וואס וואלט די רבי באמת געוואלט

 וואס וואלט דער רבי, באמת געוואלט מען זאל טוהן

א גרויסען שכוח פארן ארויסגעבען דעם בריוו, ווייל דער גאנצער וועלט, מיטשעט זיך זייער שטארק, ענק צי פארשטיין.ז
 
 
 אבער אפשר קענט איר אויב עס איז מעגליך, אביסעלע מער ארויסברענגען, וואס וואלט דער רבי, באמת געוואלט מען זאל טוהן??? פאר די אלע וואס האבען איהם נישט געפאלגט, אין זיי זענען יא ארויסגעגאנגען פון שטעטל צו דעם נערסינג האום, דאווענען מיט א מנין, נאך דעם וואס ער האט צוזאמען גערופן, די ראשי הקהילה, אין דער גאנצער בי"ד, און קלאר ארויס געזאגט, אז די טאטע ז"ל ,וויל דאס נישט בשום פנים ואופן, און ער האט נישט מער פארוואס צו זיצען אויפן בענקל, אויב די מנין האלט נאך אהן, און נאך דעם פארשטייט זיך, אזויווי עטס שרייבטס , האבן די ראשי הקהילה, און די דיינים, מיט די הילף פון די ראשי החברות, אין משגיחי הישיבה, געטרייט מיט אלעם בייזען, ווי למשל
 צישאסען פענסטערס  אין  רעדער פון אפאר קארן
 ציגענומען וועש אין מקוה
 אין נאכדעם אויף געהאנגען די שיך אין מיטען ביהמ"ד
 געגנבעט לייסענס פלעטס
 אריין געלייגט אינטערהער אפאראטען אין פריוואטע הייזער
 פאטעטאס אין קאר מאפלערס
 אויסגעהאקט אינמיטען די נאכט פענסטערס פון שלאף צימערן פון פרויען אין קינדער
 געקומען צי איינעם אינמיטען די נאכט מיט גענגסטער געצייג פארשטעלט מיט מאסקעס
 ציגענימען טלית און תפילין אין אריינגעשאסען אין א דאמסטער
 אויסגערופען אין חדר אז אלע קינדער זאלן הערן, אז די, און די, יונגלעך זענען ארויסגעוורפען פונעם ת"ת
 ארויסגעשיקט מיידלעך פון שולע
 גרויסע מיידלעך האבען געטראפן זייערע דעסקס און ביכער פון שולע, ביי זייער פראנט טיהר אינדערהיים
 געשריגען שייגעץ ארויס פאר בחורים אין ישיבה
 געאסרט אריין ציקומען אין אלע זייערע בנינים
 אפיציעלע פראטעסטן ביי די הייזער
 געלאזט רופען מוסדות התורה אין מאנסי נישט אריינעמען זייערע קינדער
 ...און נאך און נאך און נאך
 און אויך האט מען געטרייט מיט גוטען, ווי למשל,ז
 די ראשי הקהילה האבען געלאזט רופען און גערעדט זייער שיין צו זיי, אז אדער הערסטו אויף צוגיין דארטען דאווענען, ווייל אויב נישט איז דא אנדערע שריטען וואס אונז וועלן מוזען נעמען,ש
 אויך האבען זיי זייער שיין מסביר געוועהן, אז געב אונז דיין הויז, אונז וועלן דיר באצאלען אפאר פעניס, ווייל אין א שטיק צייט ארים, וועט עס דאס, אויך נישט ווערד זיין, און אויב איינער וויל דיך געבען פול פרייז פאר די הויז, וועלן אונז במילא דאס נישט צולאזען, אונז האבען שוין אונזערע וועגן.ש
 און נאך די אלע זאכען איז מען נאך אלץ געגאנגען דארטן דאווענען
 אבער למעשה, וויל דאך די רבי נישט אז די פאהר היציגע, און די אלע וואס ארבעטן, און שלאפן אין רבין"ס הויז זאלען טוהן, און פארברענען מיט געז און טארטש, א הויז בכונה אינמיטען די נאכט, ווען עס שלאפען דארטען א גאנצע משפחה, אנשים נשים וטף, (לאמיר זיך נישט נארען עטס ווייסט גאנטז גוט, אז עס וואלט געקענט געשעהן א נס, אז איינער אדער אפי' יעדער, זאל ארויס לויפען פון הויז אימיטען נאכט, און זיך ראטעווען און בלייבען לעבן, נאך דערצו ווען די גאנצע פארברענן איז נאר געוועהן א ל"ג בעומר הדלקה שפיצל, און עס איז בכלל זייער שווער צוזאגען אז עס איז געווען ממש אן עולה, ווייל איך מיין, אז למעשה האט ער געהאט א סעלפאן, רעדי צו ריפען ערשטע הילף, ווען די הויז פלאקערט שוין.)ז 
 און למעשה וויל ער דאך אויך נישט, אז איינער וואס ארבעט אין רבין"ס קאך, זאל פארברענען א קאר, (גראדע איז עס מסתמא געווען א פריוואטע פייט, ווייל פאר מען האט נאך געוויסט אויף זיכער, ווער עס איז געווען, האט שוין סקווער ארויס געלייקט אן אפיציעלע צעטיל אז עס האט גארנישט מיט זיי. און איך מיין ווער עס גלייבט זיי נישט, זיכט סתם אונטערצוברענגען סקווער)ז
 און דער רבי וויל זיכער אויך נישט, אז דער וואס בראהט פאר איהם די טשיקען לעבער, זאלען אטאקירען אידען ,אין אראפ פאנטשען שטריימלעך, אין מיטען וועג אהיים פון דאווענען,פ
 און איך גלייב נישט אז די רבי וויל, אז זיינע געטרייע מענטשען זאלען זיך אריינברעכען אין הייזער, פון אידען וואס וואוינען שוין אין מאנסי, אין גיסען פונעם רבינס דצ"ך עד"ש באח"ב וויין,ז
 און אז עס איז דא פון דעם רבינס אייגענע משפחה, וואס רודפן און טערארזירן אידען, וואס רעדען נאר מיט די חברה וואס זענען דארט געגאנגען דאווענען, וויל ער זיכער נישט,ש
 און פונקט דאס, אז זיין געטרייע דיין וו"ג איז מגלה פנים שלא כהלכה, און זאגט אויף איינעם, אז ער איז פסול לעדות, נאר ווייל ער וויל געווינען מער פאוינטס ווי דיין יי"א, וויל יא די רבי??? עה עס קען נישט זיין!א
דעריבער ווילען מיר ביטע, עטס זאלטס אונז פראבירען צו פארשטיין געבען, וואס וואלט דער רבי עכט געוואלט, און וואס וויל ער, מען זאל טוהן אז מזאל זיך קענען אן עצה געבן, אהן די אלע זאכען וואס די רבי וויל באמת נישט, ער זעהט דען נישט איין? אז ווען נישט מען מאכט די אלע טעראריסטישער געפיראכטצער, וואס בטבע האלט ער עס נישט אויס, (ער זאגט נאר גארנישט, און ער איז נישט מוחה אויף גארנישט, ווייל ער דארף זיך נישט אראפ לאזען צי א יעדע קלייניקייט, עס איז דאך נישט אזוי געפערליך ווי צוגיין דאווענען און פרידוואלד,ווי נישט ווי איז עס נישט הנהגה זאכען,אבער בעצם קען ער עס נישט פארנעמען) וואלטען געוועהן אסאך מער אידען, וואס פאלגען איהם נישט.ג
ווען דעם רבינס געטרייע מענטשען, וואלטען נאר געטוהן דעם רבינ"ס רצון, וואס וואלטען זיי געטוהן? ת

94 comments:

  1. איך האב געהרעט אז אלע קנאקערס פון סקווער רעגען זיך פארוואס סקווער האט זיך וויטער באנארישט מיט דעם בריוו אבער די רבי האלט זיך פעסט אז עס האט זיך געלוינט ווייל אויב א סקווערע משולח ווייזט פאראיינעם דער בריוו וועט ער זיך בארוהגען

    ReplyDelete
  2. ווען קימט די רבי אריין?

    ReplyDelete
  3. http://finskver.wordpress.com/2013/04/24/2/ זע באריכות

    ReplyDelete

  4. וואס איז דער רבי’ס רצון



    איין שאלה וועלכע אסאך האבן געפרעגט וויל איך דא אדרעסירן, אבער איך וויר נאכאמאל קלאר שטעלן, אז דאס איז א דעת יחידאה, עס איז מיין אייגענע מיינונג אלס א סקווערער נאכפאלגער, און אלס איינער וואס ווייסט די פאקטן אויף ביידע זייטן פון די מטבע, און אויב האלט איר אנדערש, זענט איר בארעכטיגט.

    איך בין בכלל נישט דא זיך צו מתווכח זיין מיט דיע וועלכע קענען נישט פארנעמען די בליה און וואוקס פון סקווער, און זענען פארנומען מיט’ן מאכן ליצנות האפנדיג אז אזוי ארום וועט מען נישט דערהערן די ריכטיגקייט פונם מיינע ווערטער, ווי געשריבן אינ’ם פריערדיגע ארטיקל. איך קום נישט זיך דינגען מיט זיי, איך וויל נאר קלאר שטעלן וואס עס איז די אנדערע צד לויט ווי א פשוטער מענטש קוקט עס אן.

    די שאלה וועלכע איך וויל אדרעסירן איז: וואס וואלט דער רבי שליט”א געוואלט מען זאל טוהן?

    דער פשוטער ענטפער האט דער רבי אליין עטליכע מאל קלארגעשטעלט אלס זיין פערזענליכע מיינונג, אז ער וויל נישט קיין מעשה אלימות, און אז דאס איז קיינמאל נישט געווען דער דרך אין סקווער. וואס יא? לאמיר גיין צוביסלעך.

    איך האב קלאר געשטעלט אינ’ם פריערדיגע ארטיקל אז דער ציהל פון דיע וועלכע האבן אוועקגעשטעלט נאך א מנין פאר שחרית-מוסף שב”ק איז געווען, דערמיט אונטער צו ברענגען דער כח ההנהגה פונם רבי"ן שליט”א. און דאס איז א הירוס אין אידישקייט און אין מנהג המקום, ווייניגסטנס פאר די וועלכע ווילן זיך האלטן צו דער הנהגה, און דאס זענען די מערהייט פון די סקווערע איינוואוינער, און סקווערע חסידים בכלל. און ווי מיר זעהן עס נאך קלארער אין די לעצטע אויפשטייג אין שרייבעכצער פון זיי, ווי זיי האסן פשוט דער הנהגה אין סקווירא, און זיי האבן זיך געשטעלט פאר א ציהל עס אונטערצוברענגען אויף איעדע מעגליכע וועג.

    דער רבי האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט און ברבים מוחה געווען אז מאכן נאך א מנין שב”ק איז אנטקעגן דעם רצון פונ’ם מייסד פון שטעטל, דער רבי זי”ע, און ער האט געבעטן אז מ’זאל עס זעהן אפצושטעלן באצייטנס נאך פאר עס וועט מאכן א ברודער קריג אין שטעטל. העכסט פארשטענדליך אז דער ערשטער מהלך איז מיט’ן רעדן שיין, און פרובירן איבערצורעדן די מהרסים אז זיי זאלן נישט מאכן קיין מחלוקת, און נישט שטערן די הנהגה.

    אז דאס ארבעט נישט דארף מען גיין א שטאפל ווייטער, אבער פארשטייט זיך אז דער רבי’ס רצון איז אז אלעס מוז זיין אויסגעהאלטן על פי תורה ולהבדיל ע”פ חוק, ווי ער האט קלאר געלאזט וויסן. דהיינו, מדארף טוהן אלעס וואס איז ערלויבט לויט’ן שו”ע צו טוהן פאר מהרסים און מחרחרי ריב. מ’מעג מוחה זיין ברבים, און עס זענען מן הסתם פארהאן אנדערע הלכות וואס מ’דארף טוהן אין אזעלכע פעלער. ער האט געשטעלט ממונים קער צו נעמען דערפון.

    אין די זעלבע צייט ווי די וועלכע זענען געווען באאויפטראג צו פרובירן אפצושטעלן די מהרסים האבן געארבער הינטער די קוליסן, זענען געקומען בחורים און יונגע יונגעלייט מיט היציגע בלוט, און זיך נישט קענענדיג איינהאלטן צו זען ווי דער כבוד פון זייער רבי און מנהיג ווערט אזוי פארשעמט, האבן זיי אויף די אייגענע הענט אונטערגענומען שריט ווי מזיק זיין נכסים וכדומה, וואס איז מעגליך נישט אויסגעהאלטן ע”פ שו”ע, אפשר יא, מ’דארף פרעגן א פוסק, און עס איז ליידער געגאנגען אזוי ווייט ווי מזיק זיין נפשות. עס איז קלאר געטוהן געווארן על דעת עצמם, דער רבי האט קלאר געזאגט אז מ’זאל נישט טוהן פעולות אלימות וועלכע זענען נגד התורה.

    יא, די בחורים און יונגעלייט האבן עס געטוהן וועגן זיי זענען חס אויף די כבוד פונ’ם רבי’ן, און עס איז א געוואלדיגע צער, צו הערן ווי אייגענע מענטשן זענען מבזה דער רבי און די גאנצע הנהגה, און זיי שטעלן זיך ארויס אויפן גאס ווי פיינע מענטשן וועלכע ווילן העלפן סקווערע איינוואוינער. פאר יעדער נארמאלער געזעצטע מענטש האט געשטערט צו הערן די דברי בזיון וואס די מהרסים האבן געזאגט אויף זייער רבי און מנהיג אויף וועלכע זיי קוקן שטארק ארויף, ווי באקאנט.

    און אצינד צום שאלה. אויב האט דער רבי נישט געוואלט מ’זאל טוהן מעשה אלימות, פארוואס האט ער נישט מוחה געווען ווען מ’האט מזיק געווען מענטשן, און געטוהן ווילדע שטיק?

    ReplyDelete
    Replies
    1. אנשיל וואלדארסקי4/25/2013 6:17 PM

      וואס טוט די רבי ווען איינער טוט מעשי אלימות און זיין געגנווארט למשל איך געדענק ווען דער חותן המלך דער ישועת משה זצ"ל איז געוען ביי די חתן מאהל פון הרב חיים מאיר שליט"א און עטליכע וויזניצע מוחצפים האבען אנגעהויבען זינגען תתברך וואס האט נאך אזא ערך ווי ליפא שמעלצער'ס ניגונים און די אינגלייט וואס פארשטייען רצון קדשו פון רבין האבען געשישקעט מיט כוח אז ס'איז געוון בזיונות פאר יעדען. און דער רבי איז געזיצען כאולי ער הערט נישט ער זעהט נישט, די שווער וואס איז אלט אויכעט א רבי מיט חסידים קומט אהער מיט מסירת נפש אבער ממוז פארשרייען וויזניצע מחוצפים וואס מיינען אז זיי זענען דא אינדערהיים, איך פערזענדליך קען סקווירא קען וויזניץ ס'נישט געווען א חידוש וויזניץ דאן איז געווען אינטער דעם אלעם באקאנטען הילייגען מענדיל וואס יעדער ווייסט ווי ער איז נתחנך געווארען וד"ל. אבער יעדער פארשטייט אז סקווירא איז נישטא קיין מחאות ס'נישט מאנסי וויזשניץ וואס מ'זאגט יעדע אינדעפריה "מוחה אני" אבער די זעלבע ווען עס קומט צום רבינ'ס קליינע שוואגער הרבי ר' איציקעל מראחמיסטריווקא ווען החסיד ר' ישעי האט אים מבזה געווען ברבים ביים חתן מאהל פון הרב יעקב יוסף שליט"א פארשטייט יעדער אז די רבי איז נישט קיין בעל מוחה די רבי רעד נישט די זאכען וואס נעמט אוועק זיין לויטערן מוח פון בלתי ד' לבדו אבער אתמהה ווען עס קומט צו א קליינע מנין אין פרידוואלד שומו שמים אפאר גרושים צובראכנע קראנקע מענטשען מ'קען נישט שטיין מ'קען נישט זיצען ס'ענדיגט זיך די וועלט וואסערע חזיר דאס '

      Delete
  5. ווער עס קען דער רבי און זיין הנהגה ווייסט גאר גוט, אז דער רבי איז נישט קיין ראש ישיבה, אדער משפיע, און עס איז אינגאנצן נישט זיין דרך אריינצורעדן אין סכסוכים אדער מוחה צו זיין אויף סיי וואס ברבים. אדרבה, ווען האט איר דורכאויס די 45 יאר אלס רבי און מנהיג געהערט דער רבי מוחה זיין אויף סיי וועלכע מעשה אלימות עס איז פארגעקומען אין שטעטל? עס איז נישט זיין וועג. דער רבי איז א מנהיג פון חסידות סקווירא אין די וועלט און בפרט אויפן שטעטל סקווער, און ער רעדט בכלל גאר ווייניג ברבים, און בפרט זיך אריינצומישן אין סכסוכים און מחאות.

    ווער עס קען דער רבי האט נישט ערווארטעט דער רבי זאל מוחה זיין אז מ’האט אויפגעהאנגען איינעם’ס שיך אין ביהמ”ד, אדער אז מ’האט אויסגעשאסן איינעם’ס קאר פענסטער, ער האט דאס נאך קיינמאל נישט געטוהן און וועט דאס קיינמאל נישט טוהן.

    עס צו לייגן אין פערספעקטיוו. קיין אמעריקאנער ערווארט נישט פרעזידענט אבאמא צו פארדאמען א שטעכעריי אין הארלעם, ווייל צו דעם זענען פארהאן פאליציי און אנדערע אויטאריטעטן וועלכע דילן מיט די אינצידענטן. להבדיל, אין סקווירא זענען פארהאן (אויסער די אייגענע עלטערן) משפיעים, ראשי ישיבה און משגיחים וועלכע זענען פאראנטווארטליך קער צו נעמען פון בחורים וועלכע פירן זיך נישט אויף כהוגן, און צו זאגן אז דאס איז דער רבי’ס רצון און ער איז שולדיג אין מעשה אלימות פון בחורים וועגן ער האט נישט מוחה געווען איז א שטות.

    די מהרסים דרייען שוין מיט’ן פינגער… אזוי!? ער איז נישט מוחה? פארוואס האט ער מוחה געווען אנטקעגן דער פרידוואלד מנין?

    גוט געפרעגט… אבער עס איז זייער פשוט. עס איז זיין תפקיד. ער האט איבער גענומען א רביסטעווע און אן הנהגה, מיט אן אחריות עס צו פירן ווי דער רצון פון זיין טאטע, דער רבי זי”ע. און אויב קומען מהרסים און ווילן עס אונטערברענגען, דארף ער טוהן וואס נאר מעגליך, און אויך ארויסגיין מגדרו און ברבים מוחה זיין דערויף. להבדיל ווען עס קומט פאר א טעראר אטאקע אין באסטאן וועט פרעזידענט אבאמא ארויסקומען עס פארדאמען, ווייל דאס איז זיין תפקיד אלס פרעזידענט.

    איך מיין אז מיינע ווערטער זענען גאנץ פשוט און פארשטענדליך למי שיש לו מח בקדקדו און פארשטאפט עס נישט

    ReplyDelete
    Replies
    1. אקעה, איך קוק מיך דא צו אפאר טעג, איך פארשטיי נישט, קען מיך איינער מסביר זיין, און זאגען ווער איז דער אהרן יודל איז ער איין מענטש וואס קען אזוי ארויס נעמען אזויפיעל מענטשען פון די כלים? און וואס האט ער געטוהן אז מען איז אזוי קעגען איהם? ביטע לאזט אין די זייט די שמות נרדפים משכיל לץ וכו' וכו', איך וויל באמת וויסען, וואס אזונס האט ער געטוהן, אז מען איז אזוי בייז אויף איהם.

      Delete
    2. אוי אוי גיי נישט דא
      נושא touchy דאס איז זייער א


      Delete
    3. זייט ווען האט א רבי הלכות און הנהגה ווי א גוישע פרעזידטענט? א רבי האט נישט קיין שולחן ערוך מיט ספרי יראה וואס זאגן אים וואס צו טוען? די תורה הק' וואס זאגט הוכח תוכיח מיינט אז ער איז פטור? און נאך מער איז שווער עס דערקענט זיך אז די ביסט משומע לקחו פון דעם פרעדיגער הערצל וואס ווייסט הנהגות פון טשיינע טאון אדער סופר וואס קען הלכות דזשאלענד איר קענט נישט קיין הנהגות העולם בכלל ווען עס קומט פאר א סקאנדאל פון א ארבטער פונעם ווייט הויז לטובת די פרעזידענט די גאנצע מידיא שטעלט זיך אויף צוויי פיס צו זעהן הערן וואס דער נשיא וועט טוען זאגען און געוויס וועט ער זיך אפשאקלען פארדאמען כדי זיין נאמען זאל זיין ריין דא לא די מ'האט נישט געהערט א פיפס ביז דאנערשטאג האט מען נאך געמאכט מעשה'ס קעגין חא"ר ווי שוועמיל נאך רעגין שטאץ מ'זאל זאגען חטאינו עווינו ופשענו ס'איז א טעות האט מען גשטעלט הערצלך רעדין בעסער געזאגט שימפען בענזין אויף די פייער און משרייט די רעכטען זענען פארן רבין ווי א פרעזידענט ער איז נישט מחיוב צו טוען און וועט נישט טוען כהלכה וואס די תורה הק' פאדערט מענטשהייט פאדערט שולחן ערוך פאדערט אבער דרך הבעל שם איז יא חי וקים?

      Delete
  6. דיינע ווערטער זענען גאנצ פשוט און פארשטענדליך, איך האב שוין לאנג. געטראכט אז אבאמא איז א גיטע משל, די שטעכעריי אין הארלעם אויך נישט קיין שלעכטע ראיון, כהאב נישט געטראכט פון דעם, אבער איין מינוט, איין מינוט, נישט אזוי שנעל ווער זענען די פאליציי דא אין סקווירא, ווער איז די אוטריטעטן וואס דארפען דילען מיט דעם, נע סאיז נישט אינגאנצען גלייך

    ReplyDelete
  7. ילמדני רבינו, ליידער ווי עס זעהט אויס האב איך נישט קיין מח אין קאפ, זאגט נאר, איך פארשטיי נישט, ער האט אן אחריות צו פירן ווי די רצון פון זיין טאטען, אבער ווי די רצון פון רבש"ע, איז נישט זיין אחריות, נאר די פאליציי? עפעס שטימט נישט. און לאמיר דאס שוין לייגען אין א זייט, איז דאס געווען רצון קדשו פון זיין טאטען וויי טוהן יודען? צאפען בליט, רודעפען עד חרמה, נאר פאר א ביסעל נצחון, איך גלייב אז די רבי זי"ע איז ארויס פון זיין וועג צו העלפען א יוד, צו מחזק זיין יודען, זיין אהבת ישראל איז געווען באקאנט, מילא גלייב איך אז רצון קדשו איז נישט אז מען זאל וויי טוהן יודען. אזער אויב די האלסט אז די רבי זי"ע וואלט אויך אזוי געטוהן, און דאס איז רצון קדשו פון רבי זי"ע, דעמאלס זאג נישט אז די רבי האט גארנישט מיט דעם, די טאטע וואלט דאך אויך אזוי געטוהן.

    ReplyDelete
  8. געוואלט זיין א חסיד4/25/2013 12:53 AM

    האסט נאר גענטפערט וואס די רבי האט נישט געוואלט ,האסט נישט גענטפערט וואס ער וואלט יא געוואלט טוהן פאר אזעלכע מהרסים וואס זיי זענען מהרס א זאך וואס עס איז יא זיין תפקיד, אין ער גייט ארויס פאר דעם חוץ מגדרו, און ער זאגט אפען און קלאר דעת קדשו, אז מען טאר נישט ארויס גיין דאווענען און פרידוואלד,און מען גייט יא ,פרעג איך נאכאמאל,וואס ער האט נישט געוואלט, האסטו מיך זייער גיט אפגענטפערט,וואס וואלט ער אבער יא געוואלט

    ReplyDelete
  9. איך וויל דיר פרעגען ערענסט, און עס טוט מיר באמת וויי, אבער איך בין אהן געגעסען, איך פיל אז מען האט מיך אפגענעהרט אלע יארען, ווי אזוי קען זיין אין די וועלט, אז די רבי האט געזאגט, און עס גייט נאך אל'ס אהן, טאג אן, טאג אויס, איז דא נאך מעשה אלימות, וואס די רבי האט שוין געזאגט אפאר מאל אז עס איז נישט די דרך, און עס האלט אהן, מיטען שטארקסטען פארנעם, איז צוויי זאכען אדער, וויל ער נישט אזוי שטארק, אדער פאלגט מען איהם נישט, מילא פארוואס פילט מען נישט אז די עושים מעשים אלימות, זענען מהרסים, זיי פאלגען נישט דעם הייליגען רבי'ן,

    ReplyDelete
    Replies
    1. זינט דער רבי האט ארויסגעטרעטן קעגן מעשה אלימות זענען פארבייגעלאפן אן ערך פון איבער זיבן הונדערט טעג. ווי איר שרייבט גייען נאך אן אין סקווירא טעגליך מעשה אלימות. קענט איר מיר ביטע אויסרעכענען כאטש פינף "מעשה אלימות" (נישט קיין נערישקייטן אדער טפשות'ן, מעשה אלימות) וואס זענען פארגעקומען אין די פארגאנגענע צוויי יאר

      Delete
    2. סאו די אלע נארישקייטען וואס מטוהט קען די רבי יא באשטיין

      Delete
    3. די פורים צעטעל אינטער די שטיוועל ?

      Delete
    4. נארישע מעשה אלימות מיינט איר למשל, צווינגען א משפחה אפציהאקען אין נישט אריינעמען א שוואגער וואס איז א גרוש א יתום פין טאטע אין מאמע ,סדום האט זיך איבער געדרייט פאר אזעלכע נארישע מעשה אלימות

      Delete
    5. איך שטיי דא מיט דיר עפעס אין א דיבאטע אז איך דארף דיר אויף ווייזען אדער איבער ווייזען, אויב די ווילסט וויסען גיי פרעג דיך נאך. נאר דרך אגב זאג מיך, עס איז דא טיפשות'דיגע מעשה אלימות און עס איז דא קליגע מעשה אלימות? ניין איך וויל פשוט פארשטיין, וואס איז קליגע מעשה אלימות

      Delete
    6. איך האב נישט גערעדט פון נערישע אדער קלוגע מעשה אלימות, איך האב גערעדט פון מעשה אלימות, וואס דא מיינט נוצן פיזישע, ווילדע שריט צו שעדיגן נפשות אדער רכוש. און איך פרעג נאכאמאל: ווי איר זאגט גייט פאר אין סקווירא מעשה אלימות אויף א טעגליכע פארנעם, וויל איך וויסן צו איינער קען מיר אויסרעכענען כאטש פינף "מעשה אלימות" וואס איז פארגעקומען אין סקווירא די פארגאנגענע צווי יאר
      איר ווייסט וואס: רעכנט מיר אויס דריי

      Delete
    7. מעשה אלימות מיינט נאר פיזיש? פארוואס

      Delete
    8. פרעג נישט פארוואס, ענטפער וואס מען פרעגט דיר.

      Delete
    9. פיזיש האט זיך איינגעשטילט, וועגען שפיצער , אין גייסטיש וועט זיך איינשטילען מיט די בלאג!!!

      Delete
    10. רעד דיך איין...

      Delete
    11. ורוח הקודש אומרת כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ

      Delete
  10. יעצט פארוואס זאגסטו די מנין איז געווען אוועק געשטעלט אונטער צו ברענגען סקווירא, עס איז בסך הכל געווען אפאר מענטשען וואס האבען נישט ליב געהאט, צו דאווענען אין אזא גרויסע שיל, (לאמיר זיך נישט נער'ן ווייסטו אז עס איז דא אסאך מענטשען וואס האבען עס זייער נישט ליב, גארנישט פערזענליך קעגען סקווירא, אבער עס איז זייער א גרויסע שיל, און די צייט איז זייער נישט צום וואול זיין פון אסאך מענטשען) און זיי האבען נישט געמאכט די מנין אין סקווירא, וואס ביז דאן האט קיין איינער נישט געוויסט, אז מען טאהר נישט ארויס גיין פון שטעטל דאווענען, איך געדענק נאך ווי די עולם האט געפרעגט צו איז דאס אויך אין די תקנות, (די עולם מיין איך נישט פון די וואס זענען געגאנגען דאווענען דארט), די מנין איז אהן געגאנגען צוויי יאר, און קיינער האט אפי' נישט געוויסט, נאר דרך אגב איז נא וויאזוי הייסט ער, שווארץ פון מונטריאל (וואס דרך אגב איז ער היינט אויך זייער א נאנטער ידיד פון סקווירא) האט געזאגט פאר די רבי מוצאי ר"ה אז עס איז דא א שיינע מנין אין פרידוואלד, ער האט געדארפט דארט זיין פאר א משפחה פאציענט, און עס איז געוועהן א אמערדזינסי מוטינג נאך יענעם מוצאי ר"ה, אינז זעמיר באקאנט מיט אינזער קאמפלעק'ס, און נידעריג און זעלבסט זיכערקייט, מילא מיינען מיר אז יעדער וויל אינטער ברענגען, ניין קיינער וויל נישט און זיכט נישט אינטער צו ברענגען, מענטשען טרייען בסך הכל, זיך צו מאכען באקוועם, נא פארוואס דרייט זיך אין אינזער קעפ אייביג, אז דער און יענער וויל אינטער ברענגען, קיינער זיכט נישט אינטער צו ברענגען, לאז יענעם לעבען וועט מען דיך לאזען לעבען, פארוואס זאל איינער זיכען אינטער צו ברענגען, זאג מיר באמת, די האלסט אז די מנין דארט, פאר די רבי האט געזאגט און עס איז געווארען אזא פאס, איז געווען אינטער צו ברענגען? יא קידינג. המשך יבא

    ReplyDelete
    Replies
    1. יתכן אז אזוי איז עס געווען פון אנפאנג. דער אמת שרייט היינט. קוק נאר וויאזוי די חברה שרייבן http://finskver.wordpress.com :אנטקעגן סקווער און דער רבי. אויב דו ווילסט באמת פארשטיין ליין

      Delete
    2. וואס האסטו געוואלט זיי זאלען נאך בלייבען חסידים נאך דעם וואס מהאט זיי געטוהן די אלע זאכען? וואס עס שטייט דא אויבן אויסגערעכנט

      Delete
  11. זיי האבען עס געטוהן ווייל זיי האבען חס געווען אויף זיין כבוד. יאפ דאס האט געברענגט אסאך כבוד פאר סקווירא.

    ReplyDelete
  12. זייטגער4/25/2013 3:00 AM

    כ'מוז מיטטיילן די ליינער דא מיט די נצחון וואס כ'האב היינט געהאט אויף מיין חבר.
    זינט די ל"ג בעומר מעשה, טענה איך זיך אלץ ארום מיט איינעם וואס איך ארבייט צוזאמען מיט אים, א פרעמדע אינגערמאן, ער טענה'ט אז די פרידוואלד חברה האבן גארנישט געמיינט, און איך טענה אז טאקע נישט יעדער דארט האט געמיינט עפעס, אבער די אנפירער און די וואס האבן געארבייט דאס צו פארברייטערן האבן דווקא יא געזוכט צו מאכן א צענטער קעגן די הנהגה.
    יעדע מאל וואס כ'האב אים געזאגט די תורה האט ער אפגעלאכט פון מיר אז כבין פאנאטיש און כמיין אז יעדער וואס וויל נישט דאווענען אין א גרויסע שול איז שוין א מתנגד, וכו' וכו', אבער איך – קענענדיג די פרידוואלד חברה מיט זייערע השקפות פונדערנאנט – האב זיך נישט דערשראקן. איך ווייס די אמת און וואס גייט מיר אן וואס ער האלט.
    די וואך שיק איך אים אריין די לינק און כ'האב אים צוגעשריבן ווער דער שרייבער פון רוב פון די שרייבעראציעס זענען. ער דרייט זיך אויס צו מיר און זאגט מיר: ש..... ביסט גערעכט!! ביסט גערעכט!! כ'געב אויף! אזא געמיינע פרעכקייט?! אזא איינעם וואלט עטץ געדארפט מחרים זיין פון דע"י ווא"ן פאר יעדן פרייז...! אפילו אין סאטמאר האט קיינער נישט געשריבן אזוי מיאוס און רשעות'דיג!
    כ'ווייס אז פיל גייען שרייען אז ס'איז א בלאני מאקרוני, איי דאונט קער. כ'בין דזשאסט צו עקסיידעט דערמיט און כ'מוז אריינשיקן אפגעבן מיין הערצליכן דאנק פאר'ן שרייבער אז ער לייגט ארויס זיין אמת'ן פרצוף, און די אלע וויכוחים ארום פרידוואלד ווערן געשלאסן.
    יעדער אלוועלטליכע איד מיט א נארמאלע הערצה'דיגע בליק צו הנהגה, רבנים, וכדומה אנערקענט ערשט יעצט ווי גערעכט מיר זענען געווען. יישר כוחכם

    ReplyDelete
  13. ?ביסט אזוי עקסיידיט מיט די בלאג
    איז טי מיר א טובה שיק די בלאג צי די אידן ןואס
    !!! זענען זיך מתווכח מיט דיר, זאלען זיי זעין אליינס אז די ביסט גערעכט

    Delete

    ReplyDelete
  14. די חברה זענען אין לאלא לענד, איך מיין סקווירא זאל טאקע געבען די לינק פאר יענק'ל שפירא צו ווייזען פאר די אלע נותנים, וואס זייט די מעשה, האבען פאר מאכט די טירען פאר די סקווירא משולחים עס איז נתגלה קלונכם געווארען בשוק אופען גרעסטען אופן, איז זענט אראפ געקוקט בכל תפוצת ישראל, (וואס זאגען נישט קיין "קץ" (אויך מיר יודען) און נעבעך ענק זיכען עפעס א שטרוי אויף וואס זיך אהן צו חאפען, מילא חאפ דיך גיט אהן ווייל עס קומט נאך

    ReplyDelete
  15. פאר זייטיגער וויל איך זאגען אז איך שריי נישט, איך זאג עס זייער רואיג, בלואני מאקעראני, איך האב אפאר ווערטער פאר דיך: המקום ינחם אותך

    ReplyDelete
  16. ציקיקער4/25/2013 3:48 AM

    איך פארשטיי נישט! סקווערע רבי שעמט זיך נישט ,אז די וועג וויאזוי. איהם מהרס צו זיין איז דורך גיין דאווענען מיט א מנין אינדרויסען פין שטעטל? פארוואס קען מען נישט, קיין איין אנדערע רבי אין די וועלט, אזוי אינטערברענגען

    ReplyDelete
  17. ווען איינער וואס שלאפט אין די ווייט האוז גייט און הארלעם שטעכען מענשען וועט אבאמא יא מיזען אליין קערנעמן, אדער ווען מענטשען וואס ארבייטען פאר אבאמא פערסענעל, וועלן שטעכן אין הארלעם וועט ער זיי מיזען ארויס ווארפען, אויב ער וועט וועלן מען זאל זעהן אז עס באדערט איהם

    ReplyDelete
    Replies
    1. ווער עס איז באקאנט מיט די פאקטן ווייסט אז דער סקווערע רבי האט נישט קיין הויז בחורים. און דער שפיצר בחור איז גראדע געשלאפן אין דער רבי'ס הויז אבער האט נישט געהאט קיין שום פערזענליכע שייכות צום רבין. ער האט דורך די גאנצע צייט וואס ער איז געשלאפן (מיט זיין ברודער) אין רבי'ס הויז נישט אויסגעטוישט קיין ווארט מיט'ן סקווערע רבי

      Delete
  18. פארוואס האסטו א קאפלעקס, האוז בחור? אויסגעטוישט א ווארט?ווער האט גערעדט וועגן דעם, מרעדט טאקע נאר פון שלאפען אין זיין האוז

    ReplyDelete
    Replies
    1. ווי קומט אריין דא קאמפלעקס? ער האט סך הכל געענטפערט אויף וואס דו האסט געפרעגט
      ווען איינער שלאפט אין די ווייט-האוז טוישט ער אויס מיט'ן פרעזידענט מער ווי איין ווארט, און דאס זעלבע די מענטשן וואס ארבעטן פערסענעל פאר'ן פרעזיזענט, און דעריבער דארף דער פרעזידענט רעאגירן, משא"כ דער שפיצער בחור האט נישט אויסגעטוישט מיט'ן רבי'ן קיין ווארט מער ווי יעדע אנדערע בחור. דעטס-אלל

      Delete
  19. געוואלט זיין א חסיד4/25/2013 11:30 AM

    האסט נאר גענטפערט וואס די רבי האט נישט געוואלט ,האסט נישט גענטפערט וואס ער וואלט יא געוואלט טוהן פאר אזעלכע מהרסים וואס זיי זענען מהרס א זאך וואס עס איז יא זיין תפקיד, אין ער גייט ארויס פאר דעם חוץ מגדרו, און ער זאגט אפען און קלאר דעת קדשו, אז מען טאר נישט ארויס גיין דאווענען און פרידוואלד,און מען גייט יא ,פרעג איך נאכאמאל,וואס ער האט נישט געוואלט, האסטו מיך זייער גיט אפגענטפערט,וואס וואלט ער אבער יא געוואלט

    ReplyDelete
  20. זייט מוחל און ליינט איבער…
    דער סקווערער רבי האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט………..
    אז דאס ארבעט נישט דארף מען גיין א שטאפל ווייטער

    ReplyDelete
    Replies
    1. נא זאג ארויס קלאר וואס הייסט א שטאפל וויטער

      Delete
    2. ליין ווייטער……..
      דהיינו, מדארף טוהן אלעס וואס איז ערלויבט לויט’ן שו”ע צו טוהן פאר מהרסים און מחרחרי ריב. מ’מעג מוחה זיין ברבים,
      איך פארשטיי אז דו ווילסט מער דיטעילס… אבער איך ווייס נישט אלעס און דער רבי האט זיי נישט געזאגט פאר’ן ציבור נאר פאר די יחידים וועלכע זענען באאויפטראגט דערויף

      Delete
    3. אנגעווייטאגטע מאמע4/25/2013 6:06 PM

      פיין וואס אבער האלט די רבי דארף טוען דיינים ראשי קהלה אדער עסקנים מיט הערשי ב. זענט איר אפשר באקאנט מיט דעם

      Delete
  21. געוואלט זיין א חסיד4/25/2013 11:49 AM

    זאג מיר פליז די אמת וואס די האלסט וואס וואלט די רבי געוואלט ענדישער? איינס פון די צוויי אפשינס

    אדער זאל מען נאר טוהן וואס עס שטייט אין שו''ע, אבער אין אזא פאל וועלן גיין 50 60 מענטשען צו פרידוואלד.

    אדער זאל מען לאזען די היציגע טוהן, וואס זיי האבען צו טוהן און מוועט שוין זאגען פאר די עולם אז די רבי איז נישט מסכים צו דעם, וואס אין אזא פאל וועט מען אויפהערן צוגיין

    פליז נאר וואס די האלסט אמתדיג


    ReplyDelete
  22. יעקב שפירא4/25/2013 5:22 PM

    בס"ד
    טייערע סקווערע יודען עס איז צייט מער נישט ארויסצומופען טוט צו די זאך, מאכט א מנין אין סקווער און די גרויסע שול יא! נאר נישט זייגער עלעף נאר אכטע אינדעפריה האט שכל ראטוועט אייערע דורות שלאגט אייך נישט , גייט נאר און שול דאווענען מילה במילה, וועט איר פרעגען וואס רעד דער דא וואסערע שטותים פאדער איך, וועל איך אייך פארציילען דער הייליגער חפץ חיים יא דער מוטען דאשיק דער וואס האט נישט געהייסען טווערסקי האגער הארוויץ האלבערשטאם נאר פלעין כהן האט געזאגט ווען קומניזום איז רויסע געקומען די איינציגסטע עצה איז זיך צושלאגען אין די גאס מיט זיי ווייל זיי זענען שקר און שקר קען נישט ביי קומען אמת אז מגייט ארויס זיך שלאגען וועט איר מצליח זיין היינט סקוירא מיט אלע גדרים וסייגים איז בגמטריא שקר ווען מ'זאגא אייך טאג זייט בודק צו עס איז נישט נאכט אזוי ווי איר הערט די קרעכצען זענען שקר די אהבת ישראל איז שקר די תורה איז שקר די תפלה איז שקר וואס נישט קיין איין תג אמת! די עצה צו דעם זיך שלאגן אפען וועט איר שנעל בייקומען ווילאנג איר גייט וותיקן קיין מאנסי זענען זיי געווניערס און בית המדרש אכטע אינדעפריה ווען אלע מזיקים שלאפען דאן איז די צייט דאווענט ערליך ולד' הישועה

    ReplyDelete
  23. שלא כורעים לבעל4/26/2013 12:51 AM

    הרב פינסקווער, איין וויכטיגע נקודה האט איר אויס געלאזט. ווען איז די רבי זל געקומען אין חלום צום היינטיגן צָדיק און געמאלדן אז אין "פיין וועלי" איז יא מותר א מנין? אויב טאר מען נישט, טאר מען אין ערגעץ. און טאמער וועסט דו נעמן א מעסטער וועסטו זען אז פיין וועלי איז נאנטער צום שטעטעל ווי פרידוואלד ??? זעהט זיך נישט ארויס פון דעם די הויל-פיסטע נצחונות וואס נומער 10 וויל האבען איבער זייערע שונאים ??? ודוק

    ReplyDelete
    Replies
    1. איך ווייס אז דו ביזט נישט אינטערעסירט צו פארשטיין, דעריבער וועל איך נישט ענטפערן

      Delete
    2. שלא כורעים לבעל4/26/2013 10:50 AM

      איך פארשטיי אז די דארפסט צייט, איך געב דיר אפי' ביז זונטאג

      Delete
    3. לאמיר זאגען אז ער איז טאקע נישט אינטערסיט, אבער פארוואס זאלען נישט אנדערע פארשטיין,וואס גייט פאהר וואס איז די נק''מ

      Delete
    4. גאנץ א גיטע תירוץ ווען מען האט נישט קיין תירוץ.

      Delete
  24. אראפ געווארפען שטריימעל פון א יונגערמאן, אויס געשאסען איינעם'ס קאר פענטסטער, און געשפיגען אויף א יונגערמאן אין די פנים. ווערט דאס גערופען ווילד אדער שעדיגן? איך ווייס נישט, מען צאלט טאקע נישט קיין נזק אויף דעם, אבער מען צאלט בושת, אפשר דאס מיינסטו נארישע מעשה אלימות, און נאך שרייען מענטשען ברבים, פארשעמען, וואס דאס איז נאך ערגער פון מעשה אלימות, ווייל א מענטש איז גרייט צו צאלען געלט ער זאל נישט ווערען פארשעמט, רופען איינעם רשע ווערט אויך אהן גערופען מעשה אלימות, עד כדי כך אז יורד עמו לחייו, נישט ווי די אויגען פון אינז נארישע קליין קעפעלדיגע מענטשען, איז די תורה'דיגע בליק אויף לעבען, מילא ווער איז מחליט וואס הייסט ווילד, אדער שעדיגען רכוש, מילא שטעלט זיך די קשי' ווער איז דא ערגער, די וואס זענען עובר אויף א "קפידה" פון די רבי זי"ע, וואס דרך אגב, איז קיינמאל נישט געווען זיין שמיס פון ארויס גיין דאווענען, זיין רצון איז געווען אז אין שטעטל זאל נישט זיין, ווער האט דעמאלס געחלם'ט פון א מנין ארויס פון סקווירא, עס איז געווען אזוי ווייט פון אלעס, מילא מען נעמט זיינע ווערטער און ניצט דאס אויס אז עס זאל שטימען מיט די אייגענען רצון, מיט די אייגענע שרעק, און מען קען דאס אריין לייגען אין רצון קדשו פון טאטען, און לכבוד דעם הארגענען מענטשען, שעדיגען וויי טוהן, וכו', וכו', וכו

    ReplyDelete
  25. פארברענט א קאר פאריאהר פורים, געטרייט קאליא צי מאכען א פרנסה פון א אתרוג סוחר מיטן אויפהענגען פאלטשע צעטליך

    ReplyDelete
  26. מיטגעמאכטער4/26/2013 6:16 PM

    כ'פארשטיי נישט. פיןסקווער דרייט זיך ארויס פון ענפערן א פשוטע און סימפעל קשיא : פאר וואס לאזט סקווערע רבי דאווענען אין פיין וועלי - ווען האט עקספייערט די תקנה פון די רבי זל פון איין שול? האט די רבי זל טאקע געהאט אזאכע ווייטע אויגן צי זעהן דעם עתידות און שוין דעמאלס אן זאגען בנו יחידו וממלא מקומו אז פרידוואלד זאל זיין אסור און פיין וועלי מותר? אתמהה

    ReplyDelete
    Replies
    1. קיקט אויס אז ער האט פארשטאנען אז די פרידוואלד חברה זענען מסוכן פאר זיין הנהגה און די פיין וועלי זענען תמימות׳דיגע אידן וואס ווילן פשוט דאווענען

      Delete
  27. לאמיר זאגען אז די ביסט גערעכט ,דעמאלטס זאג בפירוש אז עס וועגן, די חברה זענען מסוכן וואס שיסטו מיט די רבי ז,ל נאר ווען עס קומט איהם אויס גיט

    ReplyDelete
  28. ווער עס וויל באמת פראשטיין דער חילוק צווישן פרידוואלד און פיין וועלי איז געלאדענט צו קוקן דא:
    http://finskver.wordpress.com/

    ReplyDelete
  29. to be exact:
    http://finskver.wordpress.com/2013/04/21/1/comment-page-1/#comment-31

    ReplyDelete
  30. לטובת העניין ברענג איך עס דא

    ReplyDelete
  31. דער סיבה וואס דער רבי ז"ל האט געגעבן פאר איין מנין שבת און יו"ט איז געווען אז יעדער פון שטעטל זאל באלאנגען צו איין פלאץ, וואס דאס איז דער שליסל צו אחדות
    ווען א איד פון שטעטל מאכט א "קביעות" צו גיין דאוונען ערגעץ אנדערש, אפילו אינדרויסן פון שטעטל, אפילו זיין גאנצע כוונה איז בלויז ווייל עס איז אים שווער צו דאוונען אין א גרויסן ביהמ"ד, האט ער זיך שוין אויסגעשלאסן פונעם כלל
    דאס איז איינס. צווייטנס איז דא אז מען קומט דאוונען אין א שכינות'דיגער מקום מיט א דירעקטע כוונה צו מהרס זיין און אונטערברענגען הנהגה. אזא מנין, אפילו נאר איין מאל, ברענגט ער דאך בידים אונטער הנהגה און עס איז דאך די גרעסטע הירוס פאר אחדות וואס קען זיין
    מיר רעדן דא נאר צו אזעלכע וואס פארשטייען אז זיין אונטער הנהגה ברענגט אחדות, און אונטערברענגען הנהגה איז לויטער פירוד און מחלוקת
    ביים רבי'ן ז"ל האט זיך שוין אפגעשפילט אזוינס ווען מען איז אים געקומען זאגן אז "די עלטערע אידן" בעטן אז מען זאל מאכן נאך א מנין שבת אינדערפרי, ווייל עס איז זיי זייער שווער צו דאוונען אזוי שפעט. מען האט דעמאלטס געדאוונט האלב נאך עלף. האט ער זיך שטארק געבייזערט און געזאגט: "א מנין ווילן זיי? זיי ווילן מאכן פארטייען." ווייזט אויס אז דער אלטער סקווירא רבי ז"ל, דער באוואוסטער אוהב ישראל, איז שוין אויך געווען אדיקטעט צו פאווער
    ממילא איז זייער פשוט דער חילוק פון פרידוואלד און פיין וועלי: סקווירא האט נישט קיין שום פראבלעם ארויסצוהעלפן די שכינות'דיגע צענטערן מיט מנין שבת און יו"ט. מען האט אזוי געטון במשך פון צוואנציג יאר אין פרידוואלד, ווען עטליכע סקווירא יונגעלייט זענען יעדן וואך געגאנגען זען צו עס פעלט אויס משלים צו זיין מנין פאר די זקנים, און דאס זעלבע טוט מען יעצט אין פיין וועלי
    אויף אזא אופן איז נישט דא קיין איינס פון די אויבנדערמאנטע פראבלעמען: נישט אז אידן פון שטעטל דאוונען מיט א "קביעות" ערגעץ אנדערש, און עס איז מהרסים-פריי
    אויב וועט דער מהרס אהרן יודל אנקומען און דאוונען אין פיין וועלי, וועט טאקע פיין וועלי באקומען די זעלבע הלכה וואס פרידוואלד האט באקומען זינט זיי האבן דארט ארגאניזירט א מנין פאר לויטער הירוס
    עס איז נישט פרידוואלד אדער פיין וועלי וואס מאכט דער חילוק. עס איז ווער און פארוואס מען דאוונט דארט

    ReplyDelete
    Replies
    1. גוטזאגער4/28/2013 2:15 PM

      איך קוק נאך אין ספר חפץ חיים וואס איז באוויסט דן און זיינע הייליגע ספרים אויף די ענין פון אהבת ישראל ביותר איך טרעף נישט דארט די עצה פון האבען איין שיל אלץ א מיטעל צו אהבת ישראל, אפי' נישט בגמטריא אפשר זענט איר מיר מסביר וואס האט איין בית המדרש מיט אהבת ישראל צו טוען? און אפי' די מעשה וואס די דערציילסט פון רבי'ן ז"ל זאגט בכלל נישט אהבת ישראל ער רעד פון פארטייען ער האט נישט געוואלט צוויי מנינים אלץ צוויי פארטייען וואס דאס פארשטיי איך אויך נישט איך האב אבער ביטול דעת,אז ער האט געהאט א ריינע כונה לשם שמים! אבער וואס האט דאס מיט אהבת ישראל? אדרבה זאגט מיר די אידען וואס דאוונען מיטן רבין באקומען מער ווען זיי מאכן חתונה ווי א צווייטער ווייל מ'דאווענט און איין מנין ואת"ל אז יא, וואס ווארפט מען אוועק די הייליגע עצה א גאנצע וואך זאל זיין אזא תקנה זיבען טעג א וואך אלא מאי ווייל ס'נישט מעגליך ובמקום נישט מעגליך דער ענין פון איין מנין נדחה אויב אזוי אפשר מעג מען זאגן בזמן הרבי ז"ל וואס די גאנצע מנין איז געווען זעכציג ביז הונדרעט יודען החרשתי אבער היינט ווען עס וואינט בלי עין הרע 1300 משפחות כי"ר איז עס בבחינת נישט מעגליך קען מען נישט מער נוצען די עצה באין ברירה טאקע און מאכן כשר מיט די רבי'ס הסכמה 4 שיינע מנינים איי מטאר נישט משנה זיין ווען אלע שינוים וועלן זיין פארענפירט וועלן מיר ברעכן קאף דאס אויף צו מתרץ זיין. ביז דערווייל יעדע שני וחמישי איז דא שינוים גיטע און שלעכטע לטובת הפארטיי ולטובת האדמור קיינמאל נישט לטובת המתפללים והחסידים נאר לכבוד עצמן הן דורש נאר ווען עס קומט א זאך וואס חס ושלום איינער וואס גלייבט נישט אין רבין טוט דאן נעמט אראפ די פארשטויבטע רבי ז"ל און ממאכט א גאנצע בער וואס האט די רבי ז"ל געזאגט בנוגע זימער? וואס האט די רבי ז"ל געזאגט וועגען זיך באשרייבען אין צייטונגען? וואס האט די רבי ז"ל געזאגט וועגען בילדער? וואס האט די רבי ז"ל געזאגט בנוגע פאליטיק? אה אה? ווען איז די רבי ז"ל אונזער וועג ווייזער ווען איז דאס פארנאטיש?

      Delete
    2. גיט גיט

      Delete
    3. מען האט דעמאלס געדאווענט האלב נאך עלף???? אלס א יליד סקווירא פון די ערשטע צייטן די שפעטסטע וואס די רבי ז'ל איז אריין געקומען איז געווען 10:00 אזייגער, בדרך כלל איז ער אריין געקומען 9:30, אדרבה גיי פרעג דיך נאך, קום נישט מאכן נייע פאקטן, ס'לעבן נאך אפאר הונדערט אידן, סיי וואס וואוינען דארט, און ווי אויך אידן וואס האבן זיך אוועקגעצויגן, ווי אויך אידן וואס פלעגן קומען זיך מסתופף זיין בצילא דמהמינותא, כולם בפה אחד יאמרו מ'האט נישט געדאווענט אזוי שפעט

      Delete
    4. מר. סימפל פאוינט: נייס טריי!!! דו מיינסט אונז זעמער היינט געבוירן... אונז וועל מיר זיך לאזן פארדרייען מיט פאקטן, אונז זענען נישט קיין זיבעלעך וואס קויפן ש.ד.ה. לאקשן, און י.י.ג. קרעפל תורות, זיי מוחל קלינג אפ פרעג ביי די פארוואלטונג פון פרידוואלד (845.678.2000), וויפל האבן זיי זיך געבעטן פאר א מנין, אלעמאל איז געקומען די ענטפער בשום אין פנים ואופן, שפעטער ווען זיי האבן זיך געבעטן און מסביר געווען אז ס'איז נישט אין שטעטל, די תירוץ פון רבי'ן שליטא איז געווען "א מעטער ארויף א מעטער אראפ-ביי מיר הייסט דאס נאך אין שטעטל" קומסטו אונז פארקויפן לאקשן אז פאר צענדליגע יארן האט מען אהין געשיקט מנין,שקר וכזב! ואיידי דאתי להכי ווי אנדערע האבן שוין ערווענט איז פיין וועלי"נענטער",שטעלט זיך די קשיא פארוואס גייט דאס נישט אריין פון גדר "מעטער ארויף-א מעטער אראפ"??!! דער תירוץ איז הא לן והא להו, אויף דעם פרעגט די גמרא, מכל מקום קשיא, ענטפערט די גמרא תיקו

      Delete
    5. די סיבה פון איין מנין איז וועגען אחדות? אקעי יעצט פארשטיי איך שוין פון ווי עס נעמט זיך די מורה'דיגע אחדות וואס איך פיל דא. און עס איז גאנץ לוגיש צו פארשטיין פארוואס מען רודף'ט די וואס דאווענען און דרויסען, ווייל איך וועל איהם פאניגען, אז ער זאל מיך ליב האבען, און זיין באחדות מיט מיר, גאנץ גיט, ווייטע בליק פון די רבי זי"ע.
      און דאס וואס די זאגסט אויב איינער מאכט זיך א קביעות צו דאווענען אין דרויסען האט ער זיך אויס געשלאסען, ווער האט דאס אפגעמאכט, פון ווי נעמט זיך דאס, אזוי פנים האט אלע ענקער תקנות, יעדער פיצט און איז מוסיף ווי עס קומט איהם אויס גיט, און למעשה דאס איז טאקע די סיבה פארוואס אלע ענקער תקנות האבען אזוי פנים, ליצנות, און א געלעכטער פון קאפ ביז פיס, יעדע תקנה טוישט זיך לטובת הענין, אויב קען מען פארדינען געלט, האט די רבי זי"ע געמיינט אביסל אנדערשט, און אויב פיל איך אז דאס קיצעלט מיר, לייגט מען צו אז דאס האט די רבי זי"ע געמיינט, עס איז א דשאק פון אויבען ביז אינטען, און דרך אגב, איך גלייב נישט אז די רבי זי"ע איז געווען אזוי שונה ישראל, איז ענק מיט ענקער אריין לייגען אזויפיעל כוונת און פארדרייטקייטען און זיינע גיטע כוונת, מאכט עט'ס איהם פאר א זייער זייער סעלפיש סעלף סענטערט מענטש, וואס איך גלייב און ווייס אז ער איז נישט געווען.
      און זאג נאר די שטערען זעהער, פון ווי נעמסטו אז די מנין איז געמאכט געווארען מיט א כוונה להרס? די קומסט מיר פאר, ווי יענער שרייט אויף א טיש, אז דאס איז א בענקעל, און לייגט צו: אז דאס איז א פאקט. יעצט גיי דינג דיך מיט איהם, זאג אויף א פאקט קען מען זיך דינגען? ער האט דאך בפירוש געזאגט אז עס איז א פאקט. הערט'ס אויף צו מאכען פאלשע פאקטען, טוט'ס ענק אויס די קינדערישע אום זיכערקייט, און נידעריגע זעלבסט זיכערקייט, (וואס עט'ס טרייט'ס אריין צו לייגען אין סקווירא איידעלקייט) און מאכטס נישט קיין מעשות, און פילט'ס נישט אז יעדער מיינט עפעס א טיפערע כוונה, ווי פשוט פשט, וועט עט'ס צו באקומען ידידים, ווי איידער מאכען שונאים.
      ווי איך זעה קענסטו גיט הוסטאריע פון סקווירא, און ווי ווייט דיין זכרון גייט זיכט סקווירא צו העלפען שכנים, זאגט נאר ווייסטו אפשר וועגען א ספינקע שטעטל צו זאגען, און וואס מען האט דארט אהן געדרייט? ווייסטו אפשר פון א יוד וואס האט געוואלט קויפען א הויז און מאכען א בהמ"ד 20 מינוט פון סקווירא, ווייסט אפשר וואס דארט איז געווען? פארקויף מיר נישט קיין בעלוני, מיר אלע ווייסען אז פיינוועלי, האט אהן גערופען סקווירא, אז זיי פארלירען פאציענטען ווייל עס איז נישט דא קיין מנין, און זיי מיזען אהן הייבען צו מאכען א מנין, סקווירא האט קיין ברירות נישט געהאט, האבען זיי געזאגט פאר פיינוועלי, אז זיי ווילען עס קאנטראלירען, אבער פיינוועלי האט געזאגט: זה בלא, און אזוי איז עס געווארען, מילא פארדריי נישט קיין קאפ.
      און וואס די זאגסט אויב אהרן יודל וועט וכו', וועט עס האבען די זעלבע "הלכה" יא יא אזוי פנים האט אלעס דא און סקווירא, הלכות ווערען זייטיגע זאכען, און זאטיגע נארישקייטען באקומען א נאמען הלכות, עס איז דא נאך א הלכה, אז בעולם הבא וועט זיין די עליונים למטה, ותחתונים למעלה, גאנץ א צווייטע בילד ווי מיר זעהן דא, וועט זיין אויבען, אסאך דיסעפוינטמענט'ס.

      Delete
    6. אהרן יודל, ווען דיין טאטע האט דיך נאך געצערטעלט אין מאנטריאל זענען עטליכע סקווירא אינגעלייט געגאנגען משלים זיין מנין יעדע שבת און יו"ט האט מען זיכער געמאכט אז עס קומט מיט א כהן צו דוכענען
      ווילאנג עס איז געווען אן ערנסטע אחראי אויפ'ן פלאץ, הרב שטיינמענץ האט ער געהייסן, און ער האט געבעטן הילף, האט מען צוגעשטעלט אן קיין שום פראבלעם
      נישט נאר שבת, נאר אויך אינמיטן וואך האבן זיי מיט געטריישאפט צוזאמגענומען די עלטערע אידן, מיט זייערע משפחות, און געדאוונט און פארברענגט צוזאמען. אזוי איז עס אנגעגאנגען ביז דער רב האט זיך אוועקגעצויגן פון דארט, און עס איז שוין נישט געווען קיין פארלאנג פאר א מנין
      פארשטייט זיך אז נאכדעם וואס א גרופע פון מהרסים האבן איבערגענומען דאס בעלות אויפ'ן פלאץ, האט שוין סקווירא נישט געהאט דארט מיט וועם צו רעדן א גראד ווארט
      די רגע וואס פרידוואלד וועט ווערן א מהרסים-פריי זאנע, און עס וועט זיין אן ערנסטע אחראי אויפ'ן פלאץ, וועט סקווירא צושטעלן מנין ווען נאר עס פעלט אויס. הארץ און גערן
      נ.ב. פון וואו מיר ווייסן אז אייער כוונה איז געווען אויף הירוס? נאר פון ענק. דאס האט עטץ געזאגט פון די ערשטע מינוט: אונז הייבן אן מיט א מנין, אונז גייען גיין ווייטער מיט מוסדות, און דער אייבערשטער וועט העלפן "וועט זיך דא אויסקאכן א צווייטער בני יואל". דאס האט געהערט נישט איינער און נישט צוויי

      Delete
    7. מר סימפל פאוינט, דיין פאוינט איז שוין גארנישט אזוי סימפל..... יענע יארן איז געווען אנדערע צייטן וואס דער רבי האט געדאווענט מוסף, און ס'איז נאך אלעמאל געווען א מנין מוסף אין דער אלטע ספרים שטוב, ס'געווען א נארמאלע זאך, אז א איד האט יארצייט האט ער געמאכט א מנין, צעביסלעך זענען די אודים מוצלים מאש נפטר געווארן, האט זיך געענדיגט די גאנצע מעשה, אז היינט קען קיינער און נאכאמאל קיינער מאכן א מנין

      Delete
    8. מר. סימפל הער אויף צו סימפלען און פימפלען.... האסט נאר שטערקער געמאכט די קשיא, לאמיר אייך פארציילן די השתלשלות הדברים, מוצאי ראש השנה תשע"א, האט די רבי שליט"א אריבער געריפן דרינגענד די ראשי הקהילה, און פארפירט אז די טאטע ז"ל האט בשום אופן נישט געלאזט וכו, און הרה"ח ר' מ. ש. האט געזאגט פארן רבין אז ווי ווייט ער געדענקט איז נישט געווען קיין קפידא, והא ראיה אז מ'האט געקענט מאכן א מנין מוסף ווען איינער האט געהאט יארצייט, און ווי אויך האט מען אהין געשיקט משלים זיין מנין ווי דו האסט אליין דערמאנט, אבער די רבי זאל זיין געזונט האט געקלאפט אויפן טיש "וואס די טאטע ז"ל האט געוואלט ווייס איך בעסער פון דיר" (אזוי האט ער אויך געשריגן פאר הרה"ח ר' א. וו. ווען ער האט זיך גע'טענה'ט וועגן מאכן א קעמפ ), היוצא לנו מזה אז ברענג נישט קיין תירוץ, דו מאכסט נאר שטערקער די קשיא??? מעג מען יא? מעג מען נישט? און טאמער נישט ווי אזוי האט מען געמעגט מאכן א מנין און ביהמ"ד הגדול בשעת די רבי ז"ל האט געלעבט, און שפעטער ביים רבין שליט"א ביז לערך תשנ"ו-נ"ז, ווען איינער האט געהאט יארצייט? און ווי אזוי האט מען געמעגט שיקן יענע יארן משלים זיין מנין? איז נישט א מעטער ארויף-א מעטער אראפ אנגעגאנגען יענע יארן? דאס איז די מיליאן דאלאר קוועסטשאן וואס רוב איינוואוינער ווילן פארשטיין, און דאס ווייטאגט זיי, אונז האבן בוחר געווען מיט צו גיין מיט אלע תקנות, א חלק ברצון א חלק שלא ברצון, אבער אונז זענען מסכים פאר די אלע שווערע תקנות, אבי ס'זאל זיין רואיג און שטיל, וואס קוקט מען בכלל אהין אויף די אייצעלנע אידן וואס זענען אהין געגאנגען, דו האסט אליין אהין געשיקט מענטשן.... באטטאם ליין.. מאך אפ איז עס וועגן טאטע זל?! אדער וועגן מהרסים?! קיינער קען דיך נישט אונטערברענגן, ברענגסט דיך אליין אונטער מיט די אלע פאלטשע אויסריידן, די ביהמ"ד הגדול איז געווען געשטאפט יענע ראש השנה מן הקצה אל הקצה מיט טויזענטער נפשות, אבער וכל זה איננו שווה לי.... אויב זענען איינצעלנע אידן געגאנגען אהין, און מר.פימפל גימפל סימפל שליט"א זייטשע מוחל עפן דיר דעם קאפ, די רבי איז א חכם מחוכם און ווען ער קען, דרייט ער צוריק דעם זייגער, ער ווייסט פונקטליך ווי די שטערקסטע חסידים זענען אנגעווייטאגט, און זיי קומען אין בארירונג מיט די המון עם אין די גאס, און מען טשעלענדזשט זיי, און זיי טראכטן ביי זיך, אז נישט גענוג וואס איך האב א שווער לעבן און שטעטל (דו ריפט עס אהן, א זכיה,העכערע רוחניות'דיגע לעבן, בלא בלא בלא....) דארף איך נאך זיין בזוי ונבזה און די גאס, פארוואס? ווייל דער רבי אהער און דער רבי אהין דער אמת... נאר פאוער אדיקשאן לאזט נישט, ... ואנן מה נענה אבתריה

      Delete
    9. די שענסטע תירוץ צו אלע קשיות וועט זיין די חתונה זאל בית טשארנא יוכיח זיין, אם תמצה הרינו גר אם תמצא הרינו תושב דארט שרייבט מען אין די כתובה ח"ו שיכון סקווירא אבער א סקווירא תושב מוז האבען שחוטי פנים די זעלבא מיט ווידיאו וכו' ס'האט אזא פנים ווי גאנץ סקוווירא ווי אזוי מ'וויל און ווען מ'וויל ווי ס'לוינט זיך בעסער א שיינער אמת! ווי האט נער יענער געזאגט א דאקטאר וואס האט סקווירא פאציענטען יעדע סקווירא פאציענט האט א גאנץ צעטל דאס ווייסט נישט מיין ווייב דאס ווייסט נישט מיין שוויגער דאס ווייסט נאר מיין ברידער ווייל עס שטינקט פון קאף שטינקט די גאנצע גוף,

      Delete
  32. עס איז נישט צים פארשטיין, פאר וועלכע סיבה איר זאלט אריין שלעפען דעם רבין זכרונו לברכה אין דעם בלאטע, איר זאגט א דבר חדש, וואס דארף ווערען. וועריפייט, איך האב קיינמאלט נישט געליינט אדער געהערט אזא מעשה ביז צים דעם היינטיגן טאג, ר'ראבון וואלדארסקי האט מיר עס נישט פארציילט ב' ניסן אין חדר, איך וועל דיר אבער פארציילען א מעשה. אמאל האט ר' דויד פעלבערבוים געהאט יארצייט שבת ער האט זיך צאמגעפאקט אין געגרייט אוועקציפארן ווייל ער פלעגט זאגען משיב הרוח ומוריד הטל, די רז"ל איז געוואר געווארען האט ער זייער געבעטען, ער זאל בלייבען אין ער קען זאגען זיין ניסח, אין צים סוף האט ער געהאט מער ווי איין תפילה, אבער צוריק אהער, איר גייט אוועק פון פאינט עס האבען נאר געוואינט אין שטעטל 100 אידין צים מערסטענס, אין לאז מיר גיין ווייטער אביסעל, איר אליין וועט דאך מאכען פארטייען, לאחר מאה ועשרים, זאל ער לעבען געזינטערייט, אבער לאזען יענעם לעבן

    ReplyDelete
    Replies
    1. נאך שענער ביז החסיד הישיש ר' חיים אייזיק ז"ל איז געקומען האט מען אין סקווירא געזונגען לכה דודי יעדע שבת די רבי ז"ל האט נישט קיינמאל גשטערט! ער האט מסכים געווען צו גאר אסך פרעמדע זאך די איינציגסטע זאך דאכצוך איז קץ מיט ברוך יאמרו חוץ מזה האט ער אליינס גברענגט מנהגים פון בעלזא אדער אנדערע מקומות

      Delete
  33. אהרן יודל4/29/2013 2:44 AM

    א סימפעל פאונט די זאגסט זייער גיט! ווען מיין טאטע ז"ל האט מיך נאך געצערטלט אין מאנטריאל, און איך אהרן יודל האב נאך נישט געחולמט פון פרידוואלד, איז ר'יוסל ווייס פון וויליאמסבורג זאל זיין געזונט, געווען אין פרידוואלד פאר א שטיק צייט פאר ערהויליגס, און ער האט זיך געבעטן ביי זיינע אייניקלעך פון סקווער, צו קומען מאכען א מנין פאר אים, האבען די אייניקלעך אנגעפאנגען צו ערענדג'ען א מנין ביז איין איניקעל, אלטר ברוך לונגער ני"ו איז געגאנגען פרעגן איצי טווערסקי דער זוהן פון רבי'ן האט איצי אים ג'ענטפערט בשם די רבי אז בשום אופן נישט זיי מעגן נישט אהין גיין אפי' איין מאהל מאכען א מנין דארט פאר זייער זיידע, נאר ער מיז דאווענען ביחידות, אבער איצי ווען עס קראצט אים נאר אביסעל די פיס זיינע האט ער שוין אן עקסטערע מנין אינדערהיים

    ReplyDelete
    Replies
    1. עס איז א געוואלדיגע זאך אז דו נעמסט שוין ענדליך "פאל-ריספאנסעבילעטי" אויף דיין בלאג, אבער עס האט נישט אויסגעפעלט צו לייגן דיין נאמען, ווייל עס האט נישט קיינער געטראכט אז א געזעצטע מענטש, מיט פרוי און קינדער, האט נישט בעסער וואס צו טון יעדע נאכט צווישן איינס און פיר פארטאגס ווי בלאגן
      יעצט צום ענין: ווילאנג עס איז געווען אן ערנסטע אחראי אין פרידוואלד האט סקווירא נישט געהאט קיין שום פראבלעם משלים צו זיין מנין
      יעצט ווען עס איז דא אן ערנסטע אחראי אין פיין וועלי, האט סקווירא נישט קיין שום פראבלעם צו משלים זיין מנין
      ווען עס וועט נאכאמאל זיין אן ערנסטע אחראי אין פרידוואלד, וועט סקווירא נישט האבן קיין שום פראבלעם צו משלים זיין מנין
      און ווייזט אויס אז דער סקווירא רבי האלט זיין זון איצי אלס גענוג ערנסטע אחראי, אז עס וועט נישט ארויסקומען קיין היפוך כוונה פון זיין טאטן ז"ל'ס רצון, פונקט אזויווי דער רבי האט געהאלטן דעם רב, הרה"ג ר' משה ניישלאס, אלס גענוג ערנסטע אחראי, ווען עס איז יארן לאנג אנגעגאנגען א מנין ביי אים אינדערהיים יעדן שבת
      צום שלוס: איך מיין אז דער ענין איז זייער פשוט און סימפאל פאר די אלע וועלכע קענען שלאפן רואיג פערטל צו דריי פארטאגס אפילו סקווירא עקזיסטירט, און פאר זיי פעלט נישט אויס ווייטער צו רעדן
      און מיר וואונטשן דיר אהרן יודל: דער אייבערשטער זאל העלפן בקרוב א שידוך א לייטישע וועסטו האפנטליך אויך קענען שלאפן רואיגער

      Delete
    2. האסט ווייטער פארבלאנדזשעט?? ענטפערסט נישט אויף וואס מען פרעגט דיר, נאר ווי א קליין קינד, שטעלסט דיך ווען ס'איז געווארן געפאוסט

      איינער האט דערמאנט אין א אנדערע פלאץ, אז די וואס גיבן דיר וואס צו שרייבן זענען געפארן קיין אנאטיווקא, איך האב וויפל צייט דו ווילסט, און ווען זיי וועלן אהיימקומען זאלסטו זיי בעטן א תשובה וואס איך ווארט נאך פון נעכטן, וואס קיין איין ווארט קלעבט נישט מיט אנדערן, ווער רעדט נאך אז די פאקטן זענען אנדערש, במילא וואס דארף מיר זיך טענה'ן אהין און צוריק עטליכע מאל, ס'איז א דאפעלטע ארבעט

      צום ווידערזעהן און אפאר טעג ארום

      נ.ב. להוי ידוע אז יעדער ווייסט וואס פאר א שקרן וכזבן דו ביסט, און די פאלטשע שלייער און וואס דו וויקלסט זיך ארום, ווי כאילו מ'מעקט דיינע תגובות, דו ביזט דער זעלבער "פון-סקווער בלאג" און דו לייגסט א תגובה מיט דיין אנדערע נאמען "סימפל-פאוינט" דו האסט דיך בטעות אריינגעסיינט מיט ביידע ניקים פונעם זעלבן
      URL ADDRESS
      נעקסט טיים רעכן אויס בעסער און מאך נישט קיין טעותים, כדי מ'זאל נישט קענען כאפן ווער דו ביסט באמת

      און צום שלוס: ברענג איך אראפ פון דיין אייגענע וועבסייט
      FINSKVER:
      asimplepoint on April 30, 2013 at 2:21 pm said:
      איך שטים צו הונדערט פראצענט. ‘מישן עקאמפלישד’. עס האט יעדער געזען איינמאל פאר אלעמאל וואס זיין אמת’ע ציל איז, און ער האט זיך איינמאל פאר אלעמאל אויפגעדעקט זיין אמת’ער פרצוף.
      איך וויל נאר צולייגן איין וויכטיגע זאך: נישט נאר איז ער נישט געקומען דא דעבאטירן, ווייל ווען עס קומט צו רעדן צום זאך איז ער באנקראט, נאר אפילו אויף ‘אין סקווירא’, אויב האט איינער שוין יא געווואלט ענטפערן צו דער זאך, האט ער דאס אראפגעשמיסן נאך עטליכע מינוט.
      איך האב נעכטן פראבירט מער ווי איינמאל צו רעאגירן, און נאכ’ן זיין אויפ’ן בלאג עטליכע מינוט איז עס געווארן אראפגעווארפן. אזוי האט זיך עס איבערגעשפילט עטליכע מאל.
      ביטע פארעפענטליכן די פאר שורות, למען ידעו

      נישטא ווער ס'זאל לאכן... ס'מעקט קיינער נישט קיין תגובות ,(דא איז נישט סקווירא-אדער דיין וועבסייט "פון-סקווער" ווי דו האסט געווארנט מיט א צענזור) גיי דורך אלע תגובות וואס איז גענוג בייסיג אקעגן א.י.ס. און מ'האט נאכנישט געמעקט קיין זוז כל שהו, והשנית האסט פריער געשאסן וועגן די זייגער קוק וואס א פארדרייטע זמן דו האסט ארויף געשטעלט אויף דיין וועבסייט, שרייבענדיג די שורות איז נאך א האלבע שעה פריער פונעם אנגעגעבנעם זמן, און ס'ליגט שוין דארט א שיינע צוויי שעה

      Delete
    3. איינער4/30/2013 2:04 PM

      ערשטענס ווער איז דער ערענסטע אחראי אויף פיין וועלי? צוויטענס לויט דיר, אנשטאט ארויס ווארפען קינדער פון די מוסדות און מאכען ל"ג בעומר שפיצלך, וואלט זיך נישט ענדערשער געלוינט צי שיקען אן ערענסטע אחראי קיין פרידוואלד? פארוואס האט מען געדארפט צאם רופען יעדעם איינעם מוצאי ר"ה, מזאל קודם טרייען בדרכי נועם? נאר וואס דען די רבי האט געהאלטען אז שיקען אן ערענסטע אחראי און אזוי וועט זיין שלום על ישראל איז נישט אזוי דרכי נועם'דיג לויט זיין מיינונג ווי אויסשיסען די קאר פענסטערס פון די אלע וואס האבען געהאט פאסטענס דורך אויס ר"ה און פרידוואלד

      ביי די וועי די ווילסט טאקע אנפאנגען צי דיסקאסען די אלע פון 10 זעפערסון וואס האבען יא א ווייב און קינדער ב"ה, וואס זיי טוהן אלס פון איינסע ביז פיהרע פארטאגס? איך מיין נישט דוקא די וואס זענען אין קאך אדער אינעם פאליש, איך מיין אפילו די וואס זענען אינעוועניג אין שטוב בקודש פנימה

      Delete
    4. אל כבוד ידידנו הרב "איינער" שליט"א

      ביטע ווארט צו ביז זיינע חברה קומען אהיים פון אנאטיווקא, ער איז נעבעך יעצט אויפן וואסער ער האט נישט וואס צו ענטפערן, איך און נאך אנדערע ווארטן שוין אויף ענטפערס כמעט א וואך, ביזדערווייל האט ער נאר צוויי אפשענס, איינס: ער פארט אוועק פונעם נושא צוויי: ער הייבט אהן שרייבן מיט א אנדערע נאמען

      Delete
  34. שטיינער4/29/2013 3:41 AM

    אפשר קען איינער פון די זקני החסידם פארציילען ווי אזוי האט אויסגזעהן די הקפות אדער די תפלות ביים רבין ז"ל אדרבה פארציילט אונז ווען האט זיך אנגעהויבען די לאנגע שעה'ס פון טאנצעריי? איך האב געליינט אין די אורות אויסגאבע [ניסן] אז די רבי ז"ל האט בכלל נישט געטאנצען ביז אין אמעריקע נאר געשטאנען ביים עמוד. נאך א חידוש איז אז שמיני עצרת פלעגט זיין הקפות תיכף ביים זמן מעריב! די גאנצע מעשה האט געדויערט ניטאמאל קארגע צוויי שעה, ד"מ אז דער זמן איז געווען זייגער אכטע איז בערך צען דרייסיג געווען יעדער ביי זיך און שטוב צום סעודה, מי יתן ירחי קדם, אזא הנהגה! וואס האט די היינטיגע הנהגה מיט דעם א שייכות? ווער רעדט נאך פון א מוסף ביים רבי'ן ז"ל מלא טעם בערך צוואנציג מינוט האט גענומען פון אשרי ביז צום סוף, הלל ביי ר' איציקעל סקווירא'רס יארצייט! טעיפ יוכיח אז עס צו גייט דאך אין אלע ביינער, בכלל איז נישט געווען א זייגער, ווי ציט מען, ווי פייפט מען, ווי ברעטשעט מען, ווי איז מען מאריך, ווי בלאזט מען דעם חוטם, אלס איז געווען ארגינעל אן קיין נערישע קולות וואס פאסט זיך פאר א אקטער, אדער בכיות ווי מתו מוטל לפניו וואס לא מיניה ולא מקצתו, און אויב די רבי קען טאקע נישט זאגען שנעלער ווער געדענקט נאך די וואכנדיגע שחריתים ווען די רבי פלעגט אריינקומען פינעף מיניט פאר סוף זמן תפלה און אנהייבען שמונה עשרה שלא כדרך הטבע בזמן און דאוונען פאר צוואנציג מיניט! א גלעכטער! א ליצנות! וועלכער בחור קען דערנאך דאוונען?אז דאס איז דער מנהיג, דער עמוד צלותהון דישראל, דער וואס איז מתפלל פאר צרות ישראל, מאכט א דאווענען, ווי א פראסטער לץ, ווען ער וואלט געוועהן אייביג עמאישנעיל, און וויינט, און מאריך, נו מילא אבער ווען ס'קומט מיר אויס גיט וויין איך, ווען ס'קומט מיר אויס גיט כיפער איך, אין זה כי אם ליצי ליצנות אויף די העכסטע גראד! עס פעלט אויס א בירור פון הערצעל, פשט, און אזא קינדערישע הנהגה

    ReplyDelete
  35. באמת האב איך גרייט אן ארטיקל ארויסצוברענגען די לעכטיגע זייט פונ’ם שטעטל סקווער בגשמיות און אוודאי ברוחניות. נאר… איך בין די גאנצע צייט מסופק אויב וואס איך טוה מיט’ן שרייבן אויפ’ן אינטערנעט איז אויסגעהאלטן ע”פ תורה האב איך אויף דערווייל מחליט געווען אז איך וועל נישט ווייטער שרייבן, צוליב דעם פאלגענדן.

    דער ציהל פארוואס איך האב געעפנט דעם בלאג איז, ווי יעדן באקאנט, קלאר צו שטעלן א צווייטן צד אינ’ם נושא וועלכע ווערט געשריבן אינ’ם בלאג ‘אין סקווער’, איך האב געפילט אז עמך יודן און בעלי בתים וועלכע קומען אן צופעליג צום בלאג וועלן אוועקגיין מיט’ן אימפרעשן אז זיי האבן טענות וואס מ’קען נישט אפפרעגן. דעריבער האב איך קלאר ארויסגעברענגט אז עס איז פארהאן א פאזיטיווער זייט, און ווי איר קענט זען האט דאס געהאט א געוואלדיגער אפקלאנג. אזוי ווייט אז ‘אין סקווער’ האט גענוצט כל שום וחניכה אוועק צו מאכן מיינע נקודות, אן קיין ריכטיגע ענטפער, נאר בכל לשון של בזיון וואס ער האט געטראפן אינם ווערטער בוך. איך האב געגעבן דעם געלענהייט צו קאמענט’ן און איך האב אקצעפטירט ‘אלע’ קאמענט’ס וועלכע זענען געווען זאכליך, און אפגעענטפערט דיע וועלכע האבן געדארפט אן ענטפער. ‘זיי’ האבן נישט געוואלט נוצן דעם בלאג צו דעבאטירן, צוליב דעם וואס זיי האבן געוואוסט אז ‘דא’ וועט מען נאר קענען רעדן ‘צום זאך’, און דאס זענען זיי דאך נישט ביכולת.

    איך האב געקריגן דעם געפיל אז איך האב שוין אויפגעטוהן מיין ציהל, ‘מישן עקאמפלישד’. איך האב זייער קלאר מסביר געווען דעם פאזיטיוון זייט פונ’ם ענין אזוי אז ווער ס’וויל פארשטיין האט די מעגליכקייט. און ווער ס’האט א געשמאק זיך צו קאכן אין דברי בזיון וליצנות אויף כל דבר שבקדושה איז וועלקאם צוריק צו גיין צו ‘אין סקווער’, פארשטייט זיך אויף אייער אייגענער אחריות. ווי עס זעט אויס איז נישט פארהאן קיין פלענער ביי ‘אין סקווער, זיך אפצושטעלן עני טיים סאאן.

    איך דאנק אייך זייער פאר’ן מיר אויסהערן, אי”ה אויף בעסערע פלעצער.

    ReplyDelete
    Replies
    1. שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה! ענדליך הערט מען פון דיר עפעס אמת אויך

      ווי עס זעט אויס איז נישט פארהאן קיין פלענער ביי ‘אין סקווער, זיך אפצושטעלן עני טיים סאאן.

      יא יא. רוח הקודש מדברת מתוך גרונו

      Delete
    2. מישען איז אקאמפלישט אזווי עס איז גווען אקאמפלישט ווען פרעזידענט באש האט געזאגט די ווערטער. דברי בזיון אויף כל דבר שבקדושה? זאג מיר איין ליצנה פון א דבר שבקדושה, וואס הייליג, ווען הייליג, קיין שייכות מיט קדושה, ווייט ווייט פון קדושה כרחוק מזרח ממערב, איין קליינע דוגמה, דאס וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין סקווירא, און אין די הייליגע הויף, יארען, לאנג וואס איינער האט זיך משתשעה געווען מיט תנוקת של בית רבן, און בבית רבינו האט מען געוויסט, פון וועלכע שערי קדושה קומט דאס. עס איז דא פלענער זיך אפצושטעלן, אבער קודם זאל בחצר הקודש זיך אפשטעלען. און עס וועט ווייל שקר אין לו רגלים, און אוודאי נישט קיין ראש.

      Delete
    3. שכוח פאר געבן רשות צו גיין אויף מיין אחריות אין סקווירא און זיך אנליינען אנהערן צרתן של ישראל וואס שמאכטען אין סקווירא טורמע ברוחניות ובגשמיות ברוחניות וואס מ'צווינגט נעבאך אידען כפי' דתית למשל מיט איין מציאות נאר יעדר יונגעל מוז מען געבען סנדקאות פארן אדמור אין שו"ע ווערט געברענגט מ'זאל געבן סנדקאות פאר א יראת שמים נו! פרעג איך אייך א איד וואס איז פארנומען מיט עצמי וכבודי פיר צוואנציג שעה זיבען טעג א וואך דער האט יראת שמים? וואס וועט שוין די קונדער אויסוואקסען ממילא יארן צוריק ווען רוב ציבור האט נאך געגלייבט נו כסיל בחושך הולך האט די בוכ"ע זיך מרחם געווען ס'האט נישט עפעקטעט די קונדער,
      היינט אבער ווען רוב תושבים האלטן די רבי פאר א "קל" לכל היותר נישט ערגער פון א צווייטער
      אבער זייער ווייט פון א ת"ח אדער א מתמיד אדער א ירא ד' ווער רעד דען בכלל צו ער איז א מיצר בצערתן של ישראל
      שוין נישטא כמעט ווער עס האלט אז די רבי וויינט מיט א תנועה של אמת יעדערד פארשטייט עס האנדעלט זיך פון א אנשטעל פון א רבי יעצט גייט מען מיט א שאל תקופת תמוז ווי א חמור ווייל דאס איז די איינציגסטע ווייסע קלייד אויף די רבי
      ליידער די רבי ז"ל איז געגאנגן קרוע בלוע ניטאמאל א שאל נאר מיט א געשטריקטע האנטוך פון משותלח'ס צייט אויך נאר בימי החורף, מיט וואס וועט די רבי מטיל אימה זיין? א צורה האט ער ווי א יאץ די איינער זאך א ווייסע שאל נוסח וויזשניץ,
      אקעי א שיינע קאר מיט לייט'ס פיין אבער אפען רבין זעלבסט די איינציגסטע איצטלא דרבנן איז נאר די זיידענע ווייסע שאל אזוי זעהט מען אז מ'האנדעלט דא מיט א מורם מעם! ווען אייינער קומט אריין ביים רבין אין שטוב דער זעהט שוין יוצא משרתים ואשר משרתים א שטיל ווי נבוכדנצר וואס דאס לייגט שוין א פחד,
      אבער כשהמלך בשדה וואס זעהט מען דען? מוז מען מאכן א נייע לבוש פון א שאליק מיט א ברילן ביים שפיץ נאז נאך אפי' בימי התשחורת כדי מיט עפעס זאל מען זיי רבי'ש
      די זעלבע דארף איך אייך נישט פארציילען די צרות בגשמיות ווען עס האנדעל זיך מיט פרנסה! די איינציגסטע מקום אין כדור הארץ וואס א מלמד נאך א פאר יאר שנייד מען זיין געהאלט יא איר הערט גיט ס'נישטא א מציאות ווי א העכונג נאר א קאט! פון די כולל רעד איך נישט ווייל איך בין זייער פארווייטאגט פערזענדליך הגם דער מנכ"ל איז א צדיק ראוי' לקבל קוויטלעכך עני טיים אזוי ווי דער אדמור זיין מסירת נפש וכו' אבער מצד די הויף דארף מען נאר א כולל אז ס'זאל שטיין אזוי אין צייטונגען אז די גרעסטער כולל און כדור הארץ איז דא אין סקווירא כידוע וכבוד ד' הסתר דבר ואכמ"ל, חלילה אז איינער זאגט דא צר לי המקום איז דינו בר... ממילא פיל איך א זכי' אז דער פון סקווירא האט שוין פארמאכט זיין פי האתון געטון האט ער באצייטענס ער קען זיך בשום אופן נישט פארמעסטען מיט אלע הרבה טענות ומענות איז גרינגער צו זאגען ביי אונז הארוועט מען א יאר זיבעציג און מ'שווייגט און ווען מ'ווערט מיעד שווייגט מען ווייטער כידוע אבער ב"ה דא אין סקווירא ירחיב ד' גבולך און געב ארויס די אמת'ע אמת למען ידעו וואסערע רשעות גייט דא פאר, לסיומא דמילתא, דער שופט פון שפיצער איז א שוטה, ווען ער וויל באמת פסקנן גיט וואלט ער געדארפט פסקנ'ן אז דער רבי זאל דאוונען יעדע שבת קבלת שבת שחרית ומוסף און שפיצער זאל שטיין לעבען רבי'ן מהחל ועד כלה מרגיש זיין דער טעם פון זיין דאוונען, און די צוויי וואלטן געווען גיט געשטראפט וואס מיינט איר ווען יעדע שבת דארף ער מאכן אלע תפלות ווי לאנג וואלט ער ג'קענט אנהאלטען פארגעסט נישט ווי אזוי זיין דאוונען זעהט אויס יעדן טאג און דער שפיצער וואלט זיכער געווארען א מבין וואס די אידען דארט וואס האבען בעסרע קעפליך און כאפען שנעלער א עסק וואלט געווען א שטיקעל ישועה, יעצט ליידער יא יא שפיצער זוצט און טורמע ס'נישט קיין מוציא מיט האניג אבער ער איז פטור פון די נערישע צעקות בכיות און אריכות און די רבי קערט א רעטאך, וכולם שמחים

      Delete
  36. צי מסביר זיין פאר א פרעמדע מענטש, פון ווי קומט אזא האס צום רבין , וואס איר קענט זען אינם שרייבער פון די לעצטען קאממענט, וועל איך געבען א משל, איר האט שותף אין א ביזנעס פאר צוואנציג יאר, נאך אלע יארען ווערט איר געוואר אז ער האט אייך באגנב'עט די אלע יארן, "ער האט מיר באגנב'ט מיינע יארן

    ReplyDelete
    Replies
    1. ווער איז דיין שותף? א שיינע משל אבער נישט ענדליך צו נמשל
      ווער האט דיך באגנב'ט? וואס האט מען די באגנב'ט
      איך וועל דיר געבן א משל דומה.
      דו ארבעטסט אויף א פלאץ פאר 20 יאר פאר $400 א וואך און דו ווערסט געוואויר אז דו א אנדערע דזאב צאלט $500 א וואך. ביזטו ברוגז אויף די ערשטע ארבעטס פלאץ? אז מהאט דיר באגנב'ט די אלע יארן
      אויב יא האסטו א פראבלאם אין לעבן. וועלקאם טא ריל ווארלד

      Delete
    2. ענטשולדיגט ס'נישט סתם בא'גנב'ט מיר האבן א דיעל פון איין זייט א רבי וואס איז מוסר נפשו ולבו פאר כלל ישראל מתפלל משפיע זארגט פאר כל יחיד ויחיד ברוחניות ובגשמיות פון די אנדערע זייט א חסיד וואס ברענגט ערליך קוויטלעך מיט גרויס געלט כל אחד לפי דרכו, און טוט וואס די רבי הייסט און פאלגט בלב ונפש גייט אין פייער אריין אפי' גיהנם פאר'ן רבין,
      און אצינד ווערט מען געוואור לא הי' דברים מעולם די רבי זארגט נישט פאר מיר נאר פאר זיך, נישט מתפלל פאר קיינעם מאכט נאר א שפיל.
      ער לערינט נישט דאווענט נישט טראכט נאר גזירות פאר זיינע תמימות'דיגע נאכשלעפער, און איך ברענג מיין גע'הארווטע געלט פארן חצר האדמור און וואס באקריג איך למעשה דערפאר צרות יגון ואנחה, דאס מיינט שוין איינמאל באגזלט און באגנבט רצחת וירשת.

      Delete
    3. איך פארשטיי אינגאנצן נישט. דו זאגסט אז 'דו' האסט זיך גענארט
      ווער איז שולדיג דערין?
      דער אמת איז אז דער ערשטער האלב איז אמת און היינט נארסטו דיך
      אבער אפגעזען וואס עס איז דער אמת, וועם בלעמסטו?

      Delete
    4. נו, פריי דיך אז דו האסט זיך שוין ענדליך געכאפט, און טו אויף אין דיינע איבעריגע יארן וואס זענען דיר פארבליבן עפעס זאכליכערס ווי זיין פארנומען נאר מיט דער וואס האט דיר באגנבעט
      גענוג וואס ער האט דיר באגנבעט דיינע יארן ביז אהער, פארוואס געבסטו אים אוועק אויך דיינע איבעריגע יארן

      Delete
    5. סקווערער5/05/2013 1:16 PM

      ווער האט מיך אויסגנערט ווער האט צו גענימען מיין מוח ? ווער האלט אן דיין מוח? לאמיך אף לאמיך גיין מיין וועג סגענוק געווען ביז 28 יאר אפשר ביי זיעבציג וועל איך שוין ווערן צוריק תמומתדיג

      Delete
  37. מיין שותף איז געווען די רבי, אין בדך אגב האב איך הנאה פון דיין משל פון $400 צי $500 וייל איר זענט שוין א מודה במקצת אין צום לעצט איך האב א משל פאר אייך, אויב איר האט געקענט אברהם ברייער, (משגיח) אין ישיבה

    ReplyDelete
  38. asimplepoint5/05/2013 12:44 PM

    נו, פריי דיך אז דו האסט זיך שוין ענדליך געכאפט, און טו אויף אין דיינע איבעריגע יארן וואס זענען דיר פארבליבן עפעס זאכליכערס ווי זיין פארנומען נאר מיט דער וואס האט דיר באגנבעט
    גענוג וואס ער האט דיר באגנבעט דיינע יארן ביז אהער, פארוואס געבסטו אים אוועק אויך דיינע איבעריגע יארן

    ReplyDelete
    Replies
    1. נו דערפאר בין איך מפרסם דעם אמת

      Delete
  39. א סימפעל פאוינט, זייער גוט געזאגט, אבער אויב די קענסט יא אזוי צו דערזאך צוריק ענטפערן, נו פאר וואס נעמסטו דיך נישט צו די ארבייט, אפצוענטפערן די אלע ערענסטע טענות וואס די אלע געליטענע האבען, דא אויף דעם בלאג? עס קען ח''ו אויסזעהן ווי זיי זענען אינגאנצען גערעכט,מענטשן קענען מיינען אז דו ענטפערסט נאר אויף א זאך וואס דו האסט תירוץ,אבער אויף אלע אנדער זאכען ביסטו אויך מודה, הא הא הא איך האב א שטיקעל עצה, לאמיר זיי אינגאנצען איגנארירען אזוי וועלן זיי טראכטן, אז באמת קענען מיר זיי גוט אפ פרעגען אויף אלעס,נאר וואס דען? אונז ווילן נישט ענטפערן, ווייל און ווייל און ווייל

    ReplyDelete
    Replies
    1. שוין איבער א וואך וואס איך זוך מיט לעכט עפעס איין גראדע זאץ אין דעם בלאג צו קאמענטירן דערויף, אבער אן ערפאלג
      עס האט זיך דערקייקלט צו א שרעקליך קינדערישע סטאנדארט
      איך האב נישט געמיינט קיינעם דא אפצוענטפערן ווייל איך האלט נישט אז עס איז דא דא איין געזעצטע בר-שכל מיט וועם צו פירן א וויכוח
      בסך הכל ברענג איך ארויס מיין ווייטאג אז מענטשן וואס קענען אזויפיל ביישטייערן פאר די מענטשהייט, לאזן זיך גנבענען זייערע יארן און פארברענגען אויף א בלאג וואס האט קיין שום פרעסטידזש

      Delete
    2. נעבעך דאס איז טאקע די סקווירא חינוך , צו בלייבן א גאנץ לעבן קינדיש און קליינקעפיג כדאי מען זאל גלייבן אינעם רעבין

      Delete
    3. עס זעהט זיך אן דיין חינוך מיר זענען באוויסט אלץ איידעל פון איין זייט חס ושלום רעדן א ווארט וואס חס ושלום חס ושלום רחמנה ליצלן קען נישט קיין סקווירא מויל רעדען ח"ו אבער למען כבוד סקווירא קען די רבי זאגען וועגן סקווירא דורות נאך איידעל ווען א איד טוט למזל א שידוך שטאץ מחזק זיין געט מען א סילוק אזאנס וואס א סאטמארע שונא ישראל קען נישט, אבער ווען מיר רעדען פון דתן ואבירם חס ושלום זאגט מען דאס זייער איידעל ווייל די פה המדבר איז דאך מכוון נגד... און די שמירה איז דאך מרמז וכו'.. וכו איז מר' סימפעלפאוינט די טוטס זייער וויי א ציבור עצום פון צענדליגער טויזענטער אידען וואס דערקוויקען זיך אזוי ווי אויר לנשימה למען כבוד סקווירא און אויף דעם שטייט הדבק במדותיו מה הוא שקר גם אתה כזב וכו'

      Delete
  40. סאיז נישט שיין, א סימפלפאוינט ליינט אלעס דארוך. ער קומט שטאט צום שכל, דארף מען נישט האקען יענעם א נאגעל אין קאפ

    ReplyDelete
  41. For the effectiveness of the blog, to be m'karev more Jews to yidishkeit and to bring greater awareness for the world enlarge it must be translated into english or create an English version.

    ReplyDelete