א שמועס צווישן צוויי גוטע פריינט

א אפענער שמועס צווישן צוויי גוטע פריינט
דוד: א גוטען יעקב יוסף, כ'האב דיר שוין לאנג נישט געזעהן.
יעקב יוסף: זייט איך האב ארויסגעמופט....
דוד: וואס??? דו האסט שוין אויך ארויסגעמופט??? ווען איז עס געשעהן???
יעקב יוסף: יעדער קומט אמאל צום שכל..
דוד: כ'פארשטיי נישט, דו האסט דאך אייביג אויסגעזעהן אזוי צופרידן דא, דו האסט געהאט א פראבלעם מיט סקווער?
יעקב יוסף: איך וועל דיר זאגען די אמת. איך בין קיינמאל נישט געווען צופרידען דא, און אזוי ווי יעדער - האב איך אויך געשפילט.איך בין געגאנגען צו די טישן, ווייל איך בין איינגעשטעלט אין די מוסדות. איך בין געגאנגען מיט שטיוול, ווייל איך האב נישט געהאט קיין ברירה. און איך האב מיטגעהאלטען יעדע שמחה, ווייל איך האב נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן זיך ווינדערען.
דוד: און פארוואס האסטו נאך ביז היינט אריין געטראגען "שקל". פורים האסטו דאך אזויפיל געלט אריין געטראגען.
יעקב יוסף: שקל טראג איך נאך יעצט אריין,ווייל מיינע קינדער זענען נאך דארט, און איך וויל זיי ארויס נעמען קומענדיגע יאר, און איך וויל נישט זיי זאלן מיר אונטער שטעלען פיסלעך ביי די אנדערע מוסדות.
דוד: ווי אזוי איז טאקע אין מאנסי?
יעקב יוסף: האסט נישט קיין השגה. איך פיל ווי יציאת מצרים. די ערשטע שבת בין איך מכובד געווארן מיט א עלי-ה, מ'האט מיר געשיקט צום עמוד - איך בין גראדע נישט געגאנגען, אבער די געפיל אז "איך בין עפעס", איך בין נישט "פלעין א נאמבער" האט אסאך געמיינט פאר מיר.
דוד: אבער, לאמיר זיך נישט נארען, דו האסט גאנץ גוט געפילט אז עס פעלט דיר פונעם שבת.
יעקב יוסף: וואס רעדסטו נארישקייטען? כ'וועל דיר געבן א ביישפיל פון מיין ערשטע שבת אין מאנסי, און דו וועסט מיר זאגען ווער עס האט און וועם עס פעלט.
ביי מיין ערשטע שבת מחוץ לשיכון בין איך געוואר געווארען אז אז איך האב א פרוי און קינדער...
ביז היינט בין איך צו געוואוינט געווען,אז נאכן לעכט צינדען עסט מען זיך אן און מען פאקט זיך אריין אין בעט פאר א גוטע שעה, ביז דער רבי קומט אריין צום דאווענען, און ווען מען איז אהיים געקומען איז שוין די גאנצע משפחה געווען האלב פארשלאפען. יעצט גלייך נאכן זמן גייט מען אין שול מיט די קינדערליך, מען זיצט אין א קלענערע שול נאנט צו מזרח וואנט, מיינע קינדער האבן זיך געפילט ווי א וויכטיגע חלק פון די שול. ביי לכה דודי האבן זיי אזוי שיין מיט געזינגען, און געשטאנען לעבן מיר פון הודו ביז נאך ספירה.
מיר זענען אהיים געגאנגען און געפירט א שיינע סעודה, נישט געיאגט.
צופרי בין איך געגאנגען דאווענען אין א אנדערע שול, וואו מען שטעלט זיך דאווענען ניין אזייגער. דארט בין איך געוואר געווארן פון כיבודים וואס איך האב ביז היינט נישט אפילו געוויסט אז עס איז דא.מ'פארקויפט די עליות. איך האב געקענט קויפען הוצאה והכנסה, ששי און הגבה. פאר מוסף האב איך געזעהן ווי דער רב זאגט פאר א עלטערע יוד: האסט יארצייט? מאך נאך א מנין.
איינע פון די חילוקים וואס איך האב געזעהן איז, אז אין סקווער האב איך אלעמאל געהערט פרעגן, "ווען ענדיגט מען דאווענען" - און אויב מען הערט אז עס איז דא עפעס א יארצייט, געבט מען גלייך א קרעכץ.
נאך די סעודה האבן מיר געכאפט א שפאציר די גאנצע משפחה. נאכדעם האט מען מקיים געווען שינה בשבת תענוג. נאכמיטאג האב איך פארהערט מיינע קינדער און געלערנט מיט זיי א פאר שעה. איך האב געמאכט א "שבת פארטי" און געלערנט פרקי אבות. (די היכל התורה ווערט נישט צוגעשפארט פאר די לומדים בשעת א טיש, און די לעקטערס ווערן נישט צוגעמאכט - נאר מען לאזט אידן עוסק זיין בתורה אין די צייט פון די שולחן הטהור רח"ל).
א שעה פאר די זמן בין איך געגאנגען אין שול, און נאך מנחה בין איך געוואר געווארן פון נאך א שבתדיגע ענין וואס הייסט"סעודה שלישית". עטליכע מנינים אידן קומען זיך צוזאם און מען זינגט זמירות מיט א ווארעמקייט, מ'הערט דברי תורה און מ'בענטשט צוזאמען. (איך האב אלעמאל געמיינט אז דעמאלטס איז די צייט צו שטיין אין פאליש און ווארטען אויף מעריב). אלס גאסט בין איך מכובד געווארען מיט ברהמ"ז (נישט נאר הגבהת הכוס). מען האט טאקע נישט געענדיגט צוויי שעה נאכן זמן, אבער נאך אלץ האט מען זיך געזעגענט פון די שבת המלכה מיט א ווארעמקייט און נישט ארויסגעלאפען פון דעם הייליגן טאג אזוי ווי איך פלעג דארפען טון ביז היינט.
אקעי, איך האב שוין גענוג גערעדט פאר יעצט. יעצט דערצייל מיר וואס איך האב פארפאסט אין סקווער אין די לעצטע פאר וואכען.
דוד: נישט קיין סאך. איך ווייס אז מען האט גענומען פון די וויין וואס די רבי האט געגאסן ביים סדר נאכט ביי די מכות און מען האט דאס געגאסען אויף די טירן פון אפאר אידן וועלכע האבן שוין געגעסען פון די עץ הדעת (און זעט אויס אז די פאפיר וואס מען האט אונטער געלייגט אונטער די רבי'ס שוך פורים האט נאך נישט געברענגט קיין רעזאלטס - האט מען געטרייט א נייע וועג) און מ'האפט בקרוב צו הערן גוטע נייעס. [די מוראדיגע נייעס איז שוין אנגעקומען צו די אויערען פון דער ווישניצער רבי פון מאנסי. דו ווילסט נישט וויסן וואס ער האט אויף דעם געזאגט]
אויך האט א אייניקל פון רבי'ן געקלינגען עמיצן זאגן אז ער מוז זיך פון אים געזעגענען, ווייל מען האט יענעם "געכאפט ביי די מעשה" ווי ער האט ביי א חתונה פאריגע וואך גערעדט מיט א"קלוגער".
יעקב יוסף: שוין, דעיס איז שוין א אלטע מנהג, אין סדום האט מען אויך נישט געלאזט רעדן מיט קיין פרעמדע..
דוד: וואס נאך נייעס קען איך דיר זאגן? ר'יושע גבאי איז נפטר געווארן האסטו זיכער געהערט. א"פ האט פארלוירן זיין דשאב ביי די טיש. אה און מען האט אוועק געגעבן פאר ד"ב די כיבוד פון שרייען שא שא ביים טיש....
יעקב יוסף: פליס, שוין צו פיל פאר איינמאל.איך זעה אז איך דארף דיר טרעפן מער אפט.
דוד: פאר דו גייסט אוועק וויל איך דיר נאר ווארענען, זאלסטוך אכטונג געבן מיט וועם דו רעדסט, ווייל איינעם פון מאנסי ווייס איך קלאר אז דער רבי האט שוין אויסגעשלאסען פון כלל ישראל....

78 comments:

  1. פאר א פאר יאר צוריק האב איך געהאט פינקט אזא שמועס, די דעטאלען אביסעלע אנדערשט,
    זאג אפשר?
    ??האסט מיר רעקאדירט???

    ReplyDelete
  2. ענדליך האב איך וואו צו ווערן אפדעיטעד מהנעשה והנשמע בחצר הקודש

    ReplyDelete
  3. די אנדערע וואך האט איך געהא שיע, גרובער אין מיין אפיס, כהאב אים געווארפען די וויין מעשה אין פנים, אין געוויזען די טיר

    ReplyDelete
  4. נישט שלעכט
    , עס וואלט געווען א גיטע זאך אז פאר א יו"ט למשל סקימט שבועות, באשרייב אביסל די לחץ, וואס. נעמט ארום דעם עולם ביי יעדע אזא זמן
    ישר כח

    ReplyDelete
  5. http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=106087#p106087
    אוי איז יענער גערעכט.

    ReplyDelete
  6. זכה מלאכתו נעשית על ידי אחרים!
    א הערצליכן יישר כח פאר די צוויי הארץ-פריינד אהרן יודל און וועלווי פאר'ן אונז צוהעלפן מיט די ארבעט און משפיע זיין און ארויסברענגען - פאר די וואס דארפן הילף צו קומען צום שכל - די שיינקייט און גליק פון וואוינען אינדרויסן.
    מיר האפן טאקע אז יעקב יוסף [שמעלקא] (סורקיס) וועט האבן די ריכטיגע השפעה אויף דוד (ברוין) און ער וועט דערהערן די ווארימע ווערטער פונעם נחש און ענדליך אויך שוין טועם זיין פון די עץ הדעת!
    נאר איין קלייניגקייט אהרן יודל: פארוואס דארפסטו ארויסברענגען פאר יעדעם איינעם דיין אמת'ע שוואכקייט און פראבלעם? פארוואס דארף יעדער זען אז דו דמיון'סט נעבעך פון אלס קליין קינד צו זיין א גרויסע רבי מיט פילע חסידים וואס געבן דיר דיין אזוי געגארטע כבוד? פארוואס דארפסטו זיך ארויסכאפן אז דיין קאפ לויפט דיר א גאנצע טאג אויף "הוצאה והכנסה" "ששי" און "הגבה" און יא, אויך "ברכת המזון ביי שלש סעודות" (נישט נאר הגבהת הכוס)?!

    ReplyDelete
    Replies
    1. ווען ענקער גרויסער רבין וואלט יעדער וואך,וואך איין וואך אויס געהאט די תאוה צינעמען נאר פאר זיך מיט די קינדער נישט נאר "הוצאה והכנסה" "ששי" און "הגבה און "ברכת המזון ביי שלש סעודות" נאר אלע עליות. וואלט איינער וואס דמיון'ט זיך צי זיין א רבי, אויך געוואלט זיין אזוי סעלפיש ווי עים? אדער די האלסט ער וואלט זיך ענדערשט אפגעלערנט פון ערליכע רבי'ס וואס פארגינען אנדערע אידן אויך עפעס

      Delete
    2. א גיטן רבי, די זאגסט דאך אזוי גיט, זכה מלאכתו נעשית על ידי אחרים, קיינער דארף נישט אינטערברענגען סקווירא, די פירערס ברענגען עס שוין אליין אינטער, מיר קענען רואיג זיצען אין די זייט, און צוקוקען ווי זיי באגראבען זיך אליין'ס, אבער בנוגע וואס די שרייבסט לאמיר אביסעל זעהן, און עס צונעמען דבר דבר, דרך אגב פאר איך פארגעס, וויל איך טאקע זאגען פאר יעקב יוסף, אז נאך א מעלה וואס ער האט פארדינט מיטן ארויס מאפען, איז, אז ווען און אויב ער וועט אמאל קומען אויף סקווירא, אל'ס גאסט, וועט ער אפשר באקומען, אהן ערקענינג, וואס אל'ס אייגענע באקומט מען דאס נישט, אס דערמאנט מיר די גמ' אחשורוש מלך טופש הי', ווייל ער האט מקרב געווען די רחוקים, און מרחק געווען די קרובים.
      און יעצט בנוגע וואס די שרייבסט און די דערמאנסט וועלווי נ"י עס וואלט געדארפט זיין א בושה און א חרפה, פאר דיר צו דערמאנען זיין נאמען, ווייל ווי די זעסט און אויב די טראכסט, ווערען אלע גרויסע און נאנטע ידודים פון סקווירא, נאך א צייט שונאים, קוק היסטאריע פון די שטעטל ווי די גרעסטע פייטערס און פאטריוטען פון די אזוי גערופענע חסידות, זענען סוף געווארן די גרעסטע שונאים, עס האט א פשט, און די וואלסט זיך געדארפט באגראבען פאר בישה. ווייסט ווי יענער זאגט ווען הייסט מען א אפיקורס אין סקווירא, ווען מען פאנגט אהן צו טראכטען.
      יעצט וואס די זאגסט פארוואס דארף יעדער זעהן אז ער דומיונ'ט צו ווערען א רבי, גלייב מיר אז נאכען זעהן ווי היינטיגע אזוי געריפענע רבי'ס קוקען אויס, גליסט זיך קיינעם נישט צו זיין א רבי, איז דאס אינזער רחניות'דיגע פירער? איז דאס די וועג? איז דאס וואס איך דארף מיך לערנען, אז ווען פלוני בן פלוני טוט א שידוך, און אין הימעל איז עס געווען אפגעשריבען ארבעים יום קודם יצירת הולד, אז בת פלוני לפלוני, קומט דער איינער וואס דארף מיך לערנען אמונה, בטחון, און גלייבען אז אלעס איז פון אויבען, און ער רעגט זיך, און בלאזט, און האט א "קפידה", אנטשילדיגט, די דאפסט מיך לערנען פינקט דאס פארקערטע, אז אלעס איז פון אויבען, וכדומה וכדומה, וכדומה, איך וואלט נאך געקענט רעדען, שעות, אבער עס איז א שאד פאר די צייט, די ביסט דאך איינער וואס מען האט פארטאשט דיין מח, זיי האבען עס ארויס גענומען, און וואשען עס ארום, אבער ווי די רעדסט און די שוימסט פאר סקווירא, קוקט מיר אויס, אז די גייסט נאך אמאל זיין זייער שונה, מילא לאמיר צו ווארטען, און רעדען מיר דיר דעמאלס.
      איין זאך פאר איך גיי, גיט א קוק אין רש"י פר' ויקרא אשר נשיא יחטא לשון אשרי: אשרי הדור שהנשיא שלו נותן לב להביא כפרה על שגגתו, קל וחומר שמתחרט על זדונותיו, ער ווערט נישט קיין איין טראפ קלענער אויב מען אנערקענט מען האט געמאכט א טעות, אדרבא מענטשען רעספעקטירען דאס מער, ווי ווען עס קען נישט זיין א מציאת, אז ער האט געמאכט א טעות, און דאס אז מען איז אזוי פארנימען און ביזי צו שרייבען רעדען און פרעדיגען אמונת צדיקים, האט א באדייט, און א סיבה, ווייל ריכטיגע צדיקים דארף מען נישט אזוי פרעדיגען, מענטשען שמעקען ווי עס איז דא רחניות, הייליגקייט וכו'.

      און יעצט, לאמיר דיר געבען א עצה, אנשטאט די זאלסט יעצט שפעקעלירען ווער עס האט געשריבען די תגובה, און טרעפען, טעותים אין מיין הערה, טראכט וואס איך האב געזאגט, און גיב עס אביסל מחשבה, ווייל דאס איז די הילוך אין סקווירא, און די וועג וויאזוי זיי קאפען מיט מכשולות, מען פאקעסט אויף די זייטיגע זאכען, אזוי דארף מען נישט פעסען די עיקרים. זיי געזינט, און האב א פרייליכע זימער, נעם דיך נישט אזוי צום הארצען.,

      Delete
    3. נעכטן נאכט איז געשלאסן געווארן א שידוך ביים רבי'ן אין שטוב, און ווען די רבי האט געפרעגט פון די מחותן ווער די חתן איז האט ער געזאגט אז ער וואוינט נעבן א סקווערע שטיבל. האט די איהם געזאגט "פון דעם וועט נאך נישט וואקסן קיין סקווערע חסידים"! ממש ווי איהר שרייבט דא

      Delete
    4. צ"ל האט די רבי אים געזאגט

      Delete
    5. ביי וועלכע שידוך איז דאס געווען

      Delete
  7. איר זאגט דאך עפעס, איר פארשטייט צי די סארט שוואכקייטען, אפשר קענט איר מיר diagnosen אויף וואס די הייליגע רבי ליידט

    ReplyDelete
  8. איר זאגט דאך עפעס, איר פארשטייט צי די סארט שוואכקייטען, אפשר קענט מיר זאגען אויף וואס די הייליגע רבי ליידט

    ReplyDelete
  9. איין ווארט האב איך פאר זיי ביידע נעבעך.....! איך בין גראדע איינמאל געווען אויף א משפחה שמחה אין סקווירא אויף שבת, איך קען זאגן פונקט א פארקערטע געפיל/מעשה...

    יענעם שבת בין איך מכובד געווארן מיט א עלי', און ווי אויך האט מען מיר צוגעשיקט צום עמוד אבער איך בין נישט צוגעגאנגען. איך האב געפילט אז איך האב עפעס פון דעם שבת, נישט נאר סתם געשלאפן און געשלאפן און נאכאמאל געשלאפן.

    לאמיר אנהייבן פון אנפאנג שבת, זייענדיג אינדערהיים: איך בין צו געוואוינט אז נאכן לעכט צינדען דארף מען זיך יאגן צו גיין דאווענען, למען השם מען קען נישט דאווענען אביסל שפעיטער אז מען זאל האבן צייט זיך אביסל אראפצולייגן נאכן צולייגן א האנט ערב שבת אין שטוב וואס ווי די שטייגער אין א אידישע שטוב ווי שפעט די זמן וועט נאר נישט זיין וועט מען אייביג ענדיגן צום זמן, איז מען א היבש ביסל אויסגעמוטשעט און מען וויל זיך אנלענען אביסל, אבער נישטא קיין צייט מען דארף שוין לויפן אין שול, פארשטייט זיך די דאוונענען איז אזוי האלב פארשלאפן, און די קינדער, שוין לאמיר רעדן פון בעסערע צייטן.

    ReplyDelete
  10. יענעם שבת אין סקווירא: מען דאווענט דארט בערך א שעה און צען מינוט נאך זייער זמן, איך מיין זייער זמן לעכט צינדן איז 25 מינוט פארן שקיעה, דאס מיינט אז מען שטעלט זיך צו מנחה בערך 25 מינוט פאר זמן ר"ת, ממילא האב איך געהאט צייט זיך אראפצולייגן און געשלאפן אזא טיפן שלאף פאר א 3/4 שעה נאך זייער זמן, נאכן אויפשטיין און גיין אין בימ"ד ווי אן אנדערע מענטש, האב איך נאך געהאט צייט צו שמועסן אביסל מיט מיינע קינדער און דורכשפאצירן דעם בית מדרש באטראכטן דעם ארון קודש זייערן, די דאווענען איז געווען א מחי', איך דענק שווער אזא געשמאקן דאווענען ביי מיר אינדערהיים.

    נאכן דאווענען זייענדיג אינדערהיים: פרעג נישט וואספארא שווערע זאך דאס איז פירן א סעודה אזוי מיעדערהייט, מען מאלט אפ די סעודה כדי צו קענען לויפן אין בעט, ניטאמאל קיין כח צו גיין פארברענגן אין בימ"ד צו ביי א שלום זכור וכד', די שאלות און תורות לאזט מען איבער אויף די בייטאג סעודה, בקיצר יענץ פנים.

    יענעם שבת אין סקווירא: אויסגערוהטערהייט בין איך אנגעקומען אינדערהיים נאר צו טרעפן אז די בני בית שלאפט א געשמאקן שלאף, ווייל זי האט געהערט אז די דאווענען נעמט לענגער ווי ביי אונז זייענדיג אינדערהיים, נאכן אויפוועקן האבן מיר געפראוועט א סעודה, אוי איז דאס געווען געשמאק, די קינדער - וואס זענען אויך מיטגעשלאפן נאכן זמן - האבן געהאט צייט יעדע איינע צו פארציילן זיינע/אירע מעשיות, און תורות, די ניגונים האט זיך עפעס געזונגען אסאך אסאך גרינגער און שענער, איך האב זיך געפילט ווי אין הימל, די סעודה האט מיר גענומען מער ווי דאפלט די צייט ווי מיין סעודה אינדערהיים.

    נאכן סעודה זייענדיג אינדערהיים: שלאפט מען...

    ReplyDelete
  11. יענעם שבת אין סקווירא: זייענדיג אויסגערוהט האב איך מחליט געווען לאמיר אריבער גיין זען ווי אזוי דער סקווערער פירט טיש, איך בין אנגעקומען האט מען שוין געהאלטן ביים צוויבל קיגל/זיפ, די כל מקדש איז גראדע געווען זייער ווארעם, עס גייט מיט א נוסח חזן וקהל, נאכדעם האבן זיי געזונגען א ניגון, אבער איז דאס געווען א ניגון, איך וויל נאך אלץ מברר זיין פון ווי דאס קומט וועמענס דאס איז, עפעס אזאנס... איך האב נישט די ווערטער דאס אראפצומאלן, עס האט מיר אינגאנצן צענומען, די קה רבון עלם, נו שוין! צור משלו עפעס א מארש(?! איך בין נישט באקאנט מיט די נעמען פון ניגונים, אבער ס'איז נישט געווען א לעבעדיגע ניגון, מער ווי א מארש) גאנץ שיין געווען, נאכדעם זינגן זיי קה אכסוף, זייער ווארעם, גראדע געזעצט די ווערטער אביסל אנדערש ווי איך בין געוואוינט, נאכדעם האבן זיי געזונגען לעבעדיגע ניגונים, האט מיר אויסגעזען מער אז די בחורים האבן פשוט א געלעגנהייט ווי זיך אויסצוגעבן, גאנץ א אינטרעסאנטע איבערלעבעניש, נאכדעם האט ער געזאגט תורה, אבער איך בין שוין געווארן מיד בין איך אהיים.

    צופרי האב איך נישט געזען קיין גרויסע חילוק צווישן די דאווענען אינדערהיים צו דארט, איין חילוק אינדערהיים דאווענט מען ביי אונז ניין אזייגער, נאכן שלאפן כמעט א בייגל אין די ווינטער, און דארט אין סקווירא דאווענט מען טאקע שפעט, אבער נאכן זיין ביים טיש ביז שפעט איז עס געווען גאר גוט, מיר האבן זיך פיין אויסגערוהט. ווי געזאגט האט מען מיר צוגעשיקט אבער איך בין נישט צוגעגאנגען, מען פארקויפט נישט די עליות אין סקווירא, דאס איז מיר גראדע גאנץ שטארק געפאלן, ווייל ביי אונז פארקויפט מען עס סתם לשם פארקויפן, קיינער איז כלל נישט אינטרעסירט צו קויפן, און מען שלעפט סתם די צייט דערפאר... מוסף האט גראדע יענע וואך געדאווענט עפעס א עלטערע איד וואס מען האט נישט געהערט קיין ווארט, זאגט מיר מיין שכן אז יענער האט געהאט יארצייט, נו שוין.

    נאך די סעודה זייענדיג אינדערהיים: גייט מען שלאפן און מען שלאפט און שלאפט און שלאפט און שלאפט, ביז בומס מען דערוועקט זיך, מען זעצט זיך צו א גמרא מיט האלב פארמאכטע אויגן, די קאפ איז כלל נישט דארט, ס'איז עפעס נישט, ס'איז א זאך וואס איך פרעג כסדר מיינע חברים וואס קען מען טון מיט די גרויסע נאכמיטאג, וואלט שוין בעסער געווען מען זאל זיך שטעלן דאווענען מיט צוויי שעה שפעטער, אזוי פארדינט מען פון די געשמאקע נאכט שלאף נאך צוויי שעה..... איך פארשטיי אז איינער וואס איז נישט צוגעוואוינט דערצו, איז די ערשטע פאר וואכן אנדערש, אבער ווארט נאר ווארט, וועסט דיך טרעפן אין א שטיק צייט ארום וואונדערן, וואס טוט מען מיט די גרויסע נאכמיטאג'ס...עודה זייענדיג אינדערהיים: שלאפט מען...

    ReplyDelete
  12. יענעם שבת אין סקווירא: האב איך געטראכט אנשטאט זיצן איבער א גמרא שטיפן די צייט אן קענען צו לייגן קאפ צו וואס איך לערן, וועל איך צוגיין צום סקווערע'נס טיש, די טיש איז געווען גאנץ קורץ, אביסל ווייניגער ווי א שעה (אזוי האט מען מיר געזאגט, ווייל ער יאגט זיך צו דאווענען מנחה פארן שקיעה שבת), איך בין אנגעקומען אינמיטן ברוך ה' יום יום ער זאגט עס מיט זיין נוסח חזן וקהל, נאכדעם האבן זיי געזונגען א ניגון, אויך א ניגון וואס איך האב קיינמאל געהערט, גאר א שיינעם, נאכן טיש האט ער געדאווענט מנחה, און איך בין אהיים פראווענען שלוש סעודות.

    שלוש סעודות האב איך געפראוועט די זעלבע ווי אינדערהיים, צוזאמען מיט די קינדער.

    נאכן ענדיגן שלוש סעודות זייענדיג אינדערהיים: גייט מען אריבער אין בימ"ד און מען שמועסט און שמועסט און מען ווארט שוין נו, ווען ווערט שוין מוצאי.... וואס גייט דעמאלטס זיין? איך ווייס אויך נישט, קודם זאל מען האלטן שוין נאך מעריב, נאכדעם וועט מען זען, בשעת די רב זאגט תורה קוקט מען שוין צו די דריי שטערן זענען שוין ארויס, און די עלטערע אידן שישקענען, ביז מען גייט ארויס און מען דאווענט ביים ערשטן מנין, און פארטיג מיטן שבת.

    יענעם שבת אין סקווירא: בין איך אריבער צום סקווערע'נס טיש, ער הייבט אן ממש פארן זמן, איך שעם זיך עס צו זאגן, אבער איך דענק נישט אזא התעוררות ביי מיר, די זמירות מיט די פארמאכטע לייט'ס, איך בין געזיצן אין די בעק, קיינער זעט דיר נישט, און די ווערטער רעדן צו דיר, ס'איז טאקע געווען אויף סקווערע נוסח, אבער ס'האט געשניטן, נאכדעם די ברוך קל עליון, זיי האבן געזונגן די ניגון וואס איז דא אויף די סידי (גיי געדענק די נאמען) גאר א שיינעם ווארעמע ניגון, נאכדעם זינגן זיי א ניגון וואס דארף צו זיין די זעלבע ווי די ליבאוויטשער, און נאכדעם א לעבעדיגע ניגון, ס'איז מיר געווען אזא גוטע געפיל פון תשובה די שעה צייט, עפעס אויסטערליש, נאכן אנצינדן די לייט'ס איז שוין געווען די זעלבע ווי בייטאג די זמירות סוף טיש איז געווען אויף זיין נוסח. בקיצור איך האב זיך דערזען כמעט צוויי שעה נאכן זמן פאר מעריב... הלוואי יעדע וואך, אנשטאט זיכן וואס צו טון מיט די מוצאי שבת, האב איך געהאט א געשמאקע שלוש סעודות.

    ReplyDelete
    Replies
    1. לויט ווי עס קוקט מיר אויס זענט איר א בחור פון קווינס, זאגט נאר: וואס איז די וועטער דארט?

      Delete
    2. צי די גאסט פין סקווירא ישר כח פאר ליינען, ווייל איך האב צי אייך גערעדט

      Delete
    3. די הערסט וואס די זאגסט(אנשטאט זיצען איבער א גמרא שטיפן די צייט אן קענען צו לייגן קאפ צו וואס איך לערן, וועל איך צוגיין צום סקווערע'נס טיש

      Delete
  13. צי דער פון יענעם שבת אין סקווירא: פארוואס ווארטסטו אויף א משפחה שמחה? אז די האסט זיך גענומען דער מיה צו שרייבען אזא לאנגער ארטיקעל, פארגין איך דיר צי זיין דארטן, מער אויפטער

    ReplyDelete
    Replies
    1. ער איז טאקע דארט ער זיצט זייער נאנט צו די גרויסע שטיל.....

      Delete
  14. יענעם שבת אין סקווירא. ! די דארפסט נעבעך שפילן ווי די ביטט א גאסט ווייל פאר איינער וואס וואוינט דארטן. וויסטו גאנץ גוט רעדט נישט אזוי.

    ReplyDelete
  15. ווען ענקער גרויסער רבין וואלט יעדער וואך,וואך איין וואך אויס געהאט די תאוה צינעמען נאר פאר זיך מיט די קינדער נישט נאר "הוצאה והכנסה" "ששי" און "הגבה און "ברכת המזון ביי שלש סעודות" נאר אלע עליות. וואלט איינער וואס דמיון'ט זיך צי זיין א רבי, אויך געוואלט זיין אזוי סעלפיש ווי עים? אדער די האלסט ער וואלט זיך ענדערשט אפגעלערנט פון ערליכע רבי'ס וואס פארגינען אנדערע אידן אויך עפעס

    ReplyDelete
  16. די ביסט 100% גערעכט אז מען דימיון'ט זיך צי זיין סקווערע רבי גליסט מען זיך ציהאבען "הוצאה והכנסה" "ששי" און "הגבה" און "ברכת המזון" ביי שלש סעודות יעדער איינציגער וואך און ביי א יעדדער ברית צי האבען "סנדיקאות" "מוהל" "ברכות" "מציצה" "כסה של אלי' ביי חתונות פון אייגענע קינדער אפילו, האבן יעדעס מאל "סידור קידושין" ועוד ועוד ועוד זיך און נאכאמאל זיך אין נאכאמאל זיך

    ReplyDelete
  17. צי זכה מלאכתו נעשית על ידי אחרים!. איך זעה אז די איינציגסטע תירוץ וואס מען האט ענק געפרעדיגט ביז יעצט אז עס איז נאר דא איינער וואס איז קעגן ענק. דער איינער ליסט האלט אין איין צוקימען נאך נעמען

    ReplyDelete
  18. וועגן דעם וואס די שרייבסט נאר איין קלייניגקייט יעצט פארשטיי איך שוין !! וואס האט ער פאר ענק אזוינס שלעכטס געטוהן אז די רבי האט עים אזוי פיינט?. נאר אזויווי די זאגטס די רבי האט מורה אז ער וועט פארלירן אפאר חסידים אויב די דימיון וועט פארווירקטליך ווערן. איין זאך קען איך דיר זאגן ער איז געוועהן גערעכט מיטן מורה האבן ווייל ער האט פארלוירן אסאך אסאך חסידים פין אזא געפיראכץ

    ReplyDelete
  19. איך בין א צופרידענער איינוואוינער אין סקווירא ב"ה!.
    סקווירא איז אויסדריקליך נישט געמאכט פאר יעדעם, און ב"ה עס גייט פאר אן אויפוואכונג אז דיע וועלכע זענען נישט באקוועם, מופן ארויס.
    וויאזוי האט די רבי שליט"א געענטפער פאר איינעם וואס האט געזאגט אז סקווירא איז ממש ווי רוסלאנד? די חילוק איז אז פון רוסלאנד לאזט מען נישט ארויס! י
    סקווירא איז אהער געשטעלט געוואלדיג פאר דער וואס וויל אויפציהען אן איידעלן עהרליכן דור.
    מיר אלע ווייסן גאנץ גוט אז די וועלט איז נישט 'פערפעקט' און וועט קיינמאל נישט זיין ביז משיח'ס טאג, און יעדע פלאץ האט זיינע מעלות און חסרונות. יעדער דארף פשוט דזאדזשן די מעלות אנטקעגן די חסרונות און מחליט זיין ווי ער וויל זיין.

    ReplyDelete
    Replies
    1. איר מאכט זיך אזוי תאמוואטע, סקווירא איז נישט פאר יעדעם, אין מאכט דעם מופען אזוי וי איינער מופט פון דזעקסאן צי וואשינגטאן, איך בין א איד פון העכער 50 אין עס האט מיר אנגעהויבעןעקלען לעצעטנס עד אין לשער, ווילסטו איך זאלא מופען איבערלאזען די קינדער אין איידעמער אלע מיינע נחת דארף איך מקריב זיין איי

      Delete
    2. איך מיש מיר נישט אין דיינע פריוואטע פראבלעמען אבער איך וויל הערען וואס איז געשען אז האט זיך פארעקעלט??

      Delete
    3. איך ווייס נישט, זאל איך וויינען אדער לאכען? איר מיינט עס ערענסט? איך וועל דיר ענטפערן סייווי, סקווירא איז א שווערע פלאץ היינט, אין אמאל,די חילוק וועל איך דיר מסביר זיי מיט א משל א אנטיק ספר אפילו עס צירוסען אין ציפליקט איז זייער חשוב, אבער א פאלשע אנטיק טא וואס דארף איך עס

      Delete
    4. איינס פון די חסרונות פון סקווירא איז טאקע 'געווען' אז ס'איז געווען א פראבלעם צו מופן. און ב"ה עס ווערט בעסער יעדן פארבייגייענדן טאג! ד
      ביי דע וועי, דו ביזט א איד העכער די 50 און די האסט נישט בעסער וואס צו טוהן ווי ליינען בלאגס? איך מיין אז דיין פראבלעם איז נישט 'סקווירא' ץ

      Delete
    5. מיסטער. דו ביסט נישט צופרידן אין סקווירא אבער דו האסט א פראבלעם איבערצולאזן דיין משפחה. דערפאר פארלאנגסטו אז סקווירא זאל זיך טוישן צו דיינע באקוועמליכקייטן? ווי איז דיין בן ארבעים לבינה

      Delete
    6. כהאב הנאה צי זעהן, אז איר נעמט מיינע ווערטער ערנסט, אבער די ענטפערס, זענען שוואך, האסט עפעס מער

      Delete
    7. ישעי' יואל4/26/2013 3:14 PM

      יא מיט רעכט בעט איך סקווירא זאל זיך טשענדזשען ווען פיקשערס איז שוין א חיוב צו מאכען און פלעיס אויך ווער רעד פון סווימינג פול מעג מען אויכעט נאר נישט א מנין ווי איז דיין חמישים לכח?

      Delete
  20. זייער שיין ארויסגעברענגט ביידע זייטן...און היפש איבערגעטריבן ת :
    א שעה מיט 10 מינוט נאך די זמן דאווענט מען אידי ווינטער ווען די זמן איז פרי, און אזויווי באנוצטער זאגט איז עס זייער א געשמאקע זאך צו האבן רווח בין פרשה לפרשה.
    אאיןדי זומער דאווענט מען היפש פריער, אזוי אז מ'זאל זיך שטעלן ברכו ביי זמן ר"ת, אזוי ווי מ'איז זיך נוהג אין אסאך חסידישע מקומות.
    פון די אנדערע זייט איז נישט דא די אפציע פון מחליט זיין איך האב געהאט אן אפגעמיטשעטע וואך, די וואך וויל איך דאווענען פריער, וכדומה.
    מידעקייט ביי די סעודה אין די שומער איז די זעלבע סיי אויב מ'שטעלט זיך דאווענען ביי די שקיעה, אדער 20 מינוט שפעטער... 
    די חילוק פון א קלייע שול און א גרויס שול האט גארנישט מיט סקווירא, ס'איז א מציאות וואס איז דא איבעראל, יעדע גרויסע חסידות/קהילה איז יעדער איינער א נאמבער, איו א קליינע ביהמ"ד אדער שטיבל איז יעדער אנערקענט.
    ששי אדער אנדערע רבי'שע כיבודים פארקויפט מען נישט אין מיין קליינע שול אויך נישט, דער רב שליט"א באקומט עס.
    די זעלבע זאך מיט די "געשמאקע" דאווענען אז די קינעדר שטייען נעבן די טאטע, דאווענען מיט פון הודו ביז נאך עלינו, וכו', איז נישט קיין חילוק ווי גרויס די שול איז.
    די געשמאקע אטמעספער פון די שבת נאכמיטאג איז אויך דא אין סקווירא, ס'איז דא איבער גענוג צייט צו שלאפן, לערנען, פארברענגן, פארהערן, ס'איז נאך דא צייט פאר א טיש.
    שלוש סעודות: אין די ווינטער צוט מען אריין טיף אין די נאכט אריין אזוי ווי אין אנדערע חסידשיע הויפן, מ'ווארמיט זיך מיט די שבת המלכה, מאון פון די מאחרים לצאת מן השבת וואס שטייט גרויסע זאכן אויף דעם.
    אין די זומער הייבט זיך אן די שלוש סעודות היפש פארן זמן, אויב געדענק איך גוט בענטשע מען ארום 45 מינוט נאך די זמן, און ס'איז דא אן אפיציעלע מנין מעריב גלייך ביי די זמן (אין די זומער).
    אויב ביסטו בי היינט געשטאנען אין פאליש און געווארט אויף מעריב, דאן רעד מיר נישט איין אז די נעקסטע וואך ביסטו פלוצלינג געווארן זייער ווארעם צו פארברענגן שלש סעודות מיט ניגונים ודברי תורה, ווייל אין סקווירא זאגט/זינגט מען אויך שיינע זמירות און ניגונים ביי שלש סעודת.
    ביי אונז אין ביהמ"ד איז אויך דא די נערוועזע אידען וואס אפילו ווען די זמן איז 6:00 זענען זיי שוין נערוועז ווען 6:05 פארוואס מ'בענטש נאך נישט.

    פון די אנדערע זייט, באנוצטער ברענגט זייער שיין ארויס די מעלות פון סקווירא, אבער נאר פאר א גאסט, ס'איז דא א בחירה, די וואך וויל איך טון אזוי און אזוי, וכדומה.

    ReplyDelete
    Replies
    1. אויב דיין רב באקומט די אלע כיבודים וואס מ געט אין סקווער פאר די רבי, דאווענסטו זיכער אין א סקווערע שטובל

      Delete
  21. update and total viewers for 3 days:
    United States: 2390
    United Kingdom: 91
    Canada: 37
    Israel: 30
    Belgium 2
    --------------------
    yes Skver [anti] is world wide !!

    ReplyDelete
  22. פאר די אלע וואס פראבירען צי פארענטפערן סקווירא ! עטס פיהלטס נישט אויסגעשפילט? אז עטס זעהטס פאר זיך אליין אז אויף צי פארענטפערן קען מען נאר מיט ליגנט אין שקרים. אבי די דרויססענדיגע גאס זאל מיינען אז אלעס איז ווויל אין פיין. און ווער נאך ווייסן אזוי גיט ווי ענק אליין, אז די אלע זאכען וואס די קעגענערס שרייבען איז יעדער איינציגער דעטאל ליידער אמת ויציב

    ReplyDelete
    Replies
    1. ליידער אמת ויציב: דער רבי האט יעעעדדעעע וואך ששי.
      ליידער אמת ויציב: דער רבי האט יעדע וואך הגבה.
      ליידער אמת ויציב: מען דאוונט א שעה נאכן זמן.
      ליידער אמת ויציב: די משפחה איז מיעד ביים סעודה.
      ליידער אמת ויציב: ר' ד"ב האט איבער גענומען שא שא ביים טיש.
      ליידער אמת ויציב: ........
      חא חא חא חא.....
      קען ניט זיין בעסער.
      ניטא קיין גרעסערע לץ פון דיר!

      Delete
  23. איך קוק מיך אזוי צו די אלע געשרייבעכט'ס... וואס זאל איך ענק זאגען? ס'כאפט א פחד, טאקע אזא ערליכע שטעטל גייט ציגרינד, אזויפיל ערליכע יודן אין די וועלט האלטן די פלאץ פאר סדום ועמורה
    די אמת ווייסט א יעדער, די וואס פארענפערן סקווער פולען עפעס אן אחריות וואס איך ווייס נישט וואס, ווען איינער זאל דיר קומען חוזיק מאכען פון א רעקל אז ס'זעהט אויס פאני, וואלסטו דיך נישט וויסענדיג געמאכט, דאס איז די נארמאלע וועג פון רעקלעך און שוין
    דא פולט מען אבער אז דאס פלאץ איז א חורבן און מ'מוז דאס פארענפערן פאר יעדע פרייז

    אבער! דאס פלאץ שטינקט פון אויבן ביז אונטער, זיצט אויבען אן א טערעריסט וואס ווייסט נישט וויזוי א בלאט גמרא זעהט אויס, ער קען אביסל חסידישע ספרים וואס דאס איז זיין ביזניס, די זעלבע ווי דער פיסכעלאג קען זיין פאך

    וויזוי רופן עם די חסידים? די הייליגע רבי! לאמיר עס צו נעמען אויף קליין געלט
    די היילגיסטע טאג פון יאר ראש השנה האטער נישט קיין בעסערע דאגה אז אפאר מענטשן גייען דאווענען אין א האום? דער איז א נארמאלע מענשט? ער איז איבער די זיבעציג, כ'מיין קאם אן, די האסט עדה יודן זיך צו זארגען פאר זיי
    ..
    א מענטש מאכט א שידוך און מ'שטעפעט עם בשעת א שמחה? דאס קומט פון צדקות? דאס איז א פשוטע אכזר, א יוד וואס טראכט נאר פון בויען זיין פארטיי און אינטרעסירט נישט אז יענעמס טאכטער האט נישט געוואלט א סקווירא בחור וואס ווייסט א די אייבישטער רעדט זיך דורך אלעס מיטן רבין ... עפל"פ

    דער מענטש עפענט נישט אויף קיין ספר ווי גרויס די טאג איז, זאגען זאגט מען אז אין אפרוה הויז אין נייהאג לערנט ער, אבער בילדער ווייזען קלאר אז ער זיצט אויסגעצויגען ביים וואסער און טראכט ווער ס'האלט נישט פון עם
    ...
    דער מענשט האט אמאל אין זיין גאנצע לעבן געהאלפן א מענטש אן א פריוואטע אינערעסע
    ?
    ער פראוועט מענטשן מיט אזא העפליכקייט, וואס? ווייסט וויפיל געלט ער מאכט א טאג, א פיסכעלאג א סעקייעטרעס הערט אויך אויס מענטשן מיט א העפליכקייט, ווען האט דער מענטש אמאל זיך אינרעסירט ביי איינעם, נישט ווען יענער איז אריין געקומען צו עם, וויזוי גייט מיט פרנסה, וויזוי גייט שידוכים
    האט ער אמאל געגרינדערט א פאנד וואס זאל העלפן חתונה מאכען יתומים? העלפן יודן וואס האבען נישט קיין לחם
    ?
    ניין ניין און נאכאמאל ניין
    ס'אינטרעסירט עם נישט א מענטש'נס צער. נאר ווען ער ברויך אפקויפן א בילדינג זאגט ער פאר א מענטש וואס ברענגט אריין געבארגעטע 1000 דולער, אז דאס איז א שוואכע נתינה
    אכזר וואס דו ביסט, דער מענשט בליטיגט פאר זיין דולער און האט נאך חובות צו באצאלן, אה, כ'האב פארגעסן, ס'איז א זכיה צו געבען פאר א צדיק געלט... סארי, ס'איז מיר פשוט ארויס פון קאפ

    המשך....

    ReplyDelete
  24. המשך....



    ווי איז דא א פלאץ אין די גאנצע וועלט וואס דו מוזט דאווענען, טראכטען, אוטעמען, עסען, וויזוי איין מענטש וויל? ווי איז דא אזא פלאץ? די תורה איז דרכיה דרכי נועם, וואס די תורה האט געפולט פאר וויכטיג צו הייסן טון האט ער געהייסן, צו הייסען זאכען וואס די טאטע כרונע לברכה האט געוואלט און טוישן זאכען וואס עם שמעקט יא, איז נישט אויסגעהאלטן.

    די זצ"ל האט משוגע געמאכט צוויי טויזענט נפשות יעדע וואך ביי מוסף און געוויינט ווי א משוגענער יעדע וואך ביי די זעלבע ווערטער
    ?
    די זצ"ל האט געקלאפט זיבן מאל די הויעכע פאל אויף א האנטיך ביים טיש? (ס'אלעס העכערע זאכען)

    ניין ער האט נישט,

    ער האט נישט געהאט א באנד חסידישע ספרים און געלערנט אין קאר ווען ער פארט פון איין הויז צום אנדערן, ער האט געלערנט פלייסיג און געקענט לערנען

    ער האט אכטונג געגעבן אויף א יוד'ס כבוד און נישט מצער געוועהן קיינעם, ער האט נישט גערודפט איינער וואס האט נישט געהאלטן אז עריז איז די גרעסטע צדיק, און אז מ'איז פארשלאפן די עפל נעמען איז ער נאך געבליבן רבי
    .

    און נישט צאם גערעדט אזויפיל פון התקשרת לצדיקים און נישט דערמאנט אביסל אמונת השם וואטס סוי עווער. ווען מ'האט גערעדט וועגען התקשרות לצדיקים איז עס געוועהן ווייל דורך דעם קען מען אנקומען צו אמונת השם.

    און אגב, ווען ער דערמאנט התקשרות לצדיקים, מיינט ער קאסובע רבי פון ב"פ? אדער זיך, כ'ווייס אליין נישט, כ'לייב נישט ער מיינט זיך, ווייל ער איז דאך א עניו.


    און דער גאסט וואס איז געוועהן אויף שבת אין סקווירא מוז זיין א גרויסע ת"ח, אז ער כאפט אויף און געדענקט אזויפיל דעטאלן פון איין שבת, דו און איך ווייסען אז דו וואונטס און סקווירא אדער האסטו געוואונט אדער ביסט א שטארקע חסיד, מאך נישט משוגע די בלאג, ווייל ס'איז א דומם

    און מאך דיך אויך נישט משוגע ווייל דו וועסט ליידען דערפון, ווען איך האב א קאר וואס איך זעה אז איך בין איינגעזעקלט דערמיט פראביר איך מיך אויך צו בארואיגן אז ס'איז א גוטע קאר, בארואיג דיך אז ס'איז א הערליך שבת, אבער ווען דו וועסט טועם זיין א שבת נועם הנשמות, אן נישט הערן ווי א זיידע שרייט להגדיל שמו הגדול און ער טראכט פון מתנגדים וועסטו זיך אן שרייען פארן נישט ארויסלויפן פריערט
    ...
    די עכטע ענפער איז: זיי א נער און גלייב
    איך בין טאקע א נער אבער איך גלייב נישט, דאס אז די פלאץ איז שיין און געשמאק דארף מען זיין עטוואס מער ווי א נער דאס צו גלייבן

    ReplyDelete
  25. ס'עקלט מיר צו ליינען דיינע ווערטער, און די ביסט נישט ווערט קיין ענטפער. איין זאך נאר, דו האסט גענומען יעדע איינציגע מעלה וחשיבות וועלכע דער רבי שליט"א האט און איז גאר באקאנט פאר, און עס מהפך געווען על פיה. עפ"ל

    ReplyDelete
    Replies
    1. ווען פינקטלאך האט דיך אהן געהויבען צו עקלען זיינע ווערטער, נאכען ענדיגען? אדער ביים אהנפאנג, ווייל למעשה האסטו עס אדרויך געליינט, ווי איך זעה, גאנץ א גיטע תירוץ פאר איינער וואס האט נישט וואס צו ענטפערען, נוסח סקווירא, אויב האב איך נישט קיין תירוץ אויף איינעמ'ס קשי' איז דא איין תירוץ: די אפיקורס, איך בין די גלייבער, און איך גלייב און וואס די חז"ל האבען געזאגט, אז בעיקבתא דמשיחא וועט זיין פני הדור כפני הכלב, מילא איך האב אמונת צדיקים, אין די צדיקים, אין די חכמי הש"ס, אז זיי האבען געזאגט, ווייסען זיי וואס זיי זאגען, און דיר וכת דילך פעלט אמונה און די הייליגע חכז"ל. און דאס וואס די זאגסט: אז די עקעלסט זיך צו ליינען און ער איז נישט ווערט קיין ענטפער, דערמאנט מיך א מעשה מיט א ליידער נישט אזוי געזינטע מענטש, מען האט איהם געזאגט: נעקסטע מאל איינער טשעפעט דיך, מאך דיך נישט צוטוהן, און יענער וועט קראכען. וכך הוה, נעקסטע מאל איינער איהם געטשעפעט, ריפט ער זיך אהן צו יענעם: איך מאך מיך נישט וויסענדיג פון דיך, די קראכס'ט, אזא פנים, האסטו מער ווינציגער.
      איין זאך וויל איך דיר זאגען, קען זיין ער איז נישט ווערט קיין ענטפער, און ער דארף נישט קיין ענטפער, מיר אלע האבען די ענטפער, זייער קלאר, אבער די איינוואוינער'ס פון סקווירא, זענען יא ווערט צו האבען א ענטפער, אויף אסאך אסאך קושיות, און זאכען וואס לייגט זיך נישט אויפען שכל, רעד זיך נישט איין אז מען קען נער'ן א עולם פאר אייביג, מענטשען זעהן וואס קומט פאהר, און זיכען נארמאלע פשט, יא אלעס האט דאך העכער'ס טיפער'ס סודות וכו', אבער די תורה דארף מען קענען לערנען אויף ד' אופנים, רמז דרוש פשט און סוד, מילא דארף א תורה זאך האבען פשט, און עט'ס זענט'ס שילדיג א ענטפער, פאר די תושבים,אויסער אויב איהר האלט אז אינז זעמיר אויך נישט ווערט קיין ענטפער

      Delete
  26. צי דער וואס זאגט, היסטערי שפילט זיך איבער דא זאל ער מיר זאגען וועלכע רבי זייט די בעש"ט אפילו איינס וואס האט געהאט א שטאט פין 1400 משפחות אין האט געוועלטיגט אביער אלעם רוחניות ביז גשמיות פין געבוירען ביזען שטארבען אין יעדע אטעם אין לעבען, ניין ניין דאס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט דאס איז נאך קיינמאל ניש געווען אין עס ,עס איז שוין העכסט צייט עס זאל נעמען א ענדע, אין פאר דיר האב איך באמת רחמנות, ווען עס קומט די טאג אין די זעסט די פאלשקייט זיי וויסען סאיז נאך דא ערליכע אידען זיי נישט געפאל

    ReplyDelete
    Replies
    1. עס האט פאסירט פון איין עק אוקריינא ביז די אנדערע
      און דו ווילסט וויסן פון וואו מיר וויסן דאס? פון די משכילים פון יענער צייט, וואס האבן גשימט און געזידט דעמאלטס, פונקט וואו דו שימסט און שוימסט היינט-צוטאגס
      תקע"ג ווי תשע"ג אז מיר האבן ב"ה צדיקים ווי אמאל, דארפן מיר זיך ספראווען מיט די משכילים ווי אמאל
      ווי געזאגט: היסטאריע שפילט זיך איבער.

      Delete
    2. אמאל ווען איינער איז געווארען א משכיל. האט ער אראפ געווארפען עול מלכות שמים, אין סקווירא איז פארקערט, ווען מען גייט ארויס ,נעמט ארויף עול מלכות שמים, קיק אן למשל ר' חיים אהרן ראטענבערג נ"י זייט ער האט ארויס געמאפט איז ער געווארען א נייע מענטש, זיין דאווענעו זיין לערנען איר ווייסט ער זיצט א האלבע טאג און לערנט, ער געט א שיעור, גלייבסט נישט הא? גיי קוק18 !!! הר' ר' אהרן יודל סיגל די זעלבע. זאך 18 forshay

      Delete
    3. חיים אהרן ראטענבערג איז נישט קיין משכיל, ער איז א פשוט'ע לץ
      אהרן יודל סיגל איז א משכיל ווי אין אלטן היים
      פונקטליך אזוי האבן זיי אויסגעזען און אקוראט אזוי האבן זיי גערעדט
      ביטע שטודיר אביסל בעסער די תקופה פון די משכילים פאר דו ענטפערסט מיר מיט חכמה

      Delete
    4. ?אין די ערליכע אין זענען געווען אקוראט ווי די,

      Delete
    5. אין סקווירא מאכט זיך גרינג אפיקורסים גרינג משכילים, גרינג לצים, אין גרינג צדיקים, לאזמיר מאכען א פשרה, ער איז נישט קיין צדיק, און ער איז נישט קיין אפיקורס, און ער איז נישט קיין לץ, און ער איז נישט קיין משכיל, און שלום על ישראל..

      Delete
  27. די ביסט א צופרידענער סקווירא איינוואוינער, איך האב פאר דיר גרויס נייעס, די האסט קיין מושיג וואס צופרידען איז, דער קי איז אויך צעפרודען מיט זיין שטרוי, האסטו געטרייט עפעס אנדערשט? האט מען אמאל געגיבען די געלעגענהייט צו טרייען עפעס אנדערשט? א מכה בדופן, ח"ו, עס פאלט זיי א פחד, אויב איינער טרייט עפעס אנדערשט, א דרינגענדע אסיפה, ווייל צופיעל מענטשען האבען אהן געהויבען צו זיך דערווארעמען די דוירשטיגע נשמה, ביי הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, אדער מען הערט אויס הרה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, וואס איז די שרעק, מיר שטרעבען דאך צו איין זאך צו ווערען נענטער צום טאטען אין הימעל, די תירוץ
    איז....... ודי למבין.

    און וואס די שרייבסט די רבי שליט"א האט געזאגט בנוגע רויסלאנד, אהא איך הער: די הייליגע רבי האט געזאגט, און דא האסטו נאך א חילוק פון רוסלאנד, און סקווירא, אז דארט און רוסלאנד האט זיך קאמעניזעם גיענדיגט, אבער דא און סקווירא, גייט עס נאך אהן בתוקפו, נישט געזארגט, עס וועט דא אויך האבען אזא פנים, צום סוף ווי רוסלאנד האט גיענדיגט. דרך אגב זאג מיר דאס רודפ'ן מענטשען וואס מויפען ארויס, און אינטער שטעלן אלע ערליי מיני שטרוכלינגען, אז מוסדות התורה זאלען נישט אהן נעמען די קינדער פון די וואס האבען געמופט, אז א גרויסע חלק מויפען נישט וועגען דעם, דאס ריפט די רבי אהן דא לאזט מען ארויס? איך וואלט אויך געלאכט אויב די נער וואלט נישט מיינ'ס געווען.

    יא און סקווירא איז אוועק געשטעלט פאר די וואס ווילען אויפשטעלען א איידעלע ערליכע דור, יא יעצט זאגסטו שוין עפעס צום זאך, און די וועלט טרעפט מען טאקע נישט קיין איידעלע ערליכע דורות, דרך אגב, ווי האט הרה"ק ר' דוד'ל מסקווירא ז"ל געוואוינט אין שטעטל סקווירא? די בעש"ט אין סקווירא? ב"ה די וועלט איז פיעל מיט הייליגע חסידישע עהרליכע טייערע יונגערלייט, יא מען האט אינז איינגערעדט אלע יארען אז די סקווירא יונגערלייט זענען עפעס ספעשיל, די וועלט קוקט ארויף אויף סקווירא, און מען איז אינז מקנה, א נעכטיגען טאג, די וועלט האט גאר אן אנדערע בליק אויף סקווירא, ווי דאס וואס מען האט אינז געפרעדיגט, עס איז א מציאות אז פון די שטעטל סקווירא, איז ליידער דא אזויפיעל ארויס געפאלענע, אויף אזא נידעריגע אופן, וואס דאס איז א פועל יוצא פון אזויפיעל קדושה און טהרה, יא יא זאגט ער,

    ReplyDelete
  28. דאנק א שיינעם פאר'ן ארויסברענגען מיינע ווערטער מיט'ן פולן פארשטאנד! דער קוה איז צופרידן מיט'ן שטרוי ווייל דאס איז געמאכט פאר אים. אך און וויי ווען דער קוה וועט זיך נעמען עסן פלייש. איך ווייס ב"ה וואס צופרידן איז, און איך ווייס אויך ווי צופרידן דו ביסט... וד"ל
    סקווירא האט נאך ב"ה די כח הנהגה וואס אלע שטעט און דערפלעך האבן געהאט אין די אלטע היים, וועלכע דו רופסט קאמוניזם. ביי אונז הייסט דאס יודישקייט. יא, א איד דארף פאלגן און זיך צושטעלן צו וואס רבנים זאגן, און אויב ס'געפעלט דיך נישט דער לעוועל, איז פארהאן שוואכערע לעוועלס. אין אלע דורות זענען געווען פארשידענע דרגות.
    עס איז א באקאנטע פאקט ב"ה אז פון סקווירא זענען ביז 5-10 יאר צוריק כמעט נישט געווען קיין דראפ אוטס, ליידער ווערט עס געפערליך פארמערט לעצטנס, אין די זעלבע צייט ווערט עס אין די אלגעמיינע וועלט אויך פארמערט געפערליך. און ווי מיר אלע ווייסן איז די עיקר גורם, אט די בלאג און ענדליכע וועלכע ווילן נאר 'אויפקלערן' די יונגע דור וואס עס מיינט צופרידן. אויב דו ביסט באקאנט אין היסטאריע, וועסטו זען אז אין אלע דורות זענען געווען מהרסים וועלכע האבן געארבעט שווער אונטער צו ברענגען די כח ההנהגה פון די דעמאלסדיגע רבנים, דורכ'ן אויפקלערן די יונגווארג אז עס זענען דא אנדערע ערליכע יודן וועלכע זענען נישט אזוי עקסטרעם וכדו'. היסטוריע שפילט זיך איבער

    ReplyDelete
  29. גוד דזשאב שעפעלע, איך האב שוין לאנג נישט אזוי געלאכט, בארואיג'ט אייך, נעמט אייך נישט אזוי צום הארצען, אויב די ביסט אזוי זיכער מיט זיך וואס נעמט אייך אזוי ארויס פון די כלים, טעיק איט איזי, וואס איך וויל דיך פרעגען איז, וויאזוי טאקע ווייסטו ווי צופרידען איך בין, און וואס איז ודי למבין, איך פארשטיי נישט וואס קומט דא אריין ודי למבין, עס איז אקעי דאס איז וואס מען האט אינז אייביג איינגערעדט, אז די וואס מויפען זענען נישט צופרידען, און אויך האט מען אינז אלע איינגערעדט, אז די געסט ווערען משוגה, פון די פלאץ, די ווייסט אפשר ביי אני טשענ'ס וואס מיינט הוקעס פוקעס? בלויני מאקערויני.
    איך חאפ נישט פינקטלאך וואס די זאגסט מיט כח הנהגה פון שטעט שטעטליך, פון אלטע היים, וואס אלטע היים ווען אלטע היים, די מאכסט סקווירא גרויס, אדער די שטעט און שטעטליך און די אלטע היים, קליין, ווייז מיר איין זאך מיט וואס די שטעטל איז גלייך צו די אלטע היים, און יא דאס איז די פראבלעם, וואס איך ריף קומניזם, ריפט סקווירא יודישקייט, האסט עס זייער גוט ארויס געברענגט, יודושקייט איז א געשמאקע זאך, א נחת צו טוהן, א פארגענוגען, איבער צו געבען פאר אינזער קונדער, און נישט צאפען טשעפען פארברענען ווארפען קינדער, גורם זיין מענטשען גיין און תפיסה'ס, מצער זיין מענטשען פאר טוהן שידוכים וואס די רבש"ע האט זיי באשערט, אדער יא עלי' פאר דעם נישט עלי' פאר יענעם, וכו' וכו' וכו' וואס די פעפער איז צו קוירץ אויס צו רעכענען אלעס דא. יא ביסט גערעכט אז אלע דורות איז געוועהן דרגות, אבער אזוי נידעריגע דרגה ווי אין סקווירא, איז נישט געווען זייט סדום ועמורה. און די ענין פון ארויסגעפאלענע, זאלסטו מיך שטארק אנטשילדיגען, און נישט זיין אזוי נעאיוו, פארצענטיש זענען דא אין סקווירא אסאך אסאך אסאך מער ווי און די וועלט, אנטשילדיגט פאר צעבאסטען דיין בלוין, און אויך אויף אזא נישט מעטשאר אופן אז עס איז א שרעק. יא איך בין באקאנט מיט מהרסים, און איך בין באקאנט אין סקווירא אויך, און נעם אזא שטיב ווי י. ש. וו. און מ. ח. און א. ב. וכו' וכו', האט מען נישט געהאט קיין בלאג'ס מילא דריי נישט דעם קאפ, עס פעלט א צופרידען קייט, און א געשמאק און יודישקייט, נישט יעדער איז געמאכט פאר די נארישע זאכען, וויל א בחור גיין לערנען ערגעטץ אנדערשט, האט ער נישט קיין ברירה, פאלט ער ארויס, און ווערט אראפ געקוקט, און פארשטייט זיך אז ער גייט זיכען צופרודען קייט ערגעץ אנדערשט, זייט מיר מוחל, און זייט מודה אז נשתכחה תורת הבעש"ט, ווייל די בעש"ט דרך איז געווען צו עקסעפטען יעדער יוד, צו ליב האבען. אקעי וויאזוי ריפט מען עס, יהעט עוויר. די וועסט אני יעי נישט פארשטיין, ווארט אפאר יאר, יול טוילק,

    ReplyDelete
  30. לאמיר ענק אויסלערנען, דער איינציגע וועג וואס דער דוד'ל טווערסקי פארשטייט איז גוטע פעטש, ווילאנג מענטשען וועלען זיך לאזען טרעטען וועט דאס אעים געבען קוראזש מער צי טרעטען, די עצה איז עים צי געבען גוטע פעטש, ווי למשל טוהן אזאלכע זאכען ער זאל האבען אומגעהויערע געלט שאדען, מער פין וויפעל ער קען פארנעמען,

    ס'מיז אריבערגיין דעם פוינט פין וויפעל ער קען פארנעמען , מסור'ו וויפעל מען קען אויף אים אין ס'איז מותר ווייל ער האט א דין ווי א רודף, ער מיז חאפען אזאלכע קלעפ ביז זיין שטאלץ וועט צישמעטערט ווערען אין ער זאל האבען די מעגליכקייט צי טראכטען אז אפשער איז ער נישט גערעכט, ווייל ער מיינט נאך אז ער איז הייליג,

    ער לעבט אין א וועלט פין דמיון אין דעי ועלט מיט מען עים צישמעטערען אנע רחמנות , נאר אזוי וועט ער זיך אויסלערנען, ער איז א געטשקע וואס ס'איז א מצוה צי צישמעטערען אין א עבירה צי האבען רחמנות

    ReplyDelete
    Replies
    1. כ'מוז מיטטיילן די ליינער דא מיט די נצחון וואס כ'האב היינט געהאט אויף מיין חבר.
      זינט די ל"ג בעומר מעשה, טענה איך זיך אלץ ארום מיט איינעם וואס איך ארבייט צוזאמען מיט אים, א פרעמדע אינגערמאן, ער טענה'ט אז די פרידוואלד חברה האבן גארנישט געמיינט, און איך טענה אז טאקע נישט יעדער דארט האט געמיינט עפעס, אבער די אנפירער און די וואס האבן געארבייט דאס צו פארברייטערן האבן דווקא יא געזוכט צו מאכן א צענטער קעגן די הנהגה.
      יעדע מאל וואס כ'האב אים געזאגט די תורה האט ער אפגעלאכט פון מיר אז כבין פאנאטיש און כמיין אז יעדער וואס וויל נישט דאווענען אין א גרויסע שול איז שוין א מתנגד, וכו' וכו', אבער איך – קענענדיג די פרידוואלד חברה מיט זייערע השקפות פונדערנאנט – האב זיך נישט דערשראקן. איך ווייס די אמת און וואס גייט מיר אן וואס ער האלט.
      די וואך שיק איך אים אריין די לינק און כ'האב אים צוגעשריבן ווער דער שרייבער פון רוב פון די שרייבעראציעס זענען. ער דרייט זיך אויס צו מיר און זאגט מיר: ש..... ביסט גערעכט!! ביסט גערעכט!! כ'געב אויף! אזא געמיינע פרעכקייט?! אזא איינעם וואלט עטץ געדארפט מחרים זיין פון דע"י ווא"ן פאר יעדן פרייז...! אפילו אין סאטמאר האט קיינער נישט געשריבן אזוי מיאוס און רשעות'דיג!
      כ'ווייס אז פיל גייען שרייען אז ס'איז א בלאני מאקרוני, איי דאונט קער. כ'בין דזשאסט צו עקסיידעט דערמיט און כ'מוז אריינשיקן אפגעבן מיין הערצליכן דאנק פאר'ן שרייבער אז ער לייגט ארויס זיין אמת'ן פרצוף, און די אלע וויכוחים ארום פרידוואלד ווערן געשלאסן.
      יעדער אלוועלטליכע איד מיט א נארמאלע הערצה'דיגע בליק צו הנהגה, רבנים, וכדומה אנערקענט ערשט יעצט ווי גערעכט מיר זענען געווען. יישר כוחכם.

      Delete
    2. ?ביסט אזוי עקסיידיט מיט די בלאג
      איז טי מיר א טובה שיק די בלאג צי די אידן ןואס
      !!! זענען זיך מתווכח מיט דיר, זאלען זיי זעין אליינס אז די ביסט גערעכט הא הא

      Delete
    3. די חברה זענען אין לאלא לענד, איך מיין סקווירא זאל טאקע געבען די לינק פאר יענק'ל שפירא צו ווייזען פאר די אלע נותנים, וואס זייט די מעשה, האבען פאר מאכט די טירען פאר די סקווירא משולחים עס איז נתגלה קלונכם געווארען בשוק אופען גרעסטען אופן, איז זענט אראפ געקוקט בכל תפוצת ישראל, (וואס זאגען נישט קיין "קץ" (אויך מיר יודען) און נעבעך ענק זיכען עפעס א שטרוי אויף וואס זיך אהן צו חאפען, מילא חאפ דיך גיט אהן ווייל עס קומט נאך, .

      Delete
    4. פארען ענאנעמעס שרייבער פון צייט 3:22 וויל איך זאגען אז איך שריי נישט, איך זאג עס זייער רואיג, בלואני מאקעראני, איך האב אפאר ווערטער פאר דיך: המקום ינחם אותך

      Delete
  31. כהאב הנאה פון דער שרייבער וואס זאגט ב"ה אז סווערט גרינגער צי מופען ווי צי זאגען נאך אביסעל אין מווערט פטור פון די פאר טראבעל מעיקערס און גענדיגט מיט אלעם, הא הא הא, סאיז קימט מיר צום לאכען, ער מיינט סאיז ווי דרייסיג יאר צוריק, איינער האט געמופט אין מהאט נישט געהערט מער, מיין פריינד כהאב נייעס פאר דיר סקימט אסאך פאן, סהאט זיך ערשט אנגעהויבען,
    מאך צי דיין סיטבעלט ווייל סגייט אנהייבן פארן זייער שנעל

    ReplyDelete
    Replies
    1. אהרן יודל, עס האט נישט קיין שייכות מיט דרייסיג יאר צוריק אדער צוויי יאר צוריק
      עס ווענדט זיך פון וועם עס האנדלט זיך. אויב רעדט מען פון איינער וואס האט א משפחה מיט קינדער, פארשטייט ער אז וואס איז געווען איז געווען, אפגעזען צו איך בין יא אדער נישט גערעכט, דאס לעבן דארף אנגיין ווייטער. אזא איינער מאפט ארויס און מ'הערט נישט מער. נאכמער, ער ווערט א נייער מענטש און זעצט זיך לערנען. ער זעט דאך וואו מען קומט אן פון זיצן און אויסהערן און נאכטאנצן עלנדע מענטשן
      אז עס האנדלט זיך פון א עלנדע 37 יעריגע גרוש, וואס האט נישט קיין שום ציל אין זיין לעבן, פעסט ער זיין סיט-בעלטס און האט פאן

      Delete
    2. Who is writing this? Is it Menasha Listig skvers spokes men?

      Delete
    3. שעפעלע טייערע זיסע, סקווירא נעבעך טרייט זיך איינצורעדען, אדער איין רעדען אנדערע, אז דאס איז אהרן יודל, עט'ס זענץ ארום גענומען מיט שונאים מבית ומחוץ, יעדער זעט אז עס איז שקר, פון אינטען ביזען שפיץ. יעדע קורצע צייט חאפט עטץ ענק אהן אויף א שונה א פרישע. עט'ס זענט'ס ווייט ווייט פון קדושה. זאגט נאר וויפיעל יונגערלייט אין סקווירא האבען אדער ווייסען זייער ציל אין לעבען? וויפיעל יונגערלייט וואלטען געוואלט גיין צו מדריכים, און זיך אביסעל רוקען און עבודת ה', אביסעל שטייגען זיך ווארעמען, נאשען, הערען, און זעהן וויאזוי מען דינט די אויבערשטער "בשמחה", אבער זיי קענען נישט, ווייל זיי ציטערען, מען מעלקט דאך נישט פון קיין צוויי קוהן, איך קען רעדען און רעדען און נישט פארטיג ווערען, מענטשען האבען קושית מען קען זיי שוין נישט פארקויפען וואס מען האט זיי פארקויפט אלע יארען, יא עזריאל טויבער שליט"א איז א אפיקורס, די אלע טויבערס זענען אפיקורסם, מיט דעם זענען מיר אויף געוואקסען, ווי גייט די נוסח: יא דער, ער איז דאך א צודרייטער, אה ער איז א לץ, אה וואס ער האט געזאגט? ער איז דאך א משכיל. ניין ניין ניין מענטשען קויפען דאס שוין נישט, איינעם וועם די קענסט נאך דאס איינרעדען, דאס איז, דיך אליין'ס, און וואס די זאגסט אז ער איז עלענד אליין, וכו', וכו', שעם דיך באגראב דיך, די שלעכטע מענטש מיט געמיינע מידות, ווי ביזסטו אויף געצויגען געווארען? דיין חינוך דערקענט זיך גיט, גוים להבדיל האבען שוין מער פילינג'ס פאר א צווייטע מענטש, ווי דיר, עס איז בסך הכל א פייט צווישען צוויי מענטשען, ווייל אויב עס וואלט געווען א מחלקות דקדושה, וואלט דיך וכת דילך פינקט אזוי געדארפט וויי טוהן, וויפיעל יודען דא אין די הייליגע שטעטל דאווענען נישט, ליינען נישט קיין קרי"ש בזמן, וואס איז א דאורייתא, וכו', וכו', וכו', און די ביסט עפעס פארזיכערט מיט א געשמאקע לעבען? ווער ווייסט וואס עס ווארט דיך אפ? דרך אגב וויל איך דיר זאגען, אז איך מיין אז אהרן יודל נ"י, האט צו באקומען אסאך אסאך שטיצע און חברים, זייט מען רודף'ט איהם, מענטשען זעהן וואס מען טוט איהם, הלא דבר, און בכלל מענטשען ערגערהן זיך וואס עס גייט פאהר,

      Delete
    4. קען אים אפשר איינער פון זיינע שטיצער און חברים פארשאפן א שידוך

      Delete
    5. יעקב יוסף ברא"מ4/25/2013 5:44 PM

      קענט איר אפשר אויפהערען שטערן זיינע שידוכים

      Delete
    6. איין מינוט איין מינוט איין מינוט, אהא איך הער לאז מיר זעהן, מממממממ אויב ער וואלט געווען אין סקווירא, און מיט געטאנצען וואלטען איהם זיינע חברים פארשאפט א שידוך, אבער היות ער איז נישט פון די כת, האט ער קיינעם נישט וואס זאל איהם פארשאפען, זאגסט א שטיקל סברא.

      Delete
    7. איז אזוי: ווען דער אהרן יודל האט געוואוינט אין סקווירא, האט ער נישט נאר זיך אפגעגעט, נאר אויך צוגערעדט האלב פון זיין כתה זיך צו גט'ן. לכאורה נעמט זיך עס פון זיין אויסערגעווענליכע אמונה אין ארבעים יום קודם יצירת הולד

      Delete
    8. אויב גלייבט ער נישט אין ארבעים יום קודם וכו', קען ער רואיג ווערען א רבי. wow Ahron Yidel i didnt knew you are such a powerful person, here you have the power to devorced half of your classmates, here you make a whole sector jump, you are really good.

      Delete
  32. sorryi don't have yiddish a keyboard,
    i live in monsey, i was never in new square for shabbas, i am sure its beautiful and one day i hope to experience it. but to have over 1200 families davening every week friday night is turture to a nice percentage people living there.

    ReplyDelete
    Replies
    1. sorryi don't have yiddish a keyboard,
      i live in monsey, i was never in new square for shabbas, i am sure its beautiful and one day i hope to experience it. but to have over 1200 families davening every week friday night SO LATEis turture to a nice percentage people living there.

      Delete
  33. Kinderlach I see everyone is from skver here the way the chasidum and misnagdim are talking and thinking even if u leave skver people will always see u r skvere like a monroe boy speaks english

    ReplyDelete
  34. סאו די האסט נישט רחמנות אויף אונז? פארוואס דארף איך געטריט ווערן אנדערש ווי נארמאלע יאמען ביאינג? פארוואס בין איך שילדיג אז מען האט פארנערט מיין זיידע אז ער זאל קומען וואוינען אין א שיינע שטעטל

    ReplyDelete
    Replies
    1. דו ביזט גענצליך אומשולדיג. מאף שוין ארויס פון דארט

      Delete
  35. א דרויסנדיגע4/25/2013 7:41 AM

    איינער קען מיר מסביר זיין אפשר ווער איז דאס דעים אהרן יודל? און וואס טיט ער קעגן סקווער? וואס האט עם סקווערע רעבע אזוי אפגעטון אז ער וויל עס אינטערברענגען ? און בכלל איינער קען מיר מסביר זיין די גאנצע מעשה דא פון אנהייב ? סקווערע רעבע הייסט זייער א חשוב׳ע קלוגע רעבע איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר

    ReplyDelete
  36. די מעשה איז זייער קלאר ארפגעברענגט דא: http://finskver.wordpress.com/
    צו מיינע סקווערע חברים. פליז טענה'ט זיך נישט, ס'איז עקלדיג, און איר וועט סייווי אין ערגעץ נישט אנקומען. מ'רעדט דא פון א שנאה וואס איז איינגעגעסן פון יארן און וועט זיך נישט טוישן אזוי שנעל.
    אויב זענען די וועלכע האבן ארויסגעמופט אזוי צופרידן, וואלטן זיי נישט אזוי געשימפעוועט

    ReplyDelete
    Replies
    1. פליז פליז, צי מיינע חברים אין סקווירא
      פליז ענטפערט נישט איך די חכם
      Finskver
      וועל אלעס ענפערן בטוב טעם ודעת,

      Delete
  37. אין אויך זעהט אביסעל אויס אז. די אלע סקווערע זענען אביסעל פארלוירן, ווייל זיי טרייען טאקע צו ענטפערן אבער איי עם ווערי סארי לויט ווי די ענטפערס קימען ארויס זעהט מען אז זיי אליין האבען גיטע קשיות נאר זיי גייען ממש אין וואנט אריין, סאו וועגן דעם אליין זאלען די סקווערע זיך נישט טענען, אזוי וועלן חאטש מענטשן מיינען אז זיי האבן וואס צו ענטפערן

    ReplyDelete
  38. ב"ה הרב יושע האט געלאזט צוואה אז זיין דירה זאל מען מאכען פאר א שול ב"ה סוועט שוין זיין נאך א בית המדר שכוח הרב יושע געטריי בלייבט געטריי

    ReplyDelete
  39. מיטגעמאכטער4/26/2013 6:14 PM

    כ'פארשטיי נישט. פיןסקווער דרייט זיך ארויס פון ענפערן א פשוטע און סימפעל קשיא : פאר וואס לאזט סקווערע רבי דאווענען אין פיין וועלי - ווען האט עקספייערט די תקנה פון די רבי זל פון איין שול? האט די רבי זל טאקע געהאט אזאכע ווייטע אויגן צי זעהן דעם עתידות און שוין דעמאלס אן זאגען בנו יחידו וממלא מקומו אז פרידוואלד זאל זיין אסור און פיין וועלי מותר? אתמהה

    ReplyDelete