דעם רבין"ס צווייטער בריוו

דעם רבין"ס צווייטער בריוו 
 


 


נישט דורך צו פיהל צייט זייט מיר האבן אהן גיהויבען די בלאג, און סאיז געקומען א ענטפער פון סקווער. די קהילה האט באשלאסן אז סאיז נחוץ צי ענטפערן, ווייל אז נישט קען עס נאך חלילה שטארק שאטן, סדערמאנט אונז א בריוו וואס די רבי האט זיך איינגעעקשנט ארום צו שיקען צוויי יאר צוריק צו אלע אנ"ש ערקלערן וואס פאר א ל"ג בעומר שפיצל די בחור האט געוואלט טוהן מיטן אנצינדן דעם הויז.ם
 ו    
 

פאלגענד איז דער איך וועיס נישט בריוו וואס זיי האבען יעצט ארויסגעשטעלט
  
 צום אלעם ערשט וויל איך קלאר שטעלן אז איך בין
 נישט קיין אפיציעלער פארטרעטער פון סקווער און איך בין נישט באשטעלט געווארן דורך קיינעם

איך האב נאר אין די לעצטערע צייטן באקומען לינקס צו פארשידענע געשרייבעכצער, אין וועלכע איך זעה א געפערליכע האס און שנאה צו סקווירא, און איך, זייענדיג א נאכפאלגער פון סקווער, בין זייער געטראפן פון דער פאקט אז עס ווערט נישט אפגעענטפערט געהעריג, און מאנכע מיינען אז עס איז א בחינה פון שתיקה כהודאה. איך ווייס אז איך לאז מיך אריין אין דעליקאטע עניינים, אבער מיינע געוויסן הייסן מיר דאס צו טוהן, און איך פיהל אז עס איז אן עת לעשות.

אויך וויל איך קלאר באטאנען אז איך ווייס זייער קלאר אז איך גיי נישט טוישן די מיינד פון די מחרחרי ריב וועלכע פרייען זיך אויף יעדע שטיקל שמוץ און דברי בזיון אויף סקווער (מן הסתם אויך אויף יעדע אידישע קהילה קדושה) כמוצא שלל רב, און צו זיי ציהל איך אינגאנצן נישט. איך ווייס נאר אז עס זענען אויך פארהאן יונגעלייט מכל קצוי תבל וועלכע קוקן אויף סקווירא מיט פארוואונדערטע אויגן פרעגענדיג ‘וואס גייט דארט פאר אין סקווירא?’, און עס איז ביז היינט נאר געווען צו באקומען די באריכטן אין די נעגאטיווע פארמאט, צוליב דעם וואס די גאר גרויסע מערהייט פון בלאג פאסטערס זענען פון די מהרסים וועלכע קענען נישט פארנעמען די וואוקס און בליה פון סקווער, און ס’רוב פון סקווירא איינוואוינער און נאכפאלגער האבן נישט קיין עקסעס צו די זאכן בכלל, און דעריבער קען זיך אמאל דוכטן אז סקווער האט פארלוירן איר געלדענעם גלאנץ, דעריבער וויל איך אין די פאלגענדע שורות מסביר זיין וואס עס גייט באמת פאר, ווי ווייט איך בין באקאנט מיט די פאקטן.

וזה החלי… סקווער (אדער סקווירא, ווי עס ווערט אפיציעל אויסגעלייגט) איז אן הייליג שטעטל וועלכע איז געבויט געוואר בערך שנת תשי”ז מיט בלוט און שווייס דורך כ”ק מרן הקוה”ט מסקווירא ז”ל, מיט’ן איינציגן ציהל אז עס זאל זיין א פלאץ אין אמעריקא ווי מ’זאל קענען ערציהען די קומענדיגע דורות בקדושה וטהרה, און ס’זאל נישט אנקומען אזוי שווער ווי עס איז דאן געווען אין די שטאט אין וועלכע מ’איז אויסגעשטעלט צו די גוי’שע און מאדערנער גאס.

ער האט אוועק געשטעלט פארשידענע גדרים וסייגים וועלכע ער האט געפילט פאר וויכטיג, צו דער ערציהונג פונם יונגן דור. איינס פון די גרויסע יסודות איז געווען אז אין סקווירא זאל נאר זיין איין ביהמ”ד און איין מנין שבת קודש און יו”ט צו קבל”ש און שחרית-מוסף, דער ציהל איז בפשטות געווען (ס’קען זיין אנדערע סיבות, אבער אזוי פארשטיי איך) אז אזוי וועט זיך איעדער תושב פילן ווי אן אקטיווער חלק אינ’ם זעלבן קהילה, און אזוי וועט זיין אן הנהגה צו וועלכע דער עולם וועט זיין אויסגעשטעלן ווייניגסטנס איינמאל א וואך דורכ’ן דאווענען צוזאמען. אבער אפגעזען צו דאס איז די סיבה, איז דאס, אן קיין ספק, געווען דעתו ורצון קדשו פונם מייסד פונם שטעטל, און ער האט נישט ארויפגעלייגט קיין עקספיירעישען דעיט דערויף, ווי אנדערע ווילן זאגן, אז ער וואלט שוין היינט אנדערש געזאגט.
זענען געקומען מהרסים וועלכע האבן זיך געפיהלט אומבאקוועם אין שטעטל, און אנשטאט מחליט זיין אז דער שטעטל איז נישט געמאכט פאר זיי, צוליב דעם וואס זיי פארנעמען נישט דער פאקט אז עס איז נאר דא איין הנהגה אין שטעטל, האבן זיי געוואלט טוישן איינס פון די גאר שטארקע יסודות אויף וועלכע די שטעטל איז געבויט געווארן, און ווערט ווייטער געפיהרט.

העכסט פארשטענדליך, אז דאס האט נישט געמעגט פארשוויגן ווערן, און די חברי הקהילה און דיינים פון שטעטל האבן פרובירט מיט איעדע מעגליכע טאקטיג, מיט גוט’ן און מיט בייזן, דאס אפצושטעלן, אומסוקסעספול. דערנאך איז ליידער געשען וואס עס איז געשען, וואס עס זענען כולי עלמא מודי אז האט נישט געדארפט געשען, אבער איז ווי נישט ווי אביסל פארשטענדליך.

לאמיר נעמען א משל פון א ביהמ”ד אין וויליאמסבורג. דער רב און מייסד פון ביהמ”ד האט איינגעפירט אז אין דער ביהמ”ד זאל נאר זיין איין מנין פאר שחרית שבת צופרי. נאך עטליכע יאר איז צוגעקומען נייע מתפללים, וועלכע האבן פון’ם אייגענעם מיינונג מחליט געווען אז דער ביהמ”ד דארף שוין נאך א מנין, און איין שיינעם שבת האבן זיי צוזאם געקראצט א מנין און זיך געשטעלט דאווענען. וואלט זיי דען דער רב נישט ארויסגעטראסקעט פון’ם ביהמ”ד? און אויב וואלטן זיי זיך נישט געלאזט מיט גוט’ן וואלטן די אנדערע ערנסטע מתפללים זיי לגמרי באזייטיגט. נישט קיין ספק.

ס’קען זיין אז דער מציאות פון נאר האבן איין מנין שב”ק צו קבל”ש און שחרית-מוסף קוקט אויס אין די אויגן פון די גאס ווי אן אומגעווענליכע און נישט גוטע זאך, אבער דאס איז געווען איינס פון די יסודות אויף וועלכע דער סקווערער רבי ז”ל האט מיסד געווען דער שטעטל. און אויב קומען יחידים און ווילן דאס אונטערברענגען, אוודאי ברענגט דאס אויף א געוואלדיגע היציגקייט אין די יונגווארג און מ’טוט וואס מ’טוט.

חוץ פון דעם, איז דער מנין וועלכע די מהרסים האב’ן מייסד געווען נישט געווען די איינציגסטע עוולה וועלכע זיי זענען באגאנגען אנטקעגן דער סקווערע רבי שליט”א און אנטקעגן רוב פון די תושבים וועלכע זענען צופרידן פונ’ם סקווערן לייף סטייל. זיי האבן געמאכט ליצנות פון די כח ההנהגה פון סקווער ווען נאר געווען מעגליך, און געזוכט וויאזוי נאר מעגליך אונטער צו ברענגן די כח ההנהגה פון סקווער.

עס פרעגט זיך אליין, ווי זענען די רעכטן פון’ם רוב פון די איינוואוינער וועלכע ווילן יא האבן די סארט הנהגה, און די מהרסים ווילן עס אונטער ברענגן? אויף צו האבן די זעלבע סארט הנהגה ווי אנדערע חסידישע מקומות קענען זיי אהין גיין. מיט וועלכע רעכט מעגן זיי צונעמען די לייף סטייל וועלכע די סקווערע איינוואוינער האבן? אויב איז עס נישט באקווען פאר זיי, זאלן זיי טרעפן וואס עס איז יא באקוועם, און נישט נעמען דעם עקזיסטירנדן לייף סטייל און ארום דרייען לויט זייער באקוועמליכקייט.

איך וויל קלאר שטעלן דעם טאון. איך האלט אויסדריקליך אז דער וועג פון טעראר איז נישט דער אידישער וועג. אבער עס איז ברור כחמה אז עס איז א געוואלדיגע עוולה אנטקעגן א קהילה קדושה, צו נעמען דער הנהגה פונם פלאץ, און צוליב יחידים וועלכע זענען נישט צופרידן פונם מהלך, פרובירן צו טוישן. און עס ברענג אויף הייס בלוט ביי די וועלכע קענען זיך נישט קאנטראלירן.

אפילו אויב די מהרסים וועלן זאגן אז רוב איינוואוינער פונם שטעטל ווילן נישט די יעצטיגע הנהגה, וועלכע איז פאר איעדן בר דעת קלאר שקר, זענען זיי נאכאלץ נישט בארעכטיגט דערצו. זיי מעגן אפשר פרובירן איבער צו רעדן מענטשן זאלן מופן צו פלעצער אין וועלכע זיי וועלן זיין מער צופרידן, אבער טוישן דער מהלך ההנהגה פון א פלאץ? אויסדריקליך אן עוולה שאין כדוגמתו, אנטקעגן דער מייסד פונם שטעטל, אנטקעגן דער סקווערע רבי שליט”א, אנטקעגן דיר רבני ודייני הקהילה, און אנטקעגן אלע איינוואוינער.

איך וויל דא אויך קלאר שטעלן אז אין סקווערער שטעטל וואוינען היין צו טאג בערך 1200 משפחות בלי עין הרע, און צו זאגן אז אין סקווער באגייט מען זיך טעראריסטיש און ענדליכע לאזונגען איז א געוואלדיגע עוולה. אויב פון 2500 ערוואקסענע מענטשן (מענער פרויען און בחורים) זענען פארהאן 10 מענטשן וועלכע קענען זיך נישט קאנטראלירן, ווערט שוין דער גאנצער שטעטל אפגעפרעגט? ווי איז פארגעסן געווארן די הונדערטער גאלדערנע יונגעלייט וועלכע לערנען 18 שעה’דיגע טעג? ווי זענען פארשטעקט די חשובע דיינים מיט וועלכע די רבנישע גאס קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן? פארוואס הערט מען נישט אויף די גאס פון די סקווערע אפגעהיטענע בעלי בתים? יא, סקווער האט א גרויסע מאיאריטעט פון גאר חשוב’ע יונגעלייט און עלטערע יונגעלייט, און צוליב די עטליכע יחידים וועלכע טוהען נארישע עוולות אויך די אייגענע הענט, איז דאס דער אימעדזש וואס הייסט ‘סקווער’.

דער תירוץ איז פשוט. אין גארבעדזש קען איז נישט דא קיין אויבן אן, און צו מיסט קלעבן פליגן. דער אלגעמיינע גאס ציהט צו לשון הרע ורכילות אנטקעגן יחידים און נאכמער אנטקעגן קהילות ווי פליגן צו מיסט. און אז מ’קען נעמען א קהילה קדושה ווי סקווירא און אויפבויען א קעיס אנטקעגן זיי, קוקט מען אוועק פון אלע פאזיטיווע פאקטן מיט וועלכע די קהילה איז ב”ה געבענטשט, און מ’קלעבט זיך אן אין די שמוץ וואס עטליכע אום קאמפאטענטע יחידים באגייען.
איך מיין אז עס איז צייט אז לכל הפחות יודן בעלי דעת זאלן איינזען אז די סחורה וואס ליגט ‘אן דיספלעי’ אויף די אינטערנעט, איז דירעקט ארויס געלייגט דורך אנשי בליעל וועלכע פארנעמען נישט קיין שום דבר שבקדושה און לייגן עס אן אויף יחידים און קהילות קדושות צו בארעכטיגן זייערע געוויסן.

שכוח פאר’ן מיר אויסהערן.

19 comments:



  1. ברוך שהחיינו וקימנו והגענו לזמן הזה
    איך לויב דעם באשעפער אז, עס האט געמאכט דעם ריכטיגען רושם, עס האט געהאט דעם ריכטיגן אפקלאנג, אזש די סקווירא רשעים האבען געפילט אין סכנה, אזוי ווייט אז עס האט געמוזט קימען די בריוו,
    יעצט אויפן עצם בריוו וועלען איך זיךך באנעמען צוביסלעך אין אייך ווייזען מיט וועימען אינז האבען דא צוטין די אלע יארן

    ReplyDelete
    Replies
    1. דער ארטיקל איז נישט קיין בריוו. עס איז געקאפיט פון http://finskver.wordpress.com

      Delete
  2. שעפעעלע זיסע סתם חוזק מאכען פון סקווירא, די לעבסט און עולם הדמיון, און די האסט א מוח דחוק, קיינער דא האט נישט אזוי גוט ארויס געברענגט ווי נאריש די קעפ פון סקווירא גייט, אבער די האסט עס גיט אראפ געלייגט, כאילו מען האנדעלט פון אפאר מחרחי רוב, זאג נאר איז ר' י. ש. שליט"א א מחרחי רוב, איז ר' א. וו. שליט"א א מחרחי רוב, וכו', וכו', מענטשען זענען אהן געווייטוגט, מען בעוול'ט מענטשען, מיטען שלייער פון די רבי זי"ע, דריי מיר נישט, קיין קאפ, און נאר דיך נישט אליינ'ס, אז די רבי זי"ע האט געמיינט אהבת ישראל, און וויפיאל שנאת ישראל דאס איז גורם, סתם זיך איינרעדען הייליג שמייליג, דאס פלאץ האט נישט מיט קיין הייליגקייט איינגעלייגט קיין כי הוא זה, ווייל טאמער יא, וואלט מען נאך אזוי קער גענומען פון מאלעסטערס וואס מאכען קלי' אינזער טייערסטע, אזוי מען נעמט קער פון אפאר געציילטע מענטשען וואס גייען דאווענען ארויס פון שטעטעל, איז געווען א אימערדזשענסי מוטינג אין די חצר הקודש, וויאזוי אפצוראטעווען די הייליגע נשמות וואס פאלען? יא קען זיין עס איז געווען, אבער נישט אזוי אימערדזשענסי און וויכטיג עס אפצוהאלטען מוצאי ר"ה, . איז מצער זיין וויי טוהן יודען קאליע מאכען שידוכים, גנבנ'ן פון מענטשען זייערע חפצים, צוברעכען פענטסטער'ס, נאכשרייען מענטשען, נישט אזוי הארב ווי גיין דאווענען אין פרידיאלד איז דאס נישט אהן גערופען טעראריזאם? און אז עס איז 1200 יונגערלייט וואס לערנען און דאווענען, יא עס איז זייער חשוב, און זייער הייליג, אבער זיי פארדינען נישט צו האבען פירער'ס וואס לאזען צו אזוי מין התנהגות, וואס איז נישט אויס געהאלטען על פי תורה, על פי חסידות, על פי נורמאלקייט אפשר על פי דזשאי לענד יא, און נער דיך נישט אליין'ס אז עס איז נאר 10 יונגערלייט, און קענסט נישט באשילדיגען אנדערע, ווייל נאר 10 יונגערלייט האבען געדאווענט און פרידיאלד, און מען האט עס אפגעשטעלט, דאס מיינט אויב זיי ווילען קענען זיי. דאס פלאץ איז פיל מיט שקר, עס איז אדוירעך געפוילט פון קאפ ביז פיס. די רבי זי"ע באוויינט דאס שטעטל, ער האט געמיינט אהבת ישראל, און קוק וואס קומט פאר, אז מין שנאה, אזוי פיעל האס, וויפיעל מענטשען האט מען שוין וויי געטוהן, ,

    ReplyDelete
  3. דאס וואס די זאגסט אז די "חברי הקהילה" און "דיינים פון שטעטל" האבן פרובירט מיט איעדע מעגליכע טאקטיג, מיט גוט’ן און מיט בייזן", וואס איז מיט דער רבי???? ער האט גארנישט געהאט קיין מיינונג ??????? אין דעם

    ReplyDelete
    Replies
    1. ניין די רבי ווייסט נישט

      Delete
  4. יעצט וועל איך זיך באנעמען צים אנפאנג בריוו, איר שרייבט אז איינע פון די יסודות פון שטעטעל איז געווען אז עס איז נאר דא איין שול , אין עס האט נישט קיין איקספרעישען, איז דאס די עשרת הדיברות, ? איז דאס א הלכה? איז דאס מנהג? איר אליין טוישט יעדען טאג זאכען לויט ענקער באקוועמלכקייט, (אפילו סאיז קעגען הלכה), אבער לאזט מיר גיין אביסעל ווייטער איר שרייבט, אין איר ווייסט נישט ווי גיט איר שרייבט, אפאר מאל ברענגסטו ארויס, אז מען קען נישט נאכדעם האבען קיין טענות אויף די יונגע בלוט, אויף די פאר היציגע, בנוסח סקווירא,נאכדעם וועלען זיי טיען וואס זיי טיען,פארברענען מענטשען(עפרא לפומא) צי זאגען מען קען נישט האבען קיין טענות, זענט איר אין א חזיון, איר פאנטאזירט אז א פרעמדע מענטש לייגט זיך דאס אויפן שכל , אין באמת איז עס נאך אסאך ערגער, ווייל די ניגון האט די משגיח, שלמה דוב הערצל, געזאגט לכתחילה פאר די בחורים ,אז ווען א בחור ווערט היציג אין טוט עפעס קעגען די וואס גייען דאווענען וועט קיינער נישט קענען האבען קיין טענות , עס איז דא אויף טעיפ, איך וועל ממשך זיין בקרוב

    ReplyDelete
  5. צו לאנג פאר מיר, קענסט מיר זאגען און קורצען וואס איז די מעלה פון די שטעטל, און א קורצע תירוץ אויף אלעס וואס איך זעה אל'ץ וואס קומט דארט פאר, נישט קיין לאנגע פשטל'ך, איך האב 100 קושיית, און אויב דארף מען אזוי לאנג צו פארענטפערען, טויג נישט. איך קוק ארויס אויף א קורצע קלארע פשט

    ReplyDelete
  6. נאפ צו לאנג פאר מיר, קענסט עס מאכען און קורצען? איך האב מיליאן קושיית אויף די פלאץ, און אז מען דארף אזוי אריכות שרייבען צו מצדיק זיין א הייליג פלאץ, איז נאך א קשי' וואס איך האב, איך האב נישט קיין געדולד צו ליינען, אזוי לאנג. פארוואס טוסטו נישט ווי אנדערע, ענטפער און קורצען: די אפיקורס.

    ReplyDelete
  7. סקווירא גיט מיך א שטיקעל הסבר אויף די מיינד סעט פון די אראבישע דזשיהדיסט. פון יעדע זאך קען מען עפעס ארויס נעמען

    ReplyDelete
  8. סקווירא האט פיינע יונגעלייט, חושבע בעלי בתים, כולל יונגעלייט תמימות ערליך ועוד ועוד


    אויב האלטסו אז 90 פראצענט איז צופרידן פון די הנהגה איז באמת זיך נישט אינרעסאנט צו אמפערען מיט דיר, די פאקט איז אז א ריזיגע חלק האט נישט ליב די הנהגה און איז זייער אינטער געדריגט אינטער די הנהגה
    גיי ארום קוק וויפיל יונגעלייט לאכען היינט פון אלעס, קוק אן ישיבה גדולה וויאזוי בחורים רעדן, דאס איז אמאל נישט געוועהן, אזויפיל יונגעלייט לאכען אפ אבער זיי שפילען א געהם, סקווער וואקסט קנ"ה אזוי שנעל כן ירבו, די טיש איז נישט גרעסער געווארן די לעצטע פאר יאר, וויפיל יודן ווייסטו קומען צום טיש געצווינגענעהייט? ס'איז אויסגעשפילט


    די רבי זצ"ל האט נישט געגעבן קיין דעיט פאר איקספיירעישן, אבער ווי איז געהערט געווארן אזא זאך, אז א שטעטל פון 1200 הונדערט משפחות זאל האבען איין מנין, צו מ'איז אלט צו יונג אלעס דארף דארט דאווענען, וואס פארא נערישע משל איז דאס צום קליינעם שול אין וויליאמסבורג?

    ווי איז געהערט געווארן א זאך אז א רבי קומט אריין צו הקפות 1:30 אויף דערנאכט ווען טויזענטע מענער פרויען קליינע קינדער קענען נישט גיין ערגעץ אנדיש און מ'איז געצווינגען דארט צו זיין, די האלטס נישט די רבי זצ"ל פאר אזא ליידיגייער, ער וואלט נישט געפאניגט אזא גרויסע עולם. ער וואלט געטוישט יא, זייער פשוט, מ'קען נישט מלחמה האלטן מיט די שונא מיט די געווערן פון די טאטע, מ'מוז ניצען די היינטיגע כלי מלחמה, א שטעטל פון הונדרעט יודן איז איין מנין א הערליכע זאך, נישט 1200 הונדערט, יעדער רעכט דענקיגע מענטש האלט אז דאס איז אן עוולה שאין כמוהו,

    די רבי זצ"ל איז געפארן און א אלטע קאר, און נאך אנדערע זאכען, די מציאות איז אז ס'האבן זיך געטוישט זאכען, די היינטיגע רבי טוישט וואס ער וויל פון די רבי זצ"ל אן קיין עקספיירעשן דעיט, נאר דא האט ער מורא אז ער גייט פארלירן די הנהגה, און ציטערט פון יעדע שטינקער וואס גייט דאווענען ערגעץ אנדיש


    זייט ווען האבען די יודן פון פרידווארלד געוואלט אונטער ברענגען די הנהגה? ס'איז געפארן א לאנגע צייט אויף א שטילע אויפן, זיי האבען זיך געטרעפן א שטילע פלאץ דארט און אלעס איז געוועהן שטיל

    דער זקן ממרא האט זיך געכאפט מוצאי ר"ה אז זיין בענקל איז איינגעשטעלט, האט ער גערופן די קהילה צו מאכען א ויצעקו, דו און איך ווייסען וואס פאר א טופשות דאס איז, די אלע ראשי קהילה און דיינים האבן זיך געבעטן ביים רבין ער זאל דאס נישט טון ווייל דאס מאכט עם ביליג, אבער ער מיט זיין געפערליכן איגוי האט נישט אויף געגעבן


    ווען ר' מרדכי שווארץ מראשי הקהילה האט פראבירט מסביר זיין פארן רבין אז ס'איז נאר אפאר יודן וואס גייען צו פרידוואלד האט ער באקומען א גרויסען פסק פונעם רבין, די אלע חסידים האבען נאך געוויסט רצון פון די רבי זצ"ל פון דער 27 יעריגע שטינקער וואס האט נישט געקענט קיין איין מנהג, פרעג דיך נאך ביי די עלטערע חסידים, די ערשטע פאר יאר פון די פטירה האט ער אלס געפרעגט די זקני חסידים וואס די טאטע זצ"ל האט געטון, ער האט קיין אנונג נישט געהאט בחייכון
    ....
    קיינער האט נישט געזוכט אונטער צו ברענגען, נאר סקווער ליידער ברענגט זיך אליין אונטער

    המשך....

    ReplyDelete
    Replies
    1. אפשר קען איינער פון די זקני החסידם פארציילען ווי אזוי האט אויסגזעהן די הקפות די תפלות ביים רבין ז"ל אדרבה פארציילט אונז ווען האט זיך אנגעהויבען די לאנגע שעה'ס פון טאנצעריי איך האב געליינט אין די אורות אויסגאבע [ניסן] אז די רבי ז"ל האט בכלל נישט געטאנצען ביז אין אמעירקע נאר געשטאנען ביים עמוד נאך א חידוש אז שמיני עצרת פלעגט זיין הקפות תיכף ביים זמן מעריב! די גאנצע מעשה האט געדויערט קארגע צוויי שעה ניטאמאל ד"מ אז דער זמן איז געווען זייגער אכטע איז בערך צען דרייסיג געווען יעדער ביי זיך און שטוב צום סעודה מי יתן ירחי קדם אזא הנהגה וואס האט די היינטיגע הנהגה מיט דעם א שייכות? ווער רעד א מוסף ביים רבי'ן ז"ל מלא טעם בערך צוואנציג מיניט האט גענומען פון אשרי ביז צום סוף, הלל ביי ר' איציקעל סקווירא יארצייט טעיף יוכיח עס צו גייט דאך אין אלע ביינע בכלל איז נישט געווען א זייגער ווי ציט מען ווי פייפט מען ווי ברעטשעט מען ווי איז מען מאריך ווי בלאזט מען דעם חוטם אלס געווען ארגינעל אן קיין נערישע קולות וואס פאסט זיך פאר א אקטער אדער בכיות ווי מתו מוטל לפניו וואס לא מיניה ולא מקצתו און אויב די רבי קען טאקע נישט זאגען שנעלע רווער געדענקט נאך די וואכנדיגע שחריתיםווען די רבי פלעגט אריינקומען פינעף מיניט פאר סוף זמן תפלה און אנהייבען שמונה עשרה שלא כדרך הטבע בזמן און דאוונען פאר צוואנציג מיניט א גלעכטער א ליצנות וועלכער בחור קען דערנאך דאוונען אז דאס איז דער מנהיג דער עמוד צלותהון דישראל דער וואס איז מתפלל פאר צרת ישראל מאכט א דאווענען ווי א פראסטער לץ ווען ער איז אייביג עמאישנעיל און ווינט און מאריך נו ווען ס'קומט מיר אויס גיט וויין איך ווען ס'קומט מיר אויס גיט כיפער איך אין זה כי אם ליצי ליצנות אויף די העכסטע גראד! עס פעלט אויס א בירור פון הערצעל פשט און אזא קינדישע הנהגה ,

      Delete
  9. המשך....
    און יעצט דאס וואס די זאגסט אז 10 משוגעים דרייען זיך ארום מיינט נישט אז די גאנצע עולם איז משוגע, ביסט גערעכט

    אבער ווען די רבי זאגט אז מ'זאל גיין בדכי נועם, ווייסען די חסידים גאנץ גוט ווי ערענסט ער מיינט דאס, וויזניצע רבי פון מאנסי, לאזט נישט טערעזירן און זיינע חסידים ווייסען דאס און אך און וויי א חסיד טוט די מעשה אלימות, דא טוט מען וואס מ'וויל ואין פוצה פה ומצפצוף און קיינער זאגט נישט גארנישט, און ס'געשעהט ליידער וואס ס'געשעהט! (און ווי ס'זעהט אויס קומט באלד נאך איין'ס)


    מ'טערעזירט ווייטער מענשטן, איינער רופט זיך אן אז די רבי וויל נישט דאס? ס'געפעלט עם גאנץ גוט, און אז עריז מסכים פאר טעראר איז ער א טערעריסט, און וועגען דעם איז די גאנצע פלאץ גערופן אזוי, נישט ווייל 10 מענשטן זענען ציווילדעוועט


    ליידער האט זיך עס ארויס געוויזען אז דער רבי איז דער וואס וויל פייטען, און ער האט נישט מסכים געוועם צו זאגען אנטשולדיגט, אפילו נאך דעם וואס ר' יעקל הארעוויץ און אזויפיל עסקנים האבן עם געזאגט אז די דזשאדזש וויל הערן איין ווארט, אנטשטלדיגט! אונז זעמער באגענגען אן עולה, דאס איז געשריבן אויף פאפיר, מ'קען דאס נישט לייקענען, קוק נאך אויף די קארט פארפירן, און דאס וואלט געקענט ראטעווען אפאר יאר פון דעם בחור'ס תפיסה, אבער ער האט זיך ליידער נישט געקענט ברעכען און מ'צאלט יעצט די פרייז, און אויב וועסטו לייקענען דאס, די זעלבע ווי קלמן יונתן האט נישט געפאלגט די רבי (פאר ווער ס'פארשטייט) איז די שמועס א פארטיגע
    ....

    בקוציר, די קהילה, וואלט עס נישט געמעגט פארשווייגען, נו לאמיר נעמען א קאלקאלעיטער און מאכען די חשבון

    ווען מ'פארשווייגט דאס, וואלט דארט געוועהן א מנין, ס'איז אנגעגאנגען איבער צוויי יאר ס'איז נישט גרויס געווארן, אלסע וואלט געפורן רואיג, מענטשן וואלטן הנאה געהאט, נישט געוועהן ברוגז


    למעשה זאגסטו אז מ'האט עס נישט געקענט פארשווייגען:

    א מנין איז ווייטער דא דארט

    א בחור זיצט ליידער 7 יאר

    סקווער איז פארשעהמט אין די גאנצע וועלט אויף א נידריגע אופן

    מ'האט געצאלט ח.א.ר, איבער צוויי מיליאן דולער

    און ס'קאכט א קעסל אז מ'איז נאך אלס נישט פטור דערפון

    אויף מיין קאלקאלעיטער שרייבט זיך אויף, א ביטערע דורכפאל פון גאוה...

    ReplyDelete
    Replies
    1. זאג נאר, אויב איז וויזניץ-מאנסי אזוי אויסגעהאלטן, פארוואס טאקע ווערסטו נישט קיין מיטגלידער דארט
      מיר פארגינען דיר פאר זיי מיטן גאנצן הארץ

      Delete
    2. יא ב"ה איך בין דארטן

      Delete
  10. איך האב געהרעט אז אלע קנאקערס פון סקווער רעגען זיך פארוואס סקווער האט זיך וויטער באנארישט מיט דעם בריוו אבער די רבי האלט זיך פעסט אז עס האט זיך געלוינט ווייל אויב א סקווערע משולח ווייזט פאראיינעם דער בריוו וועט ער זיך בארוהגען

    ReplyDelete
  11. ווי איז דער בילד ? ווי און ווען גייט די הייליגע רבי מיט א שטעקען? דאס איז נאר אזוי טמיר ונעלם! דאן ווער האט געמאכט די פיקטשער? אפשר די רעבצין אדער הרב שלום בער? ביטע געט ארויס די אמת'ע פאקטען ס'איז זייער אינטערסאנט פאר עדת חסידי סקווירא אפשר האט איר נאך בילדער? די רבי איז דאך זייער מקפיד!

    ReplyDelete
    Replies
    1. דער בילד איז כולו שקר

      Delete
    2. נחום רוזענבערג4/25/2013 6:02 PM

      איך האב געכאפט דאס בילד

      Delete
  12. דער בילד איז תיכף נאך יום טוב ווי הרב אהרן מענדיל ווייזט מיט די פינגער עס איז דאס מכות וויין פון 4 גרויסע צדיקים פון זיך און פון די טאטע שליט"א און פון זיין ברידער ומחותן הרב איציק אויכעט איז שוין דא זיין בנו בכורו הרב הצדיק יעקב יוסף שליט"א ווואס איז א בחינה פון בנו ובן בנו שוב לא פוסקת מזרעו דער חוט המשולש, אבער די רבינ'ס צורה זעהט זיך אן א קענטיגע צער אז מ'קען נאר נוצען סגולה עצות נישט די צאו לך בעקבי הצאן וואס איז מרומז אין קשר"ק ק'עסן ש'רייען ר'צחנן ק'ולען צו דעם האט מען צוגעלייגט די שטעקען אפשר איז דאס מרומז אויף ויהי לתנין אלץ און אלע מכות וואס קומט פון שטעקען אזא רמז אזא אין די ספרים צו מרמז זיין אז אין נייעק איז געמאכט משלים צו זיין די למודים וואס די ראשי חברה'ס פארציילען און ווען עס פעלט אויס די רבי זעלבסט כמבואר בספה"ק "בחצר הקודש"

    ReplyDelete