון כלל ישראל זענען ח"ו נישט געווען אומזיסט. דאס אז מ'לעבט היינט אין אן אנדעקרע וועלט ווייסען זיי נאך נישט, אפשר זענען זיי טאקע אזוי "אפגעהיטען" ווי זיי ווייזן פאר די וועלט און מיינען אז מ'קען נאך רעדן בפומבי אזעלכע ווערטער. אנדערש וואלט א מענטש וואס באלאנגט צו די עם חכם ונבון נישט גערעדט אזעלכי רייד צו א גרופע בחורים וויסענדיג אז אין א רגע כמימרא איז עס פארשפרייט פאר די גאנצע וועלט. (כאטש אז די האטליין איז פנימי...) דאס הארץ וויינט פאר אחב"י

    ReplyDelete
  11. בס"ד
    צו די פארוואלטונג פון די בלאג! איך רעכן עס איז כדי צו עפנען א דעבאטע וואס איז די מיינוג פון דער עולם ווען די אלע אידען פון ביידע זייטען פון דער סכסוך וועלן ארויפקומען צום בית דין של מעלה ווי אזוי וועט אויסזעהן די אמת'ע משפט פון איין זייט וועט שטיין די רבי מיט די רבינ'ס קונדער די שטוב די גבאים די ראשי קהלה די שמשים אין רבינ'ס קאך די דרשנים הערצל גרין אדער די מכות וויין גיסער'ס וכו', פון די אנדערע זייט די אידען וואס דאוונען אין פרידוואלד די אידען וואס האלטן אז מ'מעג אדער אז מ'טאר נישט די עלטערין פון מתפללים טאטע'ס און שווערס וואס מאכן נעבאך מיט אזוי פיל פאר דעם גרויסען חטא פון זיערע קונדער פאר דארנישט, איך מיין אז ס'איז זייער כדי אין ספרי יראה געפינען מיר אייביג אזא זאך מ'זאל זיך אויס'משל'ן לעבדיג, ד"מ יעדער זאך צונעמען אין זעהן איז דאס עולה אדער א פרעכע שקר איינרעדניש וכדומה, וועלן מענטשן זיך כאפען אז אין עולם האמת קיקט מען נישט אין כל העולם כלו אדער אד"ג סאיז אמת משפט פאר עולה'ס באקומט מען עונש פאר מצות באקומט מען שכר פאר יסורים וצער באקומט מען זכותים בזיונות איז מזכך מ'קומט ארויף לויטער פאר פוסע זיין על עם קדוש ליידט מען אומזיסטע כבוד באקומט מען עונשים וכו' איך מיין אז ס'איז כדי דורך צו טוען די נושא

    ReplyDelete
    Replies
    1. יא וואס האלסטו עונש קומט אין בי"ד של מעלה פאר חיים אהרן ראטטענבערג מיט רעכט רופט מען אים אח"ר פאר מהרס זיין הנהגה אין שטעטיל זיין א בועט ברבו שלמדו תורה צוברעכן די גדרים וסייגים פון רבין ז"ל עס קומט אים גארנישט דערפאר? ער איז ריין נאר א נאיווע בחור וואס זיצט וועגען אים אין תפיסה ער וועט האבען גיהנם? מיינסט אין בי"ד של מעלה רעכנט מען זיך מיט אינטערנט שרייבער? הער אויף צו דעבטירען דא

      Delete
    2. לאז חיים אהרן אינדרויסן פון פיקטשער. ער האט פארגעסן פון אונז, לאמיר פארגעסן פון אים

      Delete
    3. יושע גבאי4/28/2013 2:20 PM

      קיין ספק נישט חא"ר א שטיל אין גן עדן אחר מאה ועשרים דער רבי וועט דאן נישט קענען מער זוצען ווייל ס'וועט שוין זיין מיט הילף פון בוכ"ע 10מנינים! ווי אזוי האט די רעביצין ט. געזאגט מיר ווינטשען זיי אריכת ימים זאלן זיי דאס דערלעבן אכיה"ר

      Delete
    4. ס'האט נישט צו טוהן צו חיים אהרן קומט יא צו נישט, ער קומט גראדע יא כסדר, אבער בכל אופן לשיטתכם, כל זמן שפיצער זיצט נעבעך אין תפיסה האט עס שוין איינמאל מיט איהם, איך ווייס דער אמת פאטשט אין פנים, האט מען ארויף געשמירט די גאנצע מעשה אויף אהרן יודל, און איהם געמאכט אלס שעיר לעזאזל... האסט פיין פארקירעוועט די נושא פון וואס די ארטיקל איז געבעיסט, להוי ידוע, ס'איז דא א באס פארנט פון זאל, וואס פארט צוריק צום נושא, כאפט אייך מיט, אייצעלנע זיצן פארבליבן

      Delete
    5. בית דין של מעלה4/29/2013 12:35 PM

      וואס טוט זיך דא? ענטפרט נאר דאס איינע, וויפיל יאר קומט כף הקלע פאר איינער וואס זיינע הענט זענען פארשמירט מיט מלבין זיין פני חבירו ברבים מיט הענגען שיך אין בית המדרש ווען יעדער מתפלל ווייסט וועם די שיך באלאנגט און וועם עס איז און פארוואס דאס איז מיין תורה זאגט מוטב שיפיל עצמו בכבשן האש ואל ילבין פני חבירו ברבים און א מנהיג וואס נאייווע אינגעלייט אדער אנגעהצטע בחורים וואס זענן שליחים פון א מנהיג וואס וויל דאס איז דער מנהיג קלאר א גרמא בנזיקון און דער מנהיג כל זמן ער שטעלט זיך נישט אויף אין ישיבה און שרייט מנהמת לבו אז איז עק וועלט איז הקולר תלו על צאוורו פרעג איך יעצט אחר מאה ועשרים ווען דער מנהיג קומט בבית דין של מעלה בלי גבאים ושמשים נאר כיום היוולדו אין בוקארעסט אדער יאס און מ'שטעלט אים אויף די פארהער ואוס האסטו געטון אז מזאל נישט מצער זיין אידען פאר דיין כבוד אדער דיינע תאווה'ס וואס וועט ער ענטפרין איך בין נישט שילדיג איצי האט געזאגט אהרן מענדי ער וועט אזוי קעקצען דאס איז געווען דעם טאטענ'ס רצון וועט מען רופען דעם טאטען בי"ד של מעלה וועט פרעגן די האסט געוואלט מ'זאל שלאגען אדער מבזה זיין אידען פאר דיר אדער דיינע בן יחיד? וועט די הייליגע רבי שרייען חס ושלום שלאגען א אידען? איך פאר כבוד? מ'ווייסט נישט אז איך בין נישט געפארן קיין קרוינהייטס וועגן מ'האט דאס מפרסם געווען אין א צייטונג פע כבוד וועט מען פרעגען דעם היינטיגען רבי'ן וועט זיין א פתח ואמר דאס איז געווען דעמאלטס היינט פעלט דאס דאך אויס ממוז דאך טאמער נישט ווי קען מען האבען השפעה אויף פייוו טאונס אדער קווינס? יא יא ממילא כבוד וועט מען שפעטער דן זיין אבער וואס טוט מען מיט טשעפנען א צווייטען איד די רבי ז"ל ווער געדנקט דען נישט די מעשה ערב פסח ווען מ'האט מיר בעווהלט מיט די מצות אין איך האב אויף אלץ מוותר געווען געכאפט אפאר מצות אין געלאפען א היים אביה נישט מאכען ח"ו מחלוקת נאכמער דער באוויסטער מוזעס א פרייער יוד האט מען ביי מיין טיש געזאגט פורים [אפאר אונגערישע יודען] רח"ל ימח ש... און איך האב "יא" מוחה געווען אזאנס אויף א צווייטע יוד? יא יא וועט די רבי שליט"א ענטפערין איך אויך האב נישט ביי די באוויסטע פראגרעמס קעיס געלאזט שעלטען גריבעץ כידוע וועגען דעם טאטען און איך האב געהאט ווייטע אויגען ביי די שפיצער פרשה איז ער געווען אונזער לויער וכבוד ד' הסתר דבר נו אויב אזוי וועט די דיינים פרעגען וואס איז דאן אנדערש מד"פ און חא"ר פארוואס זיי מעג מען יא שלאגען טערארזירען מבזה זיין דמם הפקר? וועט זיך אנהייבען א גאנצע טענהריי איך האב יא מוחה געווען כמה וכמה פעמים געזאגט אז מעשי אלימות איז נישט אונזער דרך, וועט בי"ד פרעגען אפשר האסט דאס געזאגט כמעט א וואך נאך וואס מ'האט פאברענט א מענטש ווואס איז עגווען ביז דאן יעדע פרייטאג צונאכטס ווען מ'האט געבראכען שויבען און נאך צענדליגע שטיקעס פוני קאלס ברבים ביחיד געהויבען הענט און פיס און וואס נישט און די האסט אלץ געוויסט ווייל די מיטינג זענען געווען ביי דיר און דאוונען שטוב יא אונז בי"ד קען מען נישט פאפען און ונוסף לכך די פאר ווערטער איז געווען א טובה צו טוען גדלי' וויינבערג ווייל ער גייט א קנייטש היט און זיי האסטו געהאט א חיבה יתירה כידוע, וחזר הדין לכאן ולכאן ביז ס'וועט ארויס קומען די פסק אזוי ווי אלע מחטיאי הרבים ומיצרן של ישראל והמשך יבוא

      Delete
    6. ווער איז דער שוטה פון בית דין של מעלה

      Delete
    7. נעבעך, ער האט זיך שוין מייאש געווען פון דער וועלט איז ער געווארן פארנומען מיט יענע וועלט
      מיר זענען זייער גליקליך און צופרידן אויף דער וועלט
      נו, וויאזוי האט דער רבי ז"ל געזאגט: עולם הזה, נאר אונזערע אידן

      Delete
    8. די האלטסט מ'וועט נאך זעהן פראגרעס מיט אים אויף דער וועלט מ'דארף נישט ווארטען ביז עולם האמת, משל מיר אויס ווי אזוי גייט דאס גשעהן מ'וועט מאכן א פוטש ווען ווער מיר זעהט עס אויס א לאזט קעיס די כתר'ס מיט די נשמת גייט אנגיין ביז צום סוף און מיר וועלן אלע פלאצעןןןןןן

      Delete
    9. עס איז שוין העכסט צייט מיר זאלן זיך צוזאם נעמען אין מאכען נאך א מנין "אין" שטעטל, אלעס האט א שיעור וויפיל קענען מיר ליידן

      Delete
    10. משתוקק5/01/2013 4:02 PM

      כה לחי

      Delete
  12. אסימפעל איך פרשטיי דיך הינדרעט פערסענט, די ביסט אסאך באקוועמער ווען מרעדט בכלל נישט פון חיים אהרן

    ReplyDelete
  13. איך וויל בעטן מיינע גוטע פריינד זאלן פליז אויפהערן זיך צו שרייבן דא. ווי זאגט מען, אז מ'שפילט מיט בלאטע ווערט מען שמוציג.
    איר וועט סייווי נישט טוישן די מינים ואפיקורסים וועמענס ציל איז פון אנפאנג אן אונטערצוברענגען יעדע סארט אידישע הנהגה. מיט סיי וועלכע אויסריידן, אנגעהויבן פון נשתכחה, און אויב ס'גייט נישט מיט א רוהיגן טאון, מאכט מען ליצנות.
    ס'איז א שאד יעדע מינוט, זעצט אייך צום גמרא מיט געשמאק, ובזכות זה וועט דער אייבערשטער איבערדרייען די דעות עקומות לטוב

    ReplyDelete
  14. מיין טייערע חבר און גיטע פריינד, איך וואלט זייער געוואלט דאס טוהן, וואס טו איך אבער, אז איך האב נישט קיין געשמאק אין א גמ' עס איז נישט וואס מען האט אין מיר אריין געבאקען, עס איז מיר מער צום הארצען א געשמאק צו א טיש, דאס האט מען מיר מחנך געווען צו און אריין געגעסען, איז האסט עפעס א עצה פאר מיר, אפשר זאל מען אהן הייבען פירען טיש און מיטען וואך.
    און נאך אזאך איז מיר א פראבלעם, אפשר קענסטו מיך העלפען דערמיט, אז דאס אז נשתכח תורת הבעש"ט, האט געזאגט די סאטמערע רבי זי"ע, עס איז מיר זייער שווער צו זאגען און טראכטען אויף איהם אז ער איז געווען אן אפיקורס, עס איז נישט געווען אינזער דרך, צו רעדען אויף צדיקים. און וואס ענטפער איך פאר א חבר, וואס האט מיר לעצטענ'ס געזאגט אז דא ביי אינז אין שטעטל איז די גרעסטע באווייז אז נשתכחה תורת אור שבעת הימים הבעש"ט זי"ע ועל כל ישראל, ווייל דא טוט מען נישט קיין איין זאך וואס צוליב דעם האט די הייליגע בעש"ט מייסד געווען דרך החסידות, עס שטערט מיך זייער, וואס קען איך איהם ענטפערען, טאמער ענטפער איך איהם נישט, איז עס א בחינה פון שתיקה כהודאה, מילא וואס ענטפער איך איהם.
    און ווען איך מוסר איהם אויס אז דאס איז ליצנות, ענטפערט ער מיר, מיט א דריי מיט די פינגער, אז ליצנותא דעבודה זרה איז מותר, ווי גיב איך מיך מיט איהם אן עצה. און נאך שרייט ער מיר, אז מיר האבען אויך גיטע נארישע לצים, עס איז אפי' ארויס געקומען א באק לעצטענ'ס פון איינער פון די סקווירא לצים, און ער איז על אווער די פלעיס, זאגט'ס מיר טייער חברים וואס טוט מען דא.

    ReplyDelete
    Replies
    1. נעבעך..............
      דער אנדערער אפציע איז צו זען א ספעציאליסט

      Delete
  15. אוי וויי די ביסט שוין אויך פארסאמט, געוואלד עס פאלן שטיקער

    ReplyDelete