ממנו ילמדו וכן יעשו

די פאלגענדיגע בריוו, איז צו אונז אריינגעשיקט געווארען, דורך אימעיל
כל הכבוד לו, ממנו ילמדו וכן יעשו

צו די חשובע רעדאקציע פון 'אין סקווער'.י


איך האב געליינט אינעם בלאג ווי מען שרייבט בשם איינער וועלכער איז געווען א גאסט אין סקווער אויף א וואך, אז יענער האט גאר 'הנאה געהאט' פון די 'דערהויבנקייט' דארט אינעם שטעטל. כ'ווייס נישט ווער יענער גאסט איז געווען, אבער איך בין אויך נישט לאנג צוריק געווען אויף א שבת אין סקווערע שטעטל, און כ'פארשטיי נישט וועגן וועלכער דערהויבנקייט יענער רעדט. לאמיר אייך פארשטעלן מיינע איבערלעבענישן פונעם באזוך דארט, און מיינע געפילן וויאזוי איך האב אלעס אנגעקוקט



עס איז געווען א שפעטע זומערדיגע פרייטאג צונאכטס. געווענליך אין די זומער בין איך צוגעוואוינט צו דאווענען פריער, שוין גלייך נאכן פלג. כ'האב דאך געוויסט אז אין סקווער איז מען 'מקפיד' אויפ'ן זמן פון רבינו תם (הגם עס איז נישט קיין סתירה און אפילו איינער וואס האט אנגענומען שיטת ר"ת אויפ'ן זמן צאת הכוכבים, איז די הלכה אז ער קען דאווענען מעריב אפילו אויב עס איז לכו"ע נאך פאר'ן שקיעה, כל זמן אז ס'איז נאכן פלג, ווייל דעביד כמר עביד), אבער אויף אזוי שפעט האב איך מיך נישט גערעכנט. כ'האב געווארט און געווארט און אנגעהויבן צו ווערן הונגעריג. שפעטער האב איך טאקע געהערט אז דער עולם עסט זיך אן פארן דאווענען מיט א סעודת שלמה בשעתו, און מען רופט דאס אן 'טועמי'ה'. און שפעטער נאכן דאווענען איז מען אביסל טועם פון די מאכלי שבת, ווען דערביי ווערט פארוואנדלט די דערהויבענע מצוה פון סעודת שבת קודש און עונג שבת אין א אפקומעניש לעול ולמשא, אפ'פטר'נדיג דערביי די גאנצע סעודה מיט א תירוץ אז מ'יאגט זיך צום טיש



ענדליך האט מען אנגעהויבן דאווענען. מ'האט געדאווענט היבש שנעל, ס'דאך שוין שפעט... נאך מנחה האב איך א מנהג צו לערנען אין א חסידיש ספר איידער כ'דאווען קבלת שבת, האב איך אנגעהויבן זיכן ווי ס'ליגט די חסידישע ספרים. מ'האט מיר ארומגעשיקט צפונית דרומית דרומית צפונית, אבער כ'האב גארנישט געקענט טרעפן אויסער גאנצע שאפעס פול מיט מאור עינים'ס. ס'מיר גוט געווארן, דאס איז די איינציגסטע חסידיש ספר וואס עקזיסטירט אין סקווער... גראדע צום סוף האב איך יא געטראפן פארשטופט ביים ווינקל א שאפע מיט עטליכע ספרים, קוים קוים אפאר פון אפאר מינים



נאכן סעודה בין געגאנגען אין שול מיט א חשבון צו לערנען אביסל איידער איך גיי כאפן א בליק ביים טיש. זעענדיג אז אין די גרויסע שול איז טינקל, בין איך אראפגעגאנגען אונטן צו דעם שיינעם און באקוועמען ביהמ"ד וואס איז ספעציעל מיוחד צו לערנען, נישט חלומ'נדיג וואס ווארט מיר. ווי אנטוישט בין איך געווארן ווען ס'מיר אנטקעגען געקומען פארמאכטע טירן מיט אן אימה חשיכה גדולה, לאזנדיג מיר איבער אפגעפאטשט וויסנדיג אז דאס איז די איינציגסטע ביהמ"ד אין גאנצן שטעטל



בלית ברירה בין איך ארויפגעגאנגען צום טיש. קיין התעוררת האב איך דארט נישט געזען. נאר וואס יא, עפעס א געוויסע סארט מרה שחורה איז געווען אויסגעגאסן אויף אלעמענס פנימ'ער. כ'האב נישט פארשטאנען פונטקליך וואס איז דער באדייט דערפון, אבער עפעס א סארט פארטונקלקייט איז געווען שטארק בולט. יעצט, נאכן ליינען די בלאג 'אין סקווער', פארשטיי איך שוין גוט וואס דער חשכות האט געמיינט. אגב, וויל איך קלאר מאכן פאר יענער גאסט וואס האט געזען א התעוררות, אז התעוררות מיינט נישט די חיצוניות'דיגע, כאילו ווארעמע, אויסקוק, נאר דאס איז א פנימיות'דיג געפיל וואס ווערט נתעורר פון אינעווייניג אין אים און דאס פלאצט ארויס פון די טיפעניש פון 'זיין' הארץ. דארט האב איך נאר געזען דאס פארקערטע, אזא סארט טרוקענע ראבאטישע התנהגות, מצות אנשים מלומדה



שבת אינדערפרי דאווענט מען עלעוו אזייגער. דאס איז געווען דער הויכפונקט. עלעוו אזייגער!! יעעעעדער איינער!!! ווי איז דאס מעגליך? אין די פאר שעה וואס כ'בין געזעצן און געווארט, האב איך ממש געפילט א שטארקן 'התעוררות' צו מאכן א ברכה 'שלא עשני סקווערע חסיד'. (שפעטער האט מיר איינער געזאגט אז לכאורה איז דאס די כוונה פון 'שלא עשני עבד', ווייל א עבד מאכט דאך אויך די זעלבע ברכה, מוז זיין אז ס'מיינט דער ענין פון א עבד וואס פונקטליך דאס איז סקווערע חסיד, נעבעך)י



זיצנדיג דארט אינעם ביהמ"ד וואס איז מיוחד צו לערנען (זייט מוחל, כ'געדענק נישט די נאמען, אפשר רופט מען עס היכל התורה?), האב איך זיך געפילט זייער נישט אין פלאץ, זייענדיג דארט כמעט דער איינציגסטער צו לערנען גמרא (אויסער נאך עפעס אן אנדערער גאסט). ס'איז א געוואלדיגע זאך צו זאגן תהלים, אבער ווען איך וויל זאגן תהלים פארן דאווענען, שטיי איך צוליב דעם אויף אביסל פריער, כ'זאל נישט דארפן דאווענען שפעט צוליב דעם און ס'זאל נישט זיין יצא שכרו בהפסדו



עפעס וואס כ'האב צוגעזען וואס האט יא ארויסגעברענגט א שמייכל אויף מיין געזיכט, איז געווען ביים גיין זאגן נאכן דאווענען גוט שבת און לחיים פארן רבי'ן. ס'האט זיך געטון א געשטופעניש און א געדרענג, אזש כ'האב שיעור נישט אויסגעשריגן "ס'דא גענוג פאר יעדעם!". מיין שמייכל האט זיך נאכמער אויסגעברייטערט ווען כ'האב געהערט א קליין קינד שרייען צו זיין טאטע "אוי וויי טאטי אוי איך ווער אינגאנצן צודריקט", און דער טאטע ענטפערט "זייער גוט זייער גוט". כ'שטעל מיך פאר אז דער טאטע האט אזוי געזאגט ווייל מ'האט צו אים גע'דרשנ'ט אז ס'איז א גרויסע ענין זיך צו שטופן ארום א צדיק. כ'דערמאן זיך טאקע פון א מעשה, וואס א טאטע האט גענומען זיין פיצל ניי געבוירן קינד און גע'טובל'ט ש"י טבילות אין אן אייז קאלטע מקוה, ווייל ס'איז גאר א גרויסע ענין זיך צו טובל'ען מיט מסירות נפש אין א קאלטע מקוה



נאך מנחה ביי שלש סעודות ווען כ'האב געהאלטן אינמיטן משלים זיין מיין סדר אין תהלים און געוואלט זאגן פרקי אבות, האט זיך ווידעראמאל אראפגעלאזט א חשכות אין שול, צו מיין גרויס ווייטאג. כ'האב אנגעהויבן אריינטראכטן, צוליב וואס טוט מען כסדר מאכן אזא געפערליכן ביטול תורה? אמת, ס'טאקע דא נאך פלעצער וואס מ'טוט אזוי, אבער אז יענער טוט אויך עבירות איז עס נישט קיין תירוץ. און נאכמער, און גאנצן שטעטל איז נישטא קיין אנדערע ביהמ"ד, איינער וואס וויל לערנען האט נישט ווי זיך צו קערן. קיין שום אנדערע פלאץ קען זיך צו דעם נישט צושטעלן



בכלל פארשטיי איך נישט. אויב איז דאס אמת אז די איינוואוינער אין שטעטל האבן אזוי הנאה און זענען אזוי דערהויבן דורכאויס א שבת, פארוואס פעלט אויס אלעס צו פארטונקלען און אזוי אריינצווינגען יעדעם צום טיש בע"כ? אויך פארשטיי איך נישט, פארוואס דאווענט די מנין מעריב ביים זמן מוצאי שבת אונטן פארשטופט אינמיטן א קארידאר אויפן אומבאקוועמסטן אופן וואס איז נאר שייך, פארוואס קען דאס נישט זיין אין איינס פון די פילע ביהמ"ד שטיבלעך? צו האט מען דען מורא אז דער עולם וועט ארויסלויפן דאווענען ביים זמן אינמיטן טיש? זיי זענען אבער אלע אזוי צופרידן און דערווארעמען זיך ביים טיש מיט אזא הנאה???א


אשר על כן וויל איך קלאר מאכן, אז יעדער וואס האט נאר אמאל געפילט די טעם פון די דאזיגע שטעטל, פארשטייט הונדערט פראצענט די וועלכע דאווענען אינדרויסן פון שטעטל מיט אן אנדערע מנין, מיר פילן מיט זייער צער און מיר האפן צום אייבערשטן, אלקים יבקש את הנרדף, וכל שמחלל את השם בסתר נפרעין ממנו בגלוי, ס'זאל שוין זיין ומלאה הארץ דעה את השם מיט די ריכטיגע און קלארע אמונה בב"א

עס איז אינגאנצען, איין יחיד

צום אלעמענס שאק, האט כ"ק אדמו"ר הקוה"ט דוד טוערסקי, אליינס אויסגעוועלט דעם באקאנטען וועלטס בארימטן שרייבער, און חכם מחוכם, בשליחות הקודש, צי קומען דא, און איינמאל פאר אלעמאל אונז גוט אפענטפערען, און מהרס זיין  אונזער אייגענער בלאג, וואס איין יחיד, האט ג'עפענט מיט מסירת נפש
 
 
דאס איז די תוכן הדברים (פארשטייט זיך  די רבי האט עס פארדעם אפאר מאל איבער געקוקט און געטוישט אפאר קלייניקייטען) ליינט און שטוינט
 
אאאא אאאא טייערער, נאכ'ן רעדן מיט דיר אסאך ביז א יאר צוריק, האט מיר נישט לאנג געדויערט צו כאפן ווער עס שרייט דא. זענען מיינע ווערטער דעריבער געוואנדן צו דיר, בלויז צו דיר, און דו וועסט זיכער פארשטיין יעדעס ווארט וואס כ'שרייב דיר

האסט מיר באמת סופרייזד! זייער שטארקע דיבורים. כ'האב שוין אסאך געהערט דיינע געדאנקען אבער דאס מאל ביזטו ארויסגעקומען זייער קלאר, מסודר און אמת'דיג צו זיין גענוג מסודר איבערצוזאגן פאר מיינע נאנטע און באקאנטע, לאמיר עס איבערשמועסן

אז דער רבי פארלאנגט פון זיין קהילה אפצושטעלן דאס פורץ זיין א גדר וואס דער רבי ז"ל האט געשטעלט אלס איינע פו די הויפט פריאריטעטן ביים שטעטל גרינדונג: איז ער א טעראריסט
ריכטיג?י

אז דער רבי פארלאנג פון זיינע חסידים זיך אנצושטרענגען צו טון היימישע שידוכים: גלייבט ער נישט אין ארבעים יום קודם יצירת הולד
שטימט?י

אז דער רבי זיצט שעות אויף שעות און הערט אויס אידן'ס צרות, און מ'זעט פאקטיש אז די הזכרה שטייט אים פאר די אויגן – צווישן הונדערטע וועט ער יענעם אפשטעלן צו הערן אויב ס'איז בעסער געווארן: דאס איז פאלש, אזויווי א סקייטריסט, ווייל מ'ברענגט דאך פדיונות און ער מאכט געלט
געוואלדיג!י

אז איך אליין בין שוין צוויי מאל געהאלפן געווארן מיט אפענע ישועות נאכ'ן אריינטראגן געלט צום רבי'ן: דאס איז בלויני מאקראני
באמבאסטיש!י

אז מיין גאסט איז נתפעל געווארן פון א ווארעמע שבת בצל הקודש, און ער ענדיגט נישט רעדן פון אזא תענוג רוחני וואס ער האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געהאט: דאס איז ווייל מ'רעדט אונז איין אז פרעמדע מענטשן האבן הנאה
ריזיג!י

אז איך ווער נתעורר יעדע מאל נאך א שמועס פון רבין און כ'פארבעסער זיך אין ענייני תורה ותפלה: דאס איז הויקעס פויקעס
גוט!י

אז דער רבי איז א גאון הגאונים אין חסידישע ספרים און אין יסודות החסידות: איז דאס נאר ווי דער פסיכאלאג קען זיין פאך
להפליא!י

אז דער רבי עפנט נישט קיין גמרא אויפ'ן באס אין רוסלאנד: מיינט דאס אז ער ווייסט נישט וויאזוי א בלאט גמרא זעט אויס
זיס!י

אז דער רבי קלאפט איבער די הויכע פאל זיבן מאל, אז דער רבי לערנט אין א באנד חסידי'שע ספרים אין זיין קאר, אז דער רבי וויינט ביי מוסף יעדע וואך ביי די זעלבע ווערטער: טוישט ער פון וואס דער רבי ז"ל האט געטון, נאר די זאכן וואס גייען לויט זיין אינטערעסע
טיף!י

אז איך גלייב אין די פאקטן וואס כ'זע מיט די אייגענע אויגן: בין איך בלויז פארטאשט מיין מוח, געברעין וואשד, איך וועל נאך איין טאג האלטן פונקט ווי דיר
רירנד!י

אאאא אאאא, דו ביזט געוואלדיג! בלויז עטליכע יאר עלטער ווי א זיבן און צוואנציג יעריגע שטינקער (...), האסט זיך אנגעגעסן מיט אן אווער-דאעס פון עץ הדעת און דו זיצט דארט אין דיין לעכל אויף אדאר קארט, בלאגסט ארום און לאזסט זיך הערן אין אלע עניינים, אין הנהגה, אין השקפה, אין מסורת אבות, אין דעם דרך הבעל שם טוב, אפילו אין הלכה ביזטו מער ווי די דיינים ווייל זיי זוכן בלויז פוינט'ס... און נארישע מאנכע פראבירן דיר נאך אפצוענטפערן

ס'איז ממש א שאד פאר דער וועלט אז אזא געלונגענע מענטש ווי דיר, מיט אזעלכע אויסגעצייכנטע לידערשיפ-סקילס, מיט געדאנקען פאר מנהיגי ישראל (ווי דו האסט מאריך געווען אין 'מיין מגילה איבער סקווירא') זאל נעבעך דארפן זיצן און בלאגן אויפ'ן אינטערנעט מיט אפאר אפגעריסענע שמוציאנעס

ס'איז א ווייטאג אז א מענטש מיט אזא שאיפה אויף העכערקייט, אויף אהבת ישראל, אויף דרך הבעל שם טוב, אויף דער רצון פונעם רבין ז"ל, זאל נעבעך דארפן פאטשן מיט די הענט אויף די אויבן אהן אין א מושב זקינים. און לעצטנס שוין דאס אויך נישט

ממש א שאד, ממש א שאד

זאג, אויב האסטו געגעסן פונעם עץ הדעת דארף נאכקומען דאס וואס איז געווען נאכ'ן עסן די עץ הדעת. ס'צייט זאלסט אנערקענען ווי נאקעט דו ביזט. אויב קענסטו אראפ'גנב'נען פון דיינע שעות וואס דו ביזט פארנומען מיט'ן פיקסן די רבנים, מיט'ן ארויסהעלפן די אנגעווייטאגטע סקווירא חשוב'ע אינגעלייט וואס פארדינען אן ערליכע פירערשאפט... ווען וועסט האבן די מינוט זאלסטו אביסל קלערן פון זיך אליינס. ביזט עס טאקע נישט ווערד, אבער אויב נישט דו ווער דען זאל פון דיר טראכטן?י

געב א קוק צוריק: וואס זענען מיינע סוקסעסן? וואו בין איך אנגעקומען? נישט קיין ווייב, נישט קיין קינדער מיט זיך, נישט אויפגעשטעלט קיין אידישע שטוב. כהאב געהאט א משפחה וואס האט מיר ווארעם אויפגענומען, און יעצט, האלב רעדן שוין נישט צו מיר ווייל זיי האבן אנערקענט אין מיינע שמוציג געדאנקנגאנג, זיי האבן געכאפט וויפיל איך פלעג פאפן ווען כ'האב געצויגן די פלייצע אז מ'האט מיר סתם אזוי געלייגט אויף די שווארצע ליסט, סא וואס האב איך יא פון מיין לעבן?י

כ'האב גענומען אויף מיר דעם תפקיד פון אונטערברעגען סקווירא. ביי די ערשטע מיטינג האב איך קלאר געשטעלט אז די מינוט וואס כ'שטעל זיך ארויס גייען הונדערט פופציג קומען מיט מיר, מינימום. צום סוף: דריי אפגעריסענע משוגעים. כ'האב ליידער אויסגעפירט מיין מייסטער-פלאן אנצוהייצן די געמיטער ביז מ'וועט כאפן א קרבן און זיך נוקם זיין אים (געדענקסט אזעלכע ווערטער?!) און ליידער אריינגעזעצט א חשוב'ע תמימות'דיגער בחור אין תפיסה

כ'האב אנגעהויבן מיט א צווייטע טאקטיק. געשריבן א מגילה איבער סקווירא, ארויסגעגעבן מיין קלארע בליק אויף סקווירא, געשריבן א בריוו צו די דיינים און קהילה און דאס ארומגעשיקט פאר'ן גאנצן שטעטל. כ'האב געשפילט ווי א זייטיגע תמ'לע וואס קלאגט אויף די ווילדע טעראר און רשעות פון די סקוירא פירער... וואס איך האב בכוונה אנגעזייעט דאס צו קענען שרייען און אויפברויזן סקווירא מענטשן קעגן די הנהגה
עה, איך?י

וואו האלט איך יעצט?י

כ'זוץ אין א לעכל, איזאלירט פון א געשמאקע אנגענעמע וועלטל, און כ'נוץ מיין לעצטע טאקטיק: פעסטן סיט בעלטס און שמוצן אויף די בלאגס קעגן סקווירא אז ס'זאל גיין א רויעך ס'קומט פאן...!י

לאמיר מאכן א קאלקעלעישן

צוריסן משפחה, געהארגעט מיינע פריינט, נישט קיין ווייב, נישט קיין אידישע שטוב, מיין נאמען ידוע לשימצה פאר טויזנטע מענטשן (קען זיין האסט נאכנישט געכאפט, ציסט נאך מיט די פלייצע אז מ'זאגט אויף דיר לגיונות) און וואס איז נעקסט? וואס גייט זיין מיין הצלחה? אה, איך ווייס! איך גיי ברענגען שונאים פאר סקווירא! דאס וועט ראטעווען מיין לעבן! מיין תאות הנקמה וועט זיך אפשטילן

און?...י

דערקוויק זיך פון די אפאלאדירונגען פון די ליידיגערס אויפ'ן בלאג און פאטש זיך די באכל מיט דיינע שיסעדיגע רעיונות. דער סאב טאטעל פון דיין נאמען בלייבט
דורכפאל נומבער איינס

האסט ריכטיג געשריבן: נישטא קיינער וואס קען דיר אזוי גוט באגראבן ווי דיר אליינס

ע"כ הדברים
מיר ווילען זיך אנטשולדיגען פארן רבי'ן זאל מאריך ימים, פאר'ן אים אזוי ארויסציברענגען פון די כלים, נישט דאס איז אונזער ציל

מענער זייט/פרויען זייט


  
טייערע פריינט, איינוואוינער פון סקווירא, איר מיינט זיכער אז איך האב נישט געטראפען מער וואס צו שרייבען, האב איך מיר גענימען צו די מענער זייט/פרויען זייט, ניין, איך מיין נישט דא צו שרייבען וועלכע זייט גאס מען זאל גיין, איך האב מיט דעם קעפל אינזינען געהאט גאר אן אנדערן אפטייטש

די יעצטיגע ארטיקעל באנעמט זיך נישט, מיט די טעראר'יסטישע אטאקעס וואס פאסירט פון צייט צו צייט אין  סקווירא, עס רעדט בכלל נישט פון גוואלדטאטען, עס רעדט, פון דעם טאג טעגליכען לעבן


 חורבן סקווירא פון א מאן'ס שטאנדפונקט, און פון א פרוי'ס שטאנדפונקט, איז בכלל נישט גלייך, 
עס איז נישט די זעלבע שווער דאס וואוינען אין סקווירא פאר מענער, ווי פאר פרויען, עס איז מיין אבזערוואציא, אז בכלליות ליידען מענער אסאך מער


קודם וועל איך גיין אויף די פרויען זייט, און צונעמען אפאר פרטים, די סיבה פארוואס עס זאל א פרוי זיין אסאך גרינגער, איז ערשטנס, עס איז זיי באקוועם, יא אזוי ווי איר הערט, פאר א פרוי איז באקוועם פשוט דאס גשמיות אין סקווירא, עס איז בבחינת קאנטרי, די חדר, סקול, דאקטער, דענטיסט, גראסערי, איר מאן, די געשעפטען, איר מאמע, שוועסטער, באבע, וכו' וכו' , יעדע סערוויס, פון סעקשען 8, ביז אם בישראל, און אלע זאכען אינצווישען, איז ביי די האנט, זי קען ארויס שיקען, די 7 יעריג קינד, גיין ערלעדיגן אפאר זאכען אליינס, אן קיין דאגות, עס איז ממש א מחיה


 און עס איז נאך טיפער ווי דעם, א פרוי פון נאטור האט נישט ליב, צי דארפען אליינס מאכען דיסישענס, עס איז ביי זיי א גרויסע געווינס, אז זיי דארפען נישט דיסיידען וועלכע חדר, ישיבה, סקול, אריין צולייגן די קינדער, עס פארט א באן אין יעדער פארט מיט


און לאז מיר גיין א שטאפעל ווייטער, ווי שווער איז בכלל פאר א פרוי צי זיין א סקווירא חסידיסטע, וואס פארלאנגט זיך שוין פון איר, שיקען איר מאן צום טיש, זי דארף גלייבען (אין עס איז פאר א פרוי גרינג צו גלייבען) אז די רבי שלאפט נישט באנאכט, אין עסט כמעט גארנישט, פאסט יעדע מאנטיג אין דארנעשטיג, די רבי פליט אין הימעל, און זי האט יוצא געווען לכל הדיעות
 איך מיין נישט ח"ו גארנישט אקעגען די פרוי. פארקערט, הלוואי זאל עס זיין אזוי לייכט, פארן מאן, אין ווייטער איז דא זיכער פרויען וואס ליידן נאך אפשר מער ווי די מענער
יעצט וועל איך אריבער גיין צי די מענער זייט, בכלליות איז א מאן פונקט פארקערט, ער האט נישט ליב צו לעבען ווי אין א קאנטרי, ער גלייכט נישט ווען עס מישט זיך א קיגעל פון צופרי ביז שפעט אין די נאכט, די מעלה, איז גאר פארן מאן א חסרון, נו גוט, לאמיר שוין זאגען אז די, פרטות'דיגע אימבאקוועמליכקייט קען מען נאך אראפשלינגען, און עס איז נישט אזוי עק וועלט

אבער ווען עס קימט צי די ערנסטערע זאכען אין לעבן, ווי צו מאכען דיסישענס פאר זיך אין פאר די קינדער, דארט איז א אנדערע מעשה, א פרוי איז בטבע א מקבל אבער א מאן איז  א משפיע, די מאן איז די בעל, ער האט ליב בעלות, אין פארשטייט זיך כשם שאין פרצופיהן שווים כך אין דעתם שווה, קיין איין מענטש איז נישט גלייך יעדער האט אן אייגענארטיגע וועג ווי אזוי  צו טון א זאך, צו עס זאל זיין בגשמיות אדער ברוחניות


אבער אין סקווירא ווי דאס גאנצע לעבען איז געפראגרעמ'ט, יעדע מצוה, מנהג, אדער שמחה, ביז די קלענסטע דעטאל, איז קיינמאל נישט די שאלה, ווי אזוי זאל איך טון, נאר ווי אזוי טוט מען, עס איז נישט מעלה ומוריד דיין אייגענע דעת, ממילא ווערט דער מענטש א ראבאט, יא עס קוקט אויס ווי ער איז וואך, אבער ער שלאפט א טיפע שלאף, זיינע הרגישים זענען פארטריקענט, ער פארלירט דאס גאנצע געשמאק פון יעדע דבר שבקדושה, דער מענטש ווערט איינגעשטעלט ווי א מאשין, ער באקומט א עצלות א פוילקייט אין זאכען וואס וואלטען באמת געדארפט ברענגען שמחה און איקסייטמענט


א קליינע דוגמא, שטעלט אייך פאר אז איר מאכט א ברית בשטומ"צ אין עס איז נישט בידך ווי עס זאל זיין, ווען עס זאל זיין, ווער עס זאל באקומען סנדקאות, ועוד, גארנישט ליגט נישט אין אייער הענט, אין דאס איז נאר א קליינע דוגמא, עס שפילט זיך אזוי איבער פון די גרעסטע זאך ביז די קלענסטע שטות


די תוצאה פון דעם אלעם איז, אז אפילו דאס פשוטע, ווי דאווענען ווערט לעול ולמשא, יעדע יו"ט ווערט ענטפאנגען מיט א קרעכטץ, ער זעהט נישט ווי אזוי ער זאל זיך קענען אוועקשטעלען , אין ער ווערט מייאוש, אין דאס איז די מצב פון א גרויסע פראצענט פון די עולם


אין ווען עס קימט צו מעסטן צו דער מאן איז געניג חסיד, דאס איז א פרשה פאר זיך, מווערט געמאסטן אין געוואויגען, אויף דברים של מה בכך אויף נארשקייטען, מווערט באקוקט מיט א פארגרעסרונג גלאז, ער קען זיין א בן תורה די גרעסטע בעל מידות, עס העלפט נישט קיין כי הוא זה די אלע זאכען, אויב ער האט אביסעל זעלבשטענדקייט ער טיט עפעס, מיט אביסעל אן אנדערע קנייטש ווי יעדעם, איז ער פאררופען א אויבער חכם, ער גייט ארויף אויפן שווארצע ליסטע, מדארף אים שוין ענג מאכען...פ 


א זייטיגע געווינס וואס קומט ארויס דערפון, אז עס איז זייער גרינג אפצוטוהן סקווירא, אויב איינער וויל ווייזען אז ער איז אביסעל א מענטש פאר זיך, דארף ער זיך נאר זעצען לערנען שבת צופרי, אנשטאט זאגען תהילים, און איר האט זיי מיט דעם אפגעטון, איר דארפט נאר לערנען בשעתן טיש אין איר נעמט זיי ארויס פון די גלייזען   

דא איז דער פלאץ, צי ענטפערן אויף די באוויסטע סקווירא באמבע קשיא, אז ער איז נישט צופרידען זאל ער זיך אויפהייבען אין מאפען, אבער נאכדעם וואס אונז האבען דא געשריבען איז אלעס פארענטפערט, ערשטענס איז, אז א גרויסע חלק פון די מענטשען ווייסען ניטאמאל אין זייער צרה די חושים זייערע זענען פארשלאפען עיניהם להם ולא יראו, און אפילו ווען ער וועקט זיך אויף, און איז אין א מצב וואס ער וויל זיך יא ארויס ראטעווען,  איז די פרוי נישט אזוי שנעל מסכים עס איז איר צו באקוועם, זי איז צוגעוואוינט צו אלע באקוועמליכקייטן


אבער באמת איז די גאנצע טענה פון מאפן נישט קיין טענה, ווייל עס רעדט זיך נישט דא פון צוויי דריי מענטשען, וואס איר האלט אז זיי דארפען מאפען , עס רעדט זיך פון א גרויסע ציבור אידען, אפשר איז שוין צייט  צוריק צו שרייען, "דיקטעטארס" - זייט מוחל אין פאקט אייך אליינס פעק, מאפט ארויס פון דא, אין לאזט אינז אלע מנוחה

 דאס איז נאר די שפיץ פונם אייזבארג, איך האב נאר אנגערירט דעם ענין, אביסעל, פיהלט פריי צו קאמענטירן, ווי אזוי איר קוקט עס אן, אדרבה, וואס איז, אייער אייגענע געפיהלן, און וואס איז, אייער עצה





 

א מבין אויף א רשע


א מבין אויף א רשע



לכבוד די שרייבער פון דעם בלעטל, וואס ערשיינט וועכענטלעך און שיכון סקווירא

איר ווילט לכאורה העלפען, אין געבען חיזוק פאר א טאטע וואס מאכט נעבעך מיט צער גידול בנים, איז מיין קשיא צו אייך, איז דאס, די בעסטע וואס איר קענט זאגען פאר דעם טאטען, אז ער האט "א רשע ביים סדר", א קעפל וואס טוט אויף היפך כונה,  זאג נאר, איר זענט א מבין אויף א רשע

טאטע טייערע, זעצט אייך נאך נישט שבעה, פארן פארלוירענע זון ,ווייל צי דעם חילוק פון א שאינו יודע לשאול, צו א רשע איז די שרייבער א קנאפע מבין, איך גלייב שווער אז ער רעדט פון דער רשע, א שלעגער, וואס די תורה זאגט אויף אזא איינעם רשע למה תכה רעיך, וואס דער שלעגער'ס טאטע איז גאר געזעצען ביים סדר אין געשפט נחת פון זיין גרויסער חכם, און אז אייער קינד וואס קוקט אויס שוואך, צו ער איז יא געזעצען ביים סדר צו נישט איז ביי מיר קיין ספק נישט, אז ער איז נאך זייער ווייט פון א רשע

איר ווינדער'ט זיך אוודאי, מה ענין שמיטה אצל הר סיני, ווי קומט דאס דא אריין

אוי ווי עס קומט אריין, איך האב נישט סתם אזוי גענומען דא דעם פלאץ צו קריטעקירן א מענטש פריוואט, נאר דאס איז די מהלך המחשבה אין דעם שטעטעל סקווער, טאקע דאס וואס איך אדרעסיר

 פאר אפאר יאר צוריק איז די רבי געווען אויף א באזוך אין ארץ ישראל,  אין איז געגאנגען באזוכען  דער בעלזער רבי, האט בעלזער רבי געפרעגט, שוואגער לעבען וואס טוט איר מיט די פראבלעם פון די נושרים, די ארויסגעפאלענע, איז די רבי'ס תשובה געווען, אינז האבן נישט דעם פראבלעם ב"ה

אפאר יאר שפעטער ווען עס איז שוין נישט מער שייך געווען צי לייקענען און באהאלטען דעם סוד פון גאנץ בראד, איז מען געפאלען אויף תירוצים אדער אז דער טאטע פון אזא קינד איז א קאלטע חסיד, אין עס האט א שלעכטע השפעה אויפן חינוך, לסוף אז דאס האט זיך ארויסגעוויזען פאלטש, ווייל עס איז געווארען מער פעלער ביי די גרויסע חסידים, האט מען געזינגען, אן אנדערע תירוץ אז דער בחור האט נישט געלערנט ביי אינז אין ישיבה, ממילא איז ער נישט קיין תלמיד, און אחרון חביב די לעצטע תירץ, איז אלעמאל, אז ערגעץ אנדערש איז נישט בעסער, הצד השוה שבהן פון די אלע תירוצים, איז אייביג ווי אזוי  זיך אפצישאקלען אין נישט נעמען פאראנוועטליכקייט

ווען א טאטע האט געדארפט הילף אריין צי שטעלען אין ישיבה, אדער צוריק שטעלען אין ישיבה, האט זיך די רבי אייביג אפגעשאקעלט אז ער האט נישט קיין שליטה אויף די הנהלה,די טאטע הייבט אן וויינען מיט ביטערע טרערען, די רבי גיט א ברכה מיט א בלעכענע שמייכעל, קעיס קלאסד

ווען א טאטע איז אריין צים רבי'ן מיט א פערטיגע פלאן, וואס מחנכים האבען מיט שוועריקייטן ערלעדיגט,  האט ער א דריי געגעבן מיטן נאז, אין די גאנצע ארבעט איז ציפאלען ווי א זייפען בלאז, דאס מיינט ווען א טאטע האט יא געוואלט שיקען קיין ארץ ישראל ווייל ער האט געהאט א פלאן וואס וועט ארבעטן פאר זיין קינד, האט מען אים געזאגט ניין ער זאל נישט גיין, ווייל עס צו א לכתחילה'דיגע ישיבה אויף אוועק צוגיין פון דא, אין פארקערט ווען ס'האט זיך געמאכט פעלער, אז א טאטע האט געארבעט פאר א ישיבה דא, אין אמעריקע, האט די רבי געזאגט מען זאל אים שיקען קיין ארץ ישראל אן קיין פלאן, אין פארשטייט זיך אליינס, ער איז אהיים געקומען א האלבע יאר שפעטער אינגאנצען חרוב, עס האט זיך ביי אים בלויז געוואנדען צו עס וועט לוינען פאר זיין כבוד, אויב די בחור וועט גיין אין די פרעמד אין וועט אויסוואקסען צי שיין ער וועט זיין צי א גרויסע מתמיד, וועט אים נישט טויגען, עס וועט נישט אויסזען גוט פאר סקווירא

יעצט ווילט איר מיר פראבירען איינרעדן אז די מהלך המחשבה זאל זיין, אז עס איז נישט אין אונזער הענט אין מען זאל עס אנעמען באהבה, אנדעם וואס מזאל גיין צום שורש פון דעם פראבלעם, נא וועי, אינז וועלן זיך נישט לאזען, די קינדער שרייען אין וויינען פאר הילף און זיי ווארטען טעקע אויפן הייליגער סדר נאכט  וואס דעמאלטס זאגט מען אין די הגדה, ושאינו יודע לשאול את פתח לו, טאקע די עפען  איהם, געב איהם ווי צי לערנען, געב איהם ווי צי דאווענען

ווען די שוואכע קינדער האבען פארלאנגט א ד' אמות ווי צו פארברענגען מיט אויפזיכט, זיי ווילן מאכען א אייגענע מנין נישט זיך דארפן שעמען פון אפאהר טויזענט מתפללים, האט מען זיי פארטריבען פון שטאט, אין הכל יבא בשלום, אינז האבען מער נישט קיין נושרים אין שטאט

 איי וועט איר זאגען, אז ח"ו, נישט דאס האב איך געמיינט, איך האב נאר געוואלט טרייסטען דעם טאטען, אויף דעם פרעג איך ווי איז דיין קעפל? "א רשע ביים סדר"?ט

די אייבישטער זאל העלפען עס זאל זיין אנחנו וצאצאינו וצאצאי כל עמך בית ישראל, כלנו יודעי שמך ולומדי תורתך לשמה

הגאון רבי חיים פסק'נט בזה הלשון....למה לא

בס"ד


  אויף די שאלה וואס מ'האט לעצטענס געפרעגט בכתב, פון דער פוסק הדור
הרה"ג רבי חיים קנייבסקי שליט"א

 ווי אזוי איז דער דין, ווען עס איז דא א שטעטעל וואס עס וואוינען אין איר, בלי עין הרע איבער דרייצען הינדערט משפחות כן ירבו, ווען יעדער איינער דארט, דאווענט שבת און יום טוב נאר אין איין שוהל, ווייל עס איז דא א תקנה, נישט צו מאכען נאך א מנין, אויסער די גרויסע שוהל ווי מ'דאווענט עלעף אזייגער צופרי יעדער איינציגער שבת, צי מ'מעג גיין דאווענען אינדרויסען פון שטעטל מיט א מנין, אין א פאל וואס דער אדמו"ר פונעם  שטעטעל לאזט נישט, און געט בשום פנים ואופן נישט קיין רשות, צי אהין גיין דאווענען דארט

האט דער גאון דעת תורה געפסק'נט הלכה למעשה
און געזאגט..... פארוואס נישט 



והמוחה ראוי לנזיפה

הודו לה' כי טוב, עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך, די באשעפער העלפט, און ער וועט אונז ווייטער העלפען


ווען די מערכה קעגען די פרידוואלד מנין האט זיך אנגעהויבען, זענען די מתפללים פון דארט, געווען א ציזאמשטעל פון מענטשען, וואס יעדער פון זיי איז געגאנגען דארט דאווענען פאר אנדערע סיבות, איינער ווייל ער האט נישט געוואלט דאווענען שפעהט, איינער ווייל עס איז איהם פשוט שווער געווען צו דאווענען מיט אזא גרויסע עולם, איינער צי מקיים זיין מצות ביקור חולים מיטן פולן זון פון ווארט, איינער ווייל מען האט אים נישט געוואלט פארקויפען קיין זיץ פלאץ אין בית המדרש, אדער אפילו אים ציגעכאפט דאס פלאץ, געמאכט ענג, ועוד ועוד


עס איז אמת דער פאקט, אז היינט לאחר המעשה נאך דעם וואס מען האט געמאכט א צד השוה שבהן, אויף די אלע וואס האבען נישט געפאלגט, און זענען יא געבליבען דאווענען אין פרידוואלד, און מען האט זיי, פאר דעם, אפגעסטעמפלט מיטן טיטל מהרסים, זענען זיי אוודאי געווארען אנגעווייטאגט, וואס דען? איז עס דען א ווינדער, איז למעשה געווארען, א גרויס חלק קהל, נישט איינשטימוג מיט די ווירטשאפט, ווי אזוי מען באגייט זיך מיטן עולם, עס הערשט א שרעק, ווען  יעדן טאג שטייען זיי אויף, מיט נייע נעמען פון מענטשען, וועמען זיי רופען אן שונאים, און טאקע אזוי מאכט מען יעדן טאג נייע קעגענערס


אבער פאר מען גייט ווייטער, לאמיר אנפאנגען אביסל פריער, שקר אין לו רגליים שרייט זיך היינט ארויס זייער
 שטארק, ווי אזוי עס קען זיין? אז דאס גאנצע, וואס מהערט פון די דיינים ורבנים אין שטאט, איז נאר אז די רבי איז עס נישט ניחא, אדער אז די רבי האלט עס נישט אויס, די רבי האט עגמת נפש וכדומה, אבער וועגען די עצם הלכה הערט מען נישט קיין איין ווארט

     
איך בין נישט קיין דיין, איך בין ניטאמאל א כולל אינגערמאן, אבער איך וועל נעמען אביסעל חוצפה אין ציווייזען אפאר מראה מקומות אין די נושא פין איין בית מדרש ועוד, עס איז מיין כונה, אין מיין ציל, אז פון דעם, זאל ארויס קומען די דעת תורה, איך גלייב אז עס איז העכסט צייט צי דערגיין די הלכות איבער די נושא, ווער ווייסט אם לעת כזאת הגעת, אז עס זאל אויפשטיין א תלמיד חכם, און מלקט זיין א קונטרס, צי אפילו א גאנצען ספר אויף דעם נושא, אדרבא מען זאל קלאר ווערען, וואס איז די "תורה" שטאנדפונקט, אין דעם נושא


איך הייב אן, מיטען שלחן ערוך חושן משפט סימן קס"ב הלכות שותפים בקרקע סעיף ז' הג"ה: (זאגט די רמ"א) ואם רוצים לבנות להם בית הכנסת אחר, או יחידים הבאים לבנות להם בית הכנסת, אין אחרים יכולין למחות בידם, והמוחה ראוי לנזיפה. (און אויב זיי ווילען זיך בויען א אנדערע שול, אדער אז עס קומען אפאר יחידים זיך צו בויען א שול, קענען נישט אנדערע מוחה זיין אויף זיי, און דער וואס איז יא מוחה אויף דעם, קומט זיך מען זאל אים פארשעהמען און דערנידערען)ע



די רמ"א צייכענט צי, א ריב"ש סימן רנ"ג. און דאס איז די לשון פונעם ריב"ש: וגם מה שאמרת אם באו יחידים לעשות להם מדרש לתפלה וקמו אנשים למנוע, אם נתן לשמוע ודאי משתקין אותו בנזיפה, שמעכבין את הרבים מלעשות מצוה, ואין עון גדול מזה, וכבר מנה הרמב"ם ז"ל זה באותן כ"ד דברים שב"ד נזקקין לנדות עובר, ואיתא בירושלמי דמוע"ק, מעכב רבים מלעשות מצוה צרוך נדוי, ואם נותנין טעם לדבריהם מפני ישוב הבית הכנסת שלא תחרב אז הקהל מעיינין בדבר ועושין תקנה לקיים את שתיהן: (און אויך דאס וואס די זאגסט, אויב עס זענען געקומען אפאר יחידים, צו מאכן א בית מדרש פאר זיך צי דאווענען, אין עס שטייען אויף מענטשן, זיי צוריק ציהאלטען, איז אויב מקען שטיל מאכען, די אלע וואס האלטען צוריק פון אויפמאכען די שול, מיט זיי צי דערנידערן זאל מען עס זיכער טוהן, ווייל זיי האלטען צוריק פון צי טוהן א מצוה, און עס איז נישט דא קיין גרעסערע עבירה פון דעם, און דער רמב"ם ז"ל, האט דאס שוין אויסגערעכענט צווישען די 24 זאכען, וואס בי"ד דארף אויף דעם לייגען אין חרם, און עס ווערט געברענגט אין ירושלמי מסכת מוע"ק אז דער וואס האלט צוריק א רבים פון צי טוהן א מצוה דארף מען לייגען אין חרם, אבער אויב  זיי געבען זיך צי פארשטיין, מיט א טענה אז אויב וועט מען צילאזען די נייע שול, וועט די ביז יעצטיגע שול ציפאלען, דעמאלטס זאל קהל זיך אריין טוהן אין דעם אין זיכער מאכען, אז ביידע שולען זאלען בלייבען שטיין) עכ"ל


בכלל אז מען קוקט אריין אין דעם סימן קס"ב, זעט מען ווי שטארק די שלחן ערוך באנעמט זיך, אין זארגט זיך אויף די באקוועמליכקייטען אין א ביה"כ אויף די חזקות פון פלעצער, ווען מען בויט צי, און אפילו אויף אסאך קלענערע זאכען, ווען אונז וואלטען געווען אין יענע דור וואלט שוין לאנג אונזער פראבלעם געווען מסודר אמאל ווען עס איז פארגעקומען אזא שאלה האט מען עס שוקל געווען, ריין לויט די הלכה אבער היינט ווען עס קומט פאהר אזא מעשה שרייט מען אויף די אומבאהאלפענע עולם, קורח ועדתו אין די סכסוך איז געשלאסען!!! ווער סאיז קורח ווייסט נאר די "יודע נסתרות" נאר ער, זעהט וואס טוט זיך אין הארץ, אבער אזויפיל ווייס איך יא, אז קורח האט נישט דוקא אויסגעזען ווי א פשוטן איד, ער האט אפשר אויסגעזען מער ווי א רבי


מענין לענין באותו ענין,ויאמנו בה' ובמשה עבדו, מיינט פאר אלעס, די תורה שבכתב, אין תורה שבעל פה, וואס משה רבינו האט אונז איבערגעגעבן, מען זאל וויסען די הלכה, נאכדעם קענסטו לערנען חסידות, ולא עם הארץ חסיד


איך האב געזען א תשובה פון די רדב"ז, וואס איז ווערד נאכציקוקען, די שאלה איז געווען אויף א קבוצה
אידן וואס האבען זיך אפגעטיילט, עס באגייט אויף אפאר ענינים, אבער איך וועל אראפ ברענגען א שטיקעל פון די תשובה וזה לשונו: מה שיש לעיין בשאלה זו הוא, אם יכולין ר' יהודא וחביריו להפרד מעל הקהל המערביים להתפלל לעצמם או ללכת להתפלל בקהל אחר, כיון שהחזיקו להתפלל עמהם ואביו היה מתפלל עמהם"  אויב זיי זאלען נישט מעגען זיך אפטיילען, מיט די טענה  אז זייער טאטע האט נאך געדאוואנט אין די גרויסע שול, אביסעל ווייטער שרייבט ער בזה הלשון:יוראיתי להרחיב הדבור בכל הפרטים מפני שהם דברים נוהגים תמיד, דאס איז ענינים וואס זענען נוגע שטענדיג, ער שרייבט ווייטער: גרסינן בפרק אין עומדין, אין עומדין להתפלל לא מתוך שחוק ולא מתוך קלות ראש ולא מתוך שיחה ולא מתוך מריבה ולא מתוך כעס, ותו גרסינן, ר' חנינא ביומא דריתחא לא הוה מצלי, פי' ביום שהיה כועס, תו גרסינן כל שאין דעתו מיושבת עליו אל יתפלל, תו גרסינן שמואל לא הוה מתפלל בביתא דאית ביה שכרא מפני הריח שהיה טורדו ומונעו מלהתכוון, למדת מכל הני שלא יתפלל אדם לא במקום שטורד מחשבתו ולא בזמן שמבטל את כוונתו ומעתה היחיד או הרבים שיש להם איבה או שנאה או כעס או מריבה עם הציבור אין תפלתם רצויה ואסור להם להתפלל שם שמחשבתו טרודה ולא יוכל לכוון בתפלתם וכ"ש אם מכעיסין אותו על פניו תמיד וכ"ש אם הכעס הוא עם מנהיגי הקהל ואי לאו דמיסתפינא הוה אמינא דטב ליה להתפלל ביחיד מלהתפלל בחברת בני אדם שאין דעתו נוחה מהם, עוד יש טעם אחר דאין ראי שיתפלל אלא במקום שלבו חפץ, כי היכי דאמרינן אין אדם לומד תורה אלא במקום שלבו חפץ, וטעמו של דבר כי בהביט האדם אל מי שדעתו נוחה בו נפשו מתעוררת אל הכונה השלימה ודעתו מתרחבת ולבו שמח ונחה עליו אז ריח ה', כענין שאמרו בנבואה, אביסעל ווייטער איז ער ממשיך: ומש"ה אמר ר' יוסי לא מן הכל אדם זוכה ללמוד תורה, ומכאן התירו שילך אדם למקום אחד ללמוד תורה אע"פ שאביו אומר לו שלא ילך, ועובר מצות אביו, שלא מן הכל אדם זוכה ללמוד תורה וזה הטעם בעצמו בתפלה כי בהביט האדם אל אוהביו או לקרוביו או לרבו או למי שדעתו נוחה תתעורר נפשו אל הכונה השלימה ונתוסף עליו רוח ממרום, וזה דבר שהשכל מורה עליו וההפך הפך



אביסעל ווייטער אין די תשובה שרייבט ער: אם חלק לבם (זייער הערצער זענען צוטיילט) יותר טוב הוא שיתפללו כל כת לעצמה, ולא שייך הכא לא חזקתו ולא חזקת אבותיו (די אלטע קהילה קען נישט קימען מיט טענות) כדכתיבנא



 און דאס איז אלעס נאר, ווען מען גייט נישט ארויס פון שטאט דאווענען, נאר מען מאכט א מנין אין שטאט, און ווער רעדט נאך ווען די איינציגסטע מנין אין שטאט דאווענט דאך נאך זמן תפילה


צום שלוס: מזינגט יעדן טאג ביי די פסוקי דזמרה אז די באשעפער איז, יתום ואלמנה יעודד, ודרך רשעים יעות, די באשעפער פארקרימט די רשעים אז זיי זאלען נישט קענען שלעכטס טוהן  פאר דעם יתום ואלמנה, און רש"י זאגט אויף א  פלאץ אז יתום ואלמנה לאו דווקא, נאר זיי, וויינען שנעלער צום אייבערשטען, מקען זען דעם פסוק בחוש, זיי באגראבען זיך נעבעך אליינס, אסאך מער, ווי מוואלט נאר געקענט


דער באשעפער זאל שוין  ציהערן די געשריי פון זעקת סדום ווי פיהל יודען האלטען עס שוין נישט אויס, עושה שלום  במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל


או רבוש"ע העלף שוין דיינע אידן, אוי רבוש"ע אונז צווישען זיי, זאל שוין זיין די גאולה, זאל שוין זיין די גאולה, משיח זאל שוין קומען

אדיקטיוו פונקט ווי דראגס


כ'האב געהערט וועגען א סטאדי וואס איז געקומען צי די מסקנא אז פירען און קאנטרעלירען מענטשען אינטער זיך מיט א שטארקע פאווער איז אדיקטיוו פונקט ווי דראגס, קאקעין,
וואס דאס מיינט איז, אז איינער וואס האט א מאכט וועט טוהן אלעס אין די וועלט עס אהן צי האלטען אין ער וועט נישט קענען זעהן אדער פארשטיין עפעס וואס איז א סתירה דערצי,
יעצט בנוגע סקווער איז אזוי, סקווירא רבי זיצט שוין 44 יאר על כסא מלכותו, ער האלט זיך ממש ווי א קעניג, ס'איז כמעט נישטא א חסידות אין די וועלט וואס זיי זענען אזוי אינטערטעניגט צי זייער רבי אזוי ווי סקווער, ס'ממש אז זיי ציטערען פין אים, אויך זענען זיי משוגע פארגלייבט אין אים  אסאך טיפער אין מער ווי אסאך אנדערע פלעצער,
 מען דארף נאר חאפען א בליק ווען זיינע חסידים גייען דורעך ביי לחיים אדער ביי גוט שבת זאגען ס'קוקט אויס ממש שרעקעדיג, ווען ס'האט זיך מיר געמאכט צי וויילען דארט פאר א שבת, אין כ'האב געזעהן די לחיים צערעמאניע, איז עס ממש געווען אומגלויבליך, וויזוי קען מען נעמען געהעריגע מענטשע אין זיי פארוואנדלען אין אזאלכע דערשראקענע באשעפענישען, אין דאס ווייזט אויף א טיפע מוח שווענקונג, אין וויזוי די גאנצע מיינדסעט גייט דארט צי,
אבער לאמיר גיין צישטייטעלעך, אזוי ווי ס'איז באקאנט איז סקווערע רבי געווארען רבי ביי די 28 יאר, אין אזוי ווי ס'איז באקאנט איז ער אלץ קינד/בחור/יונגערמאן נישט געווען עפעס ספעציעל, אין פליצלינג אלץ יונגערמאן פין 28 איז זיין טאטע אוועק, אין ער איז פין איין טאג אויפען צווייטען געווארען רבי,
יעצט ווען אזא איינער ווערט רבי איז דא א גרויסע פראבלעם, ווייל דער עולם האט נישט צי שטארק געהאלטען פין עים אין די הייסע האבען געוואלט אז ס'זאל ווייטער גיין איז עס געווען א פראבלעם,
אויך האבען געוואוינט אין סקווער א שיינע פאר פרעמדע יונגעלייט וואס זענען דארט געווען איידעמער אין זיי זענען אוודאי נישט געווען הייס פאר דעם יונגען רבי'ן, אין דא איז די מצב געווארען הייס, ר' ישעי' אונגער דער גבאי, האט אנגעהויבען ווערען ווילד, טאמער ס'געקומען א רב אדער א רבי וואס האט נישט געהאט גענוג דרך ארץ האט יענער געחאפט,  עכ"פ מען האט אנגעהויבען צי בויען די חסידות,
נאכדעם איז געקומען עטנישע ריינוגונג, די פרעמדע יונגעלייט זענען ארויסגעווארפען געווארען פין שטעטעל, קומען צים טיש איז געווארען א דאורייתא, אין אזוי ווייטער,
ציביסלעך איז אויסגעוואקסען א גאנצע קאמאניסטישע סיסטעם, ווער ס'האט מער גערעהט פין די גרויסקייט פין רבי'ן דער איז געוואקסען אויפען לייטער, טאמער איינער האט געקרימט מיט די נאז האט מען שוין געוויסט אז ער איז פין די יעניגע, די מלמדים אין חדר האבען מחנך געווען מיט די רבי אין די רבי אין די רבי, אין אזוי ווייטער, ביז ציביסלעך האבען זיי פארגעסען אז ס'דא א באשעפער אין געטראכט א גאנצע טאג פין די רבי אין די רבי אין די רבי,
יעצט ווען א רבי ווערט רבי אין זעצט זיך אויבען אן ביים טיש, אין די חסידים שטעלען זיך ארום אין קוקען אים אריין אין דעם פרצוף אריין, טראכט דער רבי אז מסתם זענען זיי משוגא געווארען, כ'מיין... וואס ווילען זיי פין מיר,
אבער ווען ס'גייט אריבער א שטיק צייט, אין דער רבי געוואוינט זיך צי, הייבט ער אן צי טראכטען אז די וועלט איז דאך נישט משוגא, סאו מסתם בין איך טאקע עפעס, אין מיט די צייט הייבט ער אן צי האלטען אז ער איז נישט נאר "עפעס" נאר אביסעל מער ווי עפעס, אין אזוי גייט עס ביז מען האלט זיך פאר א קדוש עליון, אין ווער ס'גלייבט נישט איז ממש א אפיקורוס,
אין דא מיז מען צילייגען א וויכטיגע פוינט, ווען אייננער האט אסאך מענטשען וואס זענען פארגלייבט אין אים אוטומאטיש באקומט עפעס א רחניות'דיגע כוח, דאס האט גארנישט מיט יודישקייט נאר אזוי ארבעט די טבע, דאס איז די וועג וויזוי א קולט ארבעט אז די לידער פין די קולט ארבעט מיט זיינע טאקטיקען אז זיינע קרבנות זאלען זיין פארגלייבט אין אים, אין אזוי באקומט ער ענערזשי פין זיי, (ס'איז ביי גוים אויך אזוי, אין ס'דא גוים וואס באקומען כוחות פין דעם למשל ביי די אראבער איז עס מער איינגעפירט איןסאך שטערקער ווי ביי די אידן) אין ווען ס'איז אסאך מענטשען איז עס א שטארקע כוח,
יעצט סתם א רבי ווייס דאך נישט פין דעם סוד, אין ווען ער זעהט אז ער האט עפעס א כוח רעדט ער זיך איין אז ער איז טאקע עפעס אין איין מאל עפעס א מופת געלונגט אדער אפילו מען קען זיך נאר איינרעדען אז ס'געלונגען, ווערען די חסידים דאפעלט פארגלייבט אין אזוי גייט עס ווייטער אין ווייטער,
יעצט לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז אין סקווער די מעשה, אז סובקונטשעסלי אדער אפשער אפילו קאנטשעסלי ווייסט סקווערע רבי אז אלעס וואס ער האט קומט פין די מענטשען וואס גלייבען אין אים אין פארדעם טוט ער אלעמאל שטיצען די עקסטרעמיסטען, אין ער ווייזט זיי אז ער איז ציפרידען פין די אלע פראפעגאנדע וואס זיי ריפען אמונת צדיקים, אין פארדעם גייט עס ווייטער אין ווייטער, אין די ליבעראלע ווערען דארווייטערט אלץ קאלטע חסידים,
אין ווי מער מאכטפול ער ווערט אלץ מער עדיקטעד ווערט ער דערצי, אין אלץ מער האט ער א נגיעה אז ס'זאל ווייטער אנגיין אין ווערען מער (פארשטייט זיך אז ס'קען זיין אז ער רעדט זיך איין אז ס'איז לשם שמים) אין קיינער קען אים גארנישט זאגען, ווייל אזוי ארבעט עס ביי א דיקטאטאר, זיינע ארומיגע זאגען אים נאר וואס ער וויל הערען, אין ער ווייסט נישט אין וויל נישט וויסען די אמת, ווען איינער זאגט אים א זאך וואס ער וויל נישט ס'זאל זיין אמת (געהערט פין מקור ראשון) הייבט ער אן צי האקען אין טיש אז ס'נישט אמת, אין ס'ווערט אויס אמת,
מען דארף פארשטיין אז מען רעדט דא פין א מענטש וואס איז נאך קיינמאל נישט ארויס פין זיינע ד' אמות, חוץ ווען ער איז געווען אין וויזשניץ פאר בערך צוויי חדשים נאך זיין חתונה, האט ער נאך קיינמאל נישט עקספיריענסט די עכטע וועלט, ער האט נאך קיינמאל נישט געלעבט צווישען עכטע מענטשען, ער ווייסט ניט אמאל וואס דאס מיינט, ווי ער פארט פארט זיינע ד' אמות מיט, אין ממילא ער לעבט אין א וועלט וואס איז נישט ריאליטי, אין טאמער הייבט איינער אן צי רעדעען פין ריאליטי רעגט ער זיך אויף,
יעצט ווען די גאנצע הנהגה וואלט נישט געשאדט פאר קיינעם, דאן חאטשיג ס'איז א פארדרייטע דרך אבער מיילא, אבער די מציאות איז אז ס'שאדט זייער שטארק, די גלייבן סיסטעם פין סקווער איז זייער דעסטראקטיוו, אין מענשען קענען נישט געהעריג אזוי לעבען, אין פארדעם איז זייער א גרויסע חלק פין שטעטל נישט ציפרידען פין דעם אין זיי עסען זיך פין אינווייניג,
 א חלק דערוואגען זיך צי טראכטען אז די גאנצע זאך איז שקר, אבער א גרעסערע חלק קען נישט אזוי טראכטען ווייל ס'שווער אויסצירייסען א חינוך פין יארען, אין ממילא גייען זיי אין א ראהליקאסטער פין קאנפליקטיגע מחשבות, איין טאג האבען זיי "נסיונות אין אמונת צדיקים" אין די צווייטע טאג זענען זיי זיך מחזק אין אמונת צדיקים, וועגען דעם זענען א סאך ביזי אסאך צי פאר ציילען מופתים פין  רבי ווייל מיט דעם קענען זיי צייטווייליג דערשטיקען די שווערע געפילען וואס זיי האבען אין הארץ,
ס'נישטא נאך א פלאץ אויף דער וועלט וואס פרובירט צי קאנטראלירען אזוי שטארק זייער איינוואוינער, זיי טארען נישט שיקען זייערע קינדער נאר אין זייערע מוסדות, אפילו אין ישיבה קטנה אין ישיבה גדולה איז עס נישט ערלויבט, נאר אמאל אז ס'וויכטיג קען מען אמאל פועל'ן מיט גרויס פראטעקציע, אין פארוואזשע זאל מען דען שיקען? איינער זאגט מיר א סקווערע רבי האט "אליינס געזאגט" אז פין ארץ ישראל ווייסט ער נישט אבער אין אמעריקע איז זיין ישיבה די בעסטע ישיבה,
 אין אז מען רעדט שוין פין וואס ער האט אליינס געזאגט, האט מיר איינער א באגלייבטער מענטש געזאגט אמאל, אז סקווערער רבי האט געזאגט  אז וויפעל א ילוד אשה קען זיך אויסארבעטען די מדות האט ער זיך שוין אויסגעארבעט,
עכ"פ נאך א מנהג האט ער אז ווען ער קומט ארויס צווישען עולם ביי א טיש אד"ג ציהט ער ארויף א ברוגז פנים, דאס טוט ער כדי ס'זאל הערשען א שרעק, פין צייט צי צייט שיסט ער שארפע בליקען אויף דעם אין יענעם, אין די חסידים ציטערען אין טראכטען וואס האט ער שוין געזעהן אויף זיי אז ער קוקט זיי אהן אזוי שטרענג, כ'דענק נישט נאך א פלאץ ווי מען זעהט אז די חסידים שטייען ביים טיש אזוי ווי דערשראקענע שעפסען מיט ארויסגשטארצטע אויגען, ווען כ'האב עס געזעהן האב איך עס נישט סובל געווען, כ'האב נישט פארשטאנען וואס ער וויל פין זיי, פארוואס דערשרעקט ער זיי, וואס האבען זיי אים געטוהן אז ער זאל אזוי טרעטען אויף זיי,
נאכדעם קומט די שטיוועל סומאטוכע, ביי זיין טאטען איז דער עולם נישט געגאנגען מיט קיין שטיוועל אבער ער האט איינגעפירט אז יעדער זאל אנטוהן שטיוועל אין ער שטעלט זיך דערויף אין צווינגט וועם ער קען, איינער וואס האט נישט ליב געהאט די שטיוועל אין עס אויסגעטוהן פרעגט ער אים וואס ס'גייט פאר מיט די שטיוועל האט יענער עפעס גענפערט אז די פיס ס'שווער, האט ער זיך אנגעריפען נע ס'נישט די פיס ס'איז די קאפ, עכ"פ יענער האט געמיזט צירוק אנטוהן,
יעצט ס'דא אזא זאך ווי א חסידישע לבוש אבער ווען איינער ערפינדעט א נייע לבוש אין נאך דערצי א לבוש וואס ס'איז שווער צי גיין דערמיט, ווי האט ער א רעכט צי צווינגען יענעם צי גיין דערמיט, אין מאכען יענעם פילען גילטי, ס'געווען אמאל א שידוך וואס זיין זוהן איז געווען שדכן, פאר א בחור וואס זיין טאטע גייט מיט א קורצע רעקעל, אין נאך די שידוך איז געווארען האט ער געלייגט פרעשור אז דער בחור זאל אנטוהן שטיוועל, יענעם'ס מאמע האט פארשטייט זיך נישט געוואלט (יענעם'ס מאמע האט בכלל נישט געוואלט שיקען אויף סקווער נאר נאך פרעשור פין אים האט זי אהין געשיקט) האט ער געזאגט אז אזוי ווי זיי האבען א איידעם וואס גייט מיט ווייסע זאקען, איז שטיוועל אויך גוט,(כאילו ס'איז די זעלבע זאך), עכ"פ דער בחור האט צים סוף אנגעטוהן,
עכ"פ צירוק צים ענין אז די גרעסטע פראבלעם איז אז זיין הנהגה ציברעכט זיינע מענטשען, אין זיי זענען נישט גענוג שטארק צי רעוואלטירען, ער האט מצליח געווען רוב פין זיי צי פארוואנדלען אין א סטאדע פין דערשראקענע שעפסאלעך, אין זיי עסען זיך פין אינווייניג אנשטאט צי רעוואלטירען, נאך אלעם נאך אזא חינוך אין אזא רוח וואס ער מאכט גלייבען, זיי אין אים אין זיי ציטערען פין זיין הקפדה, אין אזוי גייט אריבער א יאר נאך א יאר אין ס'נישטא ווער ס'זאל אויפקלערען פאר סקווערע רבי אז ער האט געמאכט דאס שטעטעל פאר א גיהנום,
ווען ער האט געהאט די שווערע צייטען פין די קארט קעיסעס, פאר א פיפצען יאר צירוק צי אביסעל ווייניגער זענען זיי געווען ביזי צי פראפעגאנדירען אז דאס אלעס קומט ווייל סקווירא איז אזוי הייליג אין די סיטרא אחרא וויל עס אינטער ברענגען, ווען סקווירא רבי זאל פארשטיין אז דער באשעפער האט אים געגעבען א ווינק אז ער זאל זיך חאפען אין וואס פאר א שקר ער לעבט וואלט אפשער בעסער געווען, אנשטאט האט ער געזאגט אז קיינער גייט נישט זיצען, אין שוין האבען זיי אלע נעבעך געמיזט "שטיין" אין תפיסה.
ס'נאך אסאך צי שרייבען אבער פאר יעצט וועט דאס זיין גענוג

וואס וואלט די רבי באמת געוואלט

 וואס וואלט דער רבי, באמת געוואלט מען זאל טוהן

א גרויסען שכוח פארן ארויסגעבען דעם בריוו, ווייל דער גאנצער וועלט, מיטשעט זיך זייער שטארק, ענק צי פארשטיין.ז
 
 
 אבער אפשר קענט איר אויב עס איז מעגליך, אביסעלע מער ארויסברענגען, וואס וואלט דער רבי, באמת געוואלט מען זאל טוהן??? פאר די אלע וואס האבען איהם נישט געפאלגט, אין זיי זענען יא ארויסגעגאנגען פון שטעטל צו דעם נערסינג האום, דאווענען מיט א מנין, נאך דעם וואס ער האט צוזאמען גערופן, די ראשי הקהילה, אין דער גאנצער בי"ד, און קלאר ארויס געזאגט, אז די טאטע ז"ל ,וויל דאס נישט בשום פנים ואופן, און ער האט נישט מער פארוואס צו זיצען אויפן בענקל, אויב די מנין האלט נאך אהן, און נאך דעם פארשטייט זיך, אזויווי עטס שרייבטס , האבן די ראשי הקהילה, און די דיינים, מיט די הילף פון די ראשי החברות, אין משגיחי הישיבה, געטרייט מיט אלעם בייזען, ווי למשל
 צישאסען פענסטערס  אין  רעדער פון אפאר קארן
 ציגענומען וועש אין מקוה
 אין נאכדעם אויף געהאנגען די שיך אין מיטען ביהמ"ד
 געגנבעט לייסענס פלעטס
 אריין געלייגט אינטערהער אפאראטען אין פריוואטע הייזער
 פאטעטאס אין קאר מאפלערס
 אויסגעהאקט אינמיטען די נאכט פענסטערס פון שלאף צימערן פון פרויען אין קינדער
 געקומען צי איינעם אינמיטען די נאכט מיט גענגסטער געצייג פארשטעלט מיט מאסקעס
 ציגענימען טלית און תפילין אין אריינגעשאסען אין א דאמסטער
 אויסגערופען אין חדר אז אלע קינדער זאלן הערן, אז די, און די, יונגלעך זענען ארויסגעוורפען פונעם ת"ת
 ארויסגעשיקט מיידלעך פון שולע
 גרויסע מיידלעך האבען געטראפן זייערע דעסקס און ביכער פון שולע, ביי זייער פראנט טיהר אינדערהיים
 געשריגען שייגעץ ארויס פאר בחורים אין ישיבה
 געאסרט אריין ציקומען אין אלע זייערע בנינים
 אפיציעלע פראטעסטן ביי די הייזער
 געלאזט רופען מוסדות התורה אין מאנסי נישט אריינעמען זייערע קינדער
 ...און נאך און נאך און נאך
 און אויך האט מען געטרייט מיט גוטען, ווי למשל,ז
 די ראשי הקהילה האבען געלאזט רופען און גערעדט זייער שיין צו זיי, אז אדער הערסטו אויף צוגיין דארטען דאווענען, ווייל אויב נישט איז דא אנדערע שריטען וואס אונז וועלן מוזען נעמען,ש
 אויך האבען זיי זייער שיין מסביר געוועהן, אז געב אונז דיין הויז, אונז וועלן דיר באצאלען אפאר פעניס, ווייל אין א שטיק צייט ארים, וועט עס דאס, אויך נישט ווערד זיין, און אויב איינער וויל דיך געבען פול פרייז פאר די הויז, וועלן אונז במילא דאס נישט צולאזען, אונז האבען שוין אונזערע וועגן.ש
 און נאך די אלע זאכען איז מען נאך אלץ געגאנגען דארטן דאווענען
 אבער למעשה, וויל דאך די רבי נישט אז די פאהר היציגע, און די אלע וואס ארבעטן, און שלאפן אין רבין"ס הויז זאלען טוהן, און פארברענען מיט געז און טארטש, א הויז בכונה אינמיטען די נאכט, ווען עס שלאפען דארטען א גאנצע משפחה, אנשים נשים וטף, (לאמיר זיך נישט נארען עטס ווייסט גאנטז גוט, אז עס וואלט געקענט געשעהן א נס, אז איינער אדער אפי' יעדער, זאל ארויס לויפען פון הויז אימיטען נאכט, און זיך ראטעווען און בלייבען לעבן, נאך דערצו ווען די גאנצע פארברענן איז נאר געוועהן א ל"ג בעומר הדלקה שפיצל, און עס איז בכלל זייער שווער צוזאגען אז עס איז געווען ממש אן עולה, ווייל איך מיין, אז למעשה האט ער געהאט א סעלפאן, רעדי צו ריפען ערשטע הילף, ווען די הויז פלאקערט שוין.)ז 
 און למעשה וויל ער דאך אויך נישט, אז איינער וואס ארבעט אין רבין"ס קאך, זאל פארברענען א קאר, (גראדע איז עס מסתמא געווען א פריוואטע פייט, ווייל פאר מען האט נאך געוויסט אויף זיכער, ווער עס איז געווען, האט שוין סקווער ארויס געלייקט אן אפיציעלע צעטיל אז עס האט גארנישט מיט זיי. און איך מיין ווער עס גלייבט זיי נישט, זיכט סתם אונטערצוברענגען סקווער)ז
 און דער רבי וויל זיכער אויך נישט, אז דער וואס בראהט פאר איהם די טשיקען לעבער, זאלען אטאקירען אידען ,אין אראפ פאנטשען שטריימלעך, אין מיטען וועג אהיים פון דאווענען,פ
 און איך גלייב נישט אז די רבי וויל, אז זיינע געטרייע מענטשען זאלען זיך אריינברעכען אין הייזער, פון אידען וואס וואוינען שוין אין מאנסי, אין גיסען פונעם רבינס דצ"ך עד"ש באח"ב וויין,ז
 און אז עס איז דא פון דעם רבינס אייגענע משפחה, וואס רודפן און טערארזירן אידען, וואס רעדען נאר מיט די חברה וואס זענען דארט געגאנגען דאווענען, וויל ער זיכער נישט,ש
 און פונקט דאס, אז זיין געטרייע דיין וו"ג איז מגלה פנים שלא כהלכה, און זאגט אויף איינעם, אז ער איז פסול לעדות, נאר ווייל ער וויל געווינען מער פאוינטס ווי דיין יי"א, וויל יא די רבי??? עה עס קען נישט זיין!א
דעריבער ווילען מיר ביטע, עטס זאלטס אונז פראבירען צו פארשטיין געבען, וואס וואלט דער רבי עכט געוואלט, און וואס וויל ער, מען זאל טוהן אז מזאל זיך קענען אן עצה געבן, אהן די אלע זאכען וואס די רבי וויל באמת נישט, ער זעהט דען נישט איין? אז ווען נישט מען מאכט די אלע טעראריסטישער געפיראכטצער, וואס בטבע האלט ער עס נישט אויס, (ער זאגט נאר גארנישט, און ער איז נישט מוחה אויף גארנישט, ווייל ער דארף זיך נישט אראפ לאזען צי א יעדע קלייניקייט, עס איז דאך נישט אזוי געפערליך ווי צוגיין דאווענען און פרידוואלד,ווי נישט ווי איז עס נישט הנהגה זאכען,אבער בעצם קען ער עס נישט פארנעמען) וואלטען געוועהן אסאך מער אידען, וואס פאלגען איהם נישט.ג
ווען דעם רבינס געטרייע מענטשען, וואלטען נאר געטוהן דעם רבינ"ס רצון, וואס וואלטען זיי געטוהן? ת