דעם רבין"ס צווייטער בריוו

דעם רבין"ס צווייטער בריוו 
 


 


נישט דורך צו פיהל צייט זייט מיר האבן אהן גיהויבען די בלאג, און סאיז געקומען א ענטפער פון סקווער. די קהילה האט באשלאסן אז סאיז נחוץ צי ענטפערן, ווייל אז נישט קען עס נאך חלילה שטארק שאטן, סדערמאנט אונז א בריוו וואס די רבי האט זיך איינגעעקשנט ארום צו שיקען צוויי יאר צוריק צו אלע אנ"ש ערקלערן וואס פאר א ל"ג בעומר שפיצל די בחור האט געוואלט טוהן מיטן אנצינדן דעם הויז.ם
 ו    
 

פאלגענד איז דער איך וועיס נישט בריוו וואס זיי האבען יעצט ארויסגעשטעלט
  
 צום אלעם ערשט וויל איך קלאר שטעלן אז איך בין
 נישט קיין אפיציעלער פארטרעטער פון סקווער און איך בין נישט באשטעלט געווארן דורך קיינעם

איך האב נאר אין די לעצטערע צייטן באקומען לינקס צו פארשידענע געשרייבעכצער, אין וועלכע איך זעה א געפערליכע האס און שנאה צו סקווירא, און איך, זייענדיג א נאכפאלגער פון סקווער, בין זייער געטראפן פון דער פאקט אז עס ווערט נישט אפגעענטפערט געהעריג, און מאנכע מיינען אז עס איז א בחינה פון שתיקה כהודאה. איך ווייס אז איך לאז מיך אריין אין דעליקאטע עניינים, אבער מיינע געוויסן הייסן מיר דאס צו טוהן, און איך פיהל אז עס איז אן עת לעשות.

אויך וויל איך קלאר באטאנען אז איך ווייס זייער קלאר אז איך גיי נישט טוישן די מיינד פון די מחרחרי ריב וועלכע פרייען זיך אויף יעדע שטיקל שמוץ און דברי בזיון אויף סקווער (מן הסתם אויך אויף יעדע אידישע קהילה קדושה) כמוצא שלל רב, און צו זיי ציהל איך אינגאנצן נישט. איך ווייס נאר אז עס זענען אויך פארהאן יונגעלייט מכל קצוי תבל וועלכע קוקן אויף סקווירא מיט פארוואונדערטע אויגן פרעגענדיג ‘וואס גייט דארט פאר אין סקווירא?’, און עס איז ביז היינט נאר געווען צו באקומען די באריכטן אין די נעגאטיווע פארמאט, צוליב דעם וואס די גאר גרויסע מערהייט פון בלאג פאסטערס זענען פון די מהרסים וועלכע קענען נישט פארנעמען די וואוקס און בליה פון סקווער, און ס’רוב פון סקווירא איינוואוינער און נאכפאלגער האבן נישט קיין עקסעס צו די זאכן בכלל, און דעריבער קען זיך אמאל דוכטן אז סקווער האט פארלוירן איר געלדענעם גלאנץ, דעריבער וויל איך אין די פאלגענדע שורות מסביר זיין וואס עס גייט באמת פאר, ווי ווייט איך בין באקאנט מיט די פאקטן.

וזה החלי… סקווער (אדער סקווירא, ווי עס ווערט אפיציעל אויסגעלייגט) איז אן הייליג שטעטל וועלכע איז געבויט געוואר בערך שנת תשי”ז מיט בלוט און שווייס דורך כ”ק מרן הקוה”ט מסקווירא ז”ל, מיט’ן איינציגן ציהל אז עס זאל זיין א פלאץ אין אמעריקא ווי מ’זאל קענען ערציהען די קומענדיגע דורות בקדושה וטהרה, און ס’זאל נישט אנקומען אזוי שווער ווי עס איז דאן געווען אין די שטאט אין וועלכע מ’איז אויסגעשטעלט צו די גוי’שע און מאדערנער גאס.

ער האט אוועק געשטעלט פארשידענע גדרים וסייגים וועלכע ער האט געפילט פאר וויכטיג, צו דער ערציהונג פונם יונגן דור. איינס פון די גרויסע יסודות איז געווען אז אין סקווירא זאל נאר זיין איין ביהמ”ד און איין מנין שבת קודש און יו”ט צו קבל”ש און שחרית-מוסף, דער ציהל איז בפשטות געווען (ס’קען זיין אנדערע סיבות, אבער אזוי פארשטיי איך) אז אזוי וועט זיך איעדער תושב פילן ווי אן אקטיווער חלק אינ’ם זעלבן קהילה, און אזוי וועט זיין אן הנהגה צו וועלכע דער עולם וועט זיין אויסגעשטעלן ווייניגסטנס איינמאל א וואך דורכ’ן דאווענען צוזאמען. אבער אפגעזען צו דאס איז די סיבה, איז דאס, אן קיין ספק, געווען דעתו ורצון קדשו פונם מייסד פונם שטעטל, און ער האט נישט ארויפגעלייגט קיין עקספיירעישען דעיט דערויף, ווי אנדערע ווילן זאגן, אז ער וואלט שוין היינט אנדערש געזאגט.
זענען געקומען מהרסים וועלכע האבן זיך געפיהלט אומבאקוועם אין שטעטל, און אנשטאט מחליט זיין אז דער שטעטל איז נישט געמאכט פאר זיי, צוליב דעם וואס זיי פארנעמען נישט דער פאקט אז עס איז נאר דא איין הנהגה אין שטעטל, האבן זיי געוואלט טוישן איינס פון די גאר שטארקע יסודות אויף וועלכע די שטעטל איז געבויט געווארן, און ווערט ווייטער געפיהרט.

העכסט פארשטענדליך, אז דאס האט נישט געמעגט פארשוויגן ווערן, און די חברי הקהילה און דיינים פון שטעטל האבן פרובירט מיט איעדע מעגליכע טאקטיג, מיט גוט’ן און מיט בייזן, דאס אפצושטעלן, אומסוקסעספול. דערנאך איז ליידער געשען וואס עס איז געשען, וואס עס זענען כולי עלמא מודי אז האט נישט געדארפט געשען, אבער איז ווי נישט ווי אביסל פארשטענדליך.

לאמיר נעמען א משל פון א ביהמ”ד אין וויליאמסבורג. דער רב און מייסד פון ביהמ”ד האט איינגעפירט אז אין דער ביהמ”ד זאל נאר זיין איין מנין פאר שחרית שבת צופרי. נאך עטליכע יאר איז צוגעקומען נייע מתפללים, וועלכע האבן פון’ם אייגענעם מיינונג מחליט געווען אז דער ביהמ”ד דארף שוין נאך א מנין, און איין שיינעם שבת האבן זיי צוזאם געקראצט א מנין און זיך געשטעלט דאווענען. וואלט זיי דען דער רב נישט ארויסגעטראסקעט פון’ם ביהמ”ד? און אויב וואלטן זיי זיך נישט געלאזט מיט גוט’ן וואלטן די אנדערע ערנסטע מתפללים זיי לגמרי באזייטיגט. נישט קיין ספק.

ס’קען זיין אז דער מציאות פון נאר האבן איין מנין שב”ק צו קבל”ש און שחרית-מוסף קוקט אויס אין די אויגן פון די גאס ווי אן אומגעווענליכע און נישט גוטע זאך, אבער דאס איז געווען איינס פון די יסודות אויף וועלכע דער סקווערער רבי ז”ל האט מיסד געווען דער שטעטל. און אויב קומען יחידים און ווילן דאס אונטערברענגען, אוודאי ברענגט דאס אויף א געוואלדיגע היציגקייט אין די יונגווארג און מ’טוט וואס מ’טוט.

חוץ פון דעם, איז דער מנין וועלכע די מהרסים האב’ן מייסד געווען נישט געווען די איינציגסטע עוולה וועלכע זיי זענען באגאנגען אנטקעגן דער סקווערע רבי שליט”א און אנטקעגן רוב פון די תושבים וועלכע זענען צופרידן פונ’ם סקווערן לייף סטייל. זיי האבן געמאכט ליצנות פון די כח ההנהגה פון סקווער ווען נאר געווען מעגליך, און געזוכט וויאזוי נאר מעגליך אונטער צו ברענגן די כח ההנהגה פון סקווער.

עס פרעגט זיך אליין, ווי זענען די רעכטן פון’ם רוב פון די איינוואוינער וועלכע ווילן יא האבן די סארט הנהגה, און די מהרסים ווילן עס אונטער ברענגן? אויף צו האבן די זעלבע סארט הנהגה ווי אנדערע חסידישע מקומות קענען זיי אהין גיין. מיט וועלכע רעכט מעגן זיי צונעמען די לייף סטייל וועלכע די סקווערע איינוואוינער האבן? אויב איז עס נישט באקווען פאר זיי, זאלן זיי טרעפן וואס עס איז יא באקוועם, און נישט נעמען דעם עקזיסטירנדן לייף סטייל און ארום דרייען לויט זייער באקוועמליכקייט.

איך וויל קלאר שטעלן דעם טאון. איך האלט אויסדריקליך אז דער וועג פון טעראר איז נישט דער אידישער וועג. אבער עס איז ברור כחמה אז עס איז א געוואלדיגע עוולה אנטקעגן א קהילה קדושה, צו נעמען דער הנהגה פונם פלאץ, און צוליב יחידים וועלכע זענען נישט צופרידן פונם מהלך, פרובירן צו טוישן. און עס ברענג אויף הייס בלוט ביי די וועלכע קענען זיך נישט קאנטראלירן.

אפילו אויב די מהרסים וועלן זאגן אז רוב איינוואוינער פונם שטעטל ווילן נישט די יעצטיגע הנהגה, וועלכע איז פאר איעדן בר דעת קלאר שקר, זענען זיי נאכאלץ נישט בארעכטיגט דערצו. זיי מעגן אפשר פרובירן איבער צו רעדן מענטשן זאלן מופן צו פלעצער אין וועלכע זיי וועלן זיין מער צופרידן, אבער טוישן דער מהלך ההנהגה פון א פלאץ? אויסדריקליך אן עוולה שאין כדוגמתו, אנטקעגן דער מייסד פונם שטעטל, אנטקעגן דער סקווערע רבי שליט”א, אנטקעגן דיר רבני ודייני הקהילה, און אנטקעגן אלע איינוואוינער.

איך וויל דא אויך קלאר שטעלן אז אין סקווערער שטעטל וואוינען היין צו טאג בערך 1200 משפחות בלי עין הרע, און צו זאגן אז אין סקווער באגייט מען זיך טעראריסטיש און ענדליכע לאזונגען איז א געוואלדיגע עוולה. אויב פון 2500 ערוואקסענע מענטשן (מענער פרויען און בחורים) זענען פארהאן 10 מענטשן וועלכע קענען זיך נישט קאנטראלירן, ווערט שוין דער גאנצער שטעטל אפגעפרעגט? ווי איז פארגעסן געווארן די הונדערטער גאלדערנע יונגעלייט וועלכע לערנען 18 שעה’דיגע טעג? ווי זענען פארשטעקט די חשובע דיינים מיט וועלכע די רבנישע גאס קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן? פארוואס הערט מען נישט אויף די גאס פון די סקווערע אפגעהיטענע בעלי בתים? יא, סקווער האט א גרויסע מאיאריטעט פון גאר חשוב’ע יונגעלייט און עלטערע יונגעלייט, און צוליב די עטליכע יחידים וועלכע טוהען נארישע עוולות אויך די אייגענע הענט, איז דאס דער אימעדזש וואס הייסט ‘סקווער’.

דער תירוץ איז פשוט. אין גארבעדזש קען איז נישט דא קיין אויבן אן, און צו מיסט קלעבן פליגן. דער אלגעמיינע גאס ציהט צו לשון הרע ורכילות אנטקעגן יחידים און נאכמער אנטקעגן קהילות ווי פליגן צו מיסט. און אז מ’קען נעמען א קהילה קדושה ווי סקווירא און אויפבויען א קעיס אנטקעגן זיי, קוקט מען אוועק פון אלע פאזיטיווע פאקטן מיט וועלכע די קהילה איז ב”ה געבענטשט, און מ’קלעבט זיך אן אין די שמוץ וואס עטליכע אום קאמפאטענטע יחידים באגייען.
איך מיין אז עס איז צייט אז לכל הפחות יודן בעלי דעת זאלן איינזען אז די סחורה וואס ליגט ‘אן דיספלעי’ אויף די אינטערנעט, איז דירעקט ארויס געלייגט דורך אנשי בליעל וועלכע פארנעמען נישט קיין שום דבר שבקדושה און לייגן עס אן אויף יחידים און קהילות קדושות צו בארעכטיגן זייערע געוויסן.

שכוח פאר’ן מיר אויסהערן.

THE ANSWER I WAS WAITING FOR

First and foremost I would like to thank. Hashem at this time  for everything, he does, he has helped us till now and will help us allways!!!

For all the people that participate in this blog, thank you, we now know, that this blog made waves, and has shaken them to the core!!!

A letter came in yesterday that has all the markings, that it was an official letter written by New square, even the way he starts off writing that this is not official, is also the way they talk,

The letter is much better then I wished for, it starts off, that new square was built by the Rabbi's Father, and 1 of the major fundations was that they should be only 1 שול without him going in into much detail, why he  wanted it this way?

But the reason is well known, when he was alive there was only a hundred families and he wanted them all to feel as one family, and everybody really felt that way, he made sure of that, now, today we have over 1200 families living in new square and having only one שול is making life miserable, its causing all kinds of problems.

The rabbi always says that he doesn't want to change anything from his father, and this is always his excuse, well he changes, whatever he feels like, you can ask anybody it's no secret, and to top that of, his father didn't own a house on the Hudson, his father didn't ride around in a Cadillac, with official plates, lights, and sirens

In the latter he's also trying to water down all the craziness, that happened not long ago in new square, by claiming, that it is somehow our fault, because when people don't obey, (and what did they do, went to daven outside) what the rabbi says, its only normal that the outcome would be that the youngsters will take things in their own hands, and nobody can have any grievances afterwards, and no I'm not making this up its in the letter, now if this was a Muslim radical fine,  but us Jews have never had any excuse for violence until now,

But it gets a lot worse, this was not only an excuse, after the violence, there was an official decree, by the rabbi to take all measures, the carrot, and the stick, to make sure those people that daven outside to leave new square, or stop, by all means!!!

There was even a משגיח in high school speaking directly to the youngsters, about the unfolding events and he mentioned, clearly, that if a boy gets so angry that he takes measures in his own hands, everybody will understand, can you imagine? This was right before that boy lit up and burnt somebody, and it's on tape,

Their mind is so twisted that they don't see, What's Wrong here, i pray everyday that they  should wake up from there deep sleep, and start, respecting other people,

I will finish, with this story I heard last week, when the rabbi's father was still with us, there was a fellow, who went to the עמוד he said  a different נוסח, the people around the rabbi, asked Him isn't there a קפידא to say it differently, his answer was simple, we also have a קפידא not to hurt anybody!!!!

א שמועס צווישן צוויי גוטע פריינט

א אפענער שמועס צווישן צוויי גוטע פריינט
דוד: א גוטען יעקב יוסף, כ'האב דיר שוין לאנג נישט געזעהן.
יעקב יוסף: זייט איך האב ארויסגעמופט....
דוד: וואס??? דו האסט שוין אויך ארויסגעמופט??? ווען איז עס געשעהן???
יעקב יוסף: יעדער קומט אמאל צום שכל..
דוד: כ'פארשטיי נישט, דו האסט דאך אייביג אויסגעזעהן אזוי צופרידן דא, דו האסט געהאט א פראבלעם מיט סקווער?
יעקב יוסף: איך וועל דיר זאגען די אמת. איך בין קיינמאל נישט געווען צופרידען דא, און אזוי ווי יעדער - האב איך אויך געשפילט.איך בין געגאנגען צו די טישן, ווייל איך בין איינגעשטעלט אין די מוסדות. איך בין געגאנגען מיט שטיוול, ווייל איך האב נישט געהאט קיין ברירה. און איך האב מיטגעהאלטען יעדע שמחה, ווייל איך האב נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן זיך ווינדערען.
דוד: און פארוואס האסטו נאך ביז היינט אריין געטראגען "שקל". פורים האסטו דאך אזויפיל געלט אריין געטראגען.
יעקב יוסף: שקל טראג איך נאך יעצט אריין,ווייל מיינע קינדער זענען נאך דארט, און איך וויל זיי ארויס נעמען קומענדיגע יאר, און איך וויל נישט זיי זאלן מיר אונטער שטעלען פיסלעך ביי די אנדערע מוסדות.
דוד: ווי אזוי איז טאקע אין מאנסי?
יעקב יוסף: האסט נישט קיין השגה. איך פיל ווי יציאת מצרים. די ערשטע שבת בין איך מכובד געווארן מיט א עלי-ה, מ'האט מיר געשיקט צום עמוד - איך בין גראדע נישט געגאנגען, אבער די געפיל אז "איך בין עפעס", איך בין נישט "פלעין א נאמבער" האט אסאך געמיינט פאר מיר.
דוד: אבער, לאמיר זיך נישט נארען, דו האסט גאנץ גוט געפילט אז עס פעלט דיר פונעם שבת.
יעקב יוסף: וואס רעדסטו נארישקייטען? כ'וועל דיר געבן א ביישפיל פון מיין ערשטע שבת אין מאנסי, און דו וועסט מיר זאגען ווער עס האט און וועם עס פעלט.
ביי מיין ערשטע שבת מחוץ לשיכון בין איך געוואר געווארען אז אז איך האב א פרוי און קינדער...
ביז היינט בין איך צו געוואוינט געווען,אז נאכן לעכט צינדען עסט מען זיך אן און מען פאקט זיך אריין אין בעט פאר א גוטע שעה, ביז דער רבי קומט אריין צום דאווענען, און ווען מען איז אהיים געקומען איז שוין די גאנצע משפחה געווען האלב פארשלאפען. יעצט גלייך נאכן זמן גייט מען אין שול מיט די קינדערליך, מען זיצט אין א קלענערע שול נאנט צו מזרח וואנט, מיינע קינדער האבן זיך געפילט ווי א וויכטיגע חלק פון די שול. ביי לכה דודי האבן זיי אזוי שיין מיט געזינגען, און געשטאנען לעבן מיר פון הודו ביז נאך ספירה.
מיר זענען אהיים געגאנגען און געפירט א שיינע סעודה, נישט געיאגט.
צופרי בין איך געגאנגען דאווענען אין א אנדערע שול, וואו מען שטעלט זיך דאווענען ניין אזייגער. דארט בין איך געוואר געווארן פון כיבודים וואס איך האב ביז היינט נישט אפילו געוויסט אז עס איז דא.מ'פארקויפט די עליות. איך האב געקענט קויפען הוצאה והכנסה, ששי און הגבה. פאר מוסף האב איך געזעהן ווי דער רב זאגט פאר א עלטערע יוד: האסט יארצייט? מאך נאך א מנין.
איינע פון די חילוקים וואס איך האב געזעהן איז, אז אין סקווער האב איך אלעמאל געהערט פרעגן, "ווען ענדיגט מען דאווענען" - און אויב מען הערט אז עס איז דא עפעס א יארצייט, געבט מען גלייך א קרעכץ.
נאך די סעודה האבן מיר געכאפט א שפאציר די גאנצע משפחה. נאכדעם האט מען מקיים געווען שינה בשבת תענוג. נאכמיטאג האב איך פארהערט מיינע קינדער און געלערנט מיט זיי א פאר שעה. איך האב געמאכט א "שבת פארטי" און געלערנט פרקי אבות. (די היכל התורה ווערט נישט צוגעשפארט פאר די לומדים בשעת א טיש, און די לעקטערס ווערן נישט צוגעמאכט - נאר מען לאזט אידן עוסק זיין בתורה אין די צייט פון די שולחן הטהור רח"ל).
א שעה פאר די זמן בין איך געגאנגען אין שול, און נאך מנחה בין איך געוואר געווארן פון נאך א שבתדיגע ענין וואס הייסט"סעודה שלישית". עטליכע מנינים אידן קומען זיך צוזאם און מען זינגט זמירות מיט א ווארעמקייט, מ'הערט דברי תורה און מ'בענטשט צוזאמען. (איך האב אלעמאל געמיינט אז דעמאלטס איז די צייט צו שטיין אין פאליש און ווארטען אויף מעריב). אלס גאסט בין איך מכובד געווארען מיט ברהמ"ז (נישט נאר הגבהת הכוס). מען האט טאקע נישט געענדיגט צוויי שעה נאכן זמן, אבער נאך אלץ האט מען זיך געזעגענט פון די שבת המלכה מיט א ווארעמקייט און נישט ארויסגעלאפען פון דעם הייליגן טאג אזוי ווי איך פלעג דארפען טון ביז היינט.
אקעי, איך האב שוין גענוג גערעדט פאר יעצט. יעצט דערצייל מיר וואס איך האב פארפאסט אין סקווער אין די לעצטע פאר וואכען.
דוד: נישט קיין סאך. איך ווייס אז מען האט גענומען פון די וויין וואס די רבי האט געגאסן ביים סדר נאכט ביי די מכות און מען האט דאס געגאסען אויף די טירן פון אפאר אידן וועלכע האבן שוין געגעסען פון די עץ הדעת (און זעט אויס אז די פאפיר וואס מען האט אונטער געלייגט אונטער די רבי'ס שוך פורים האט נאך נישט געברענגט קיין רעזאלטס - האט מען געטרייט א נייע וועג) און מ'האפט בקרוב צו הערן גוטע נייעס. [די מוראדיגע נייעס איז שוין אנגעקומען צו די אויערען פון דער ווישניצער רבי פון מאנסי. דו ווילסט נישט וויסן וואס ער האט אויף דעם געזאגט]
אויך האט א אייניקל פון רבי'ן געקלינגען עמיצן זאגן אז ער מוז זיך פון אים געזעגענען, ווייל מען האט יענעם "געכאפט ביי די מעשה" ווי ער האט ביי א חתונה פאריגע וואך גערעדט מיט א"קלוגער".
יעקב יוסף: שוין, דעיס איז שוין א אלטע מנהג, אין סדום האט מען אויך נישט געלאזט רעדן מיט קיין פרעמדע..
דוד: וואס נאך נייעס קען איך דיר זאגן? ר'יושע גבאי איז נפטר געווארן האסטו זיכער געהערט. א"פ האט פארלוירן זיין דשאב ביי די טיש. אה און מען האט אוועק געגעבן פאר ד"ב די כיבוד פון שרייען שא שא ביים טיש....
יעקב יוסף: פליס, שוין צו פיל פאר איינמאל.איך זעה אז איך דארף דיר טרעפן מער אפט.
דוד: פאר דו גייסט אוועק וויל איך דיר נאר ווארענען, זאלסטוך אכטונג געבן מיט וועם דו רעדסט, ווייל איינעם פון מאנסי ווייס איך קלאר אז דער רבי האט שוין אויסגעשלאסען פון כלל ישראל....

דער עתיד פון סקווירא

New square, like the rest of the world is changing, but not in the way you would tink.
when the whole world, is starting to realize, that for every mischief you pay a price, for bad behavior there is consequences, you can't just shove it under the rug, and pretend as if nothing happened for too long, before everything is out in the open with one click!!!
New square is changing too.
But not for the good, Not long ago, when hell broke loose in new square, everybody had a feeling that big changes will come, that a boy sitting in jail for 7 years, is gonna be the lesson of the Century.
The heavyweights of New Square, the people who manipulate the whole community, did make changes,
They proclaimed, no more will we be fools, we are not stupid anymore, we are going to be very very smart from now on, everything we do will be legal, and we will be very careful.
And so the campaign started,
And for this they enlisted from the top of the cream!!!
They started a fierce campaign of intimidation, to intimidate not only the person they hate, but family, friends, and friends friends.
The black list of people is growing by the day.
In there distorted mind, they have even taken God as a partner, and started spelling curses, רחמנא ליצלן like in one instance, they took wine from the rabbi's cup, that he spilled by the makkes and went in the middle of the night, to the houses of the people they despise, and spritz't the wine on there doors, like God is just waiting for their clever ideas R"l
To you hotheads, illusionist, and angry people off new square, I truly hope you just continue to be as smart as you are.
You are doing a great job of convincing more and more of the populace, that the whole show of holiness, before our eyes is just a show, and how evil you really are, and of your evil spirited ways of thinking.
more and more people at a faster rate than ever before are seeing the truth for what it really is.
when these people realize That the skvere Evil ways, and hashem, have nothing in common ח"ו, they actually become closeer to hashem, and a lot off the confusion Falls apart.
Let me finish with a blessing, that all Jews and all off klall yisreal should see the good in each other, and to be true servants off hashem, and to go together in our times to ירושלים עם משיח צדקנו במהרה בימינו אמן